בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגי"ז אדר תשפ"ג3/10/2023

באריכט
הודו לד' כי טוב כי לעולם חסדו

א שמחה און פון פרייד הערשט ביי חסידי סאטמאר איבער די וועלט בכלל און ביי חברי קהל יטב לב דסאטמאר ירושלים בפרט אויף די פריידיגע נייעס, אז בהסכמת וברכת קדשו פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, האט די הנהלת הקהילה והמוסדות אין ירושלים, מיט גרויס סייעתא דשמיא געשלאסן א קאנטראקט מיט הנהלת ישיבת חברון היינט ערב שבת קודש לסדר כי תשא את ראש בני ישראל, צו אפדינגען זייער מעכטיגע געביידע אויף רחוב חגי, סמוך ונראה צום שטח פון די בניני הקהילה והמוסדות וואס איז ארוף ליידער אין פלאמען, וואס וועט דינען בעזר ד' אויף די קומענדיגע פאר יאר אלס צענטער פון א בית המדרש, א ת"ת און אלע צרכי הקהילה והמוסדות, ביז דער בנין הגדול לד' ולתורתו אויף דעם שטח פון די קהילה וועט בעזר ד' פערטיג ווערן לשם ולתפארת.

דער מעכטיגער פראיעקט איז צושטאנד געקומען א דאנק און מיט פינאציעלע שטיצע פון די 2 חשוב'ע פילאנטראפן מראשי קהלתינו הק',
ה"ה הרבני הנכבד המפואר מוה"ר אברהם בראך הי"ו ואתו עמו הרבני הנכבד המפואר מוה"ר אברהם יהושע גלאנץ הי"ו, וואס שטייען בראש פונען מעכטיגן פראיעקט פון קרן הבנין דקהלתינו הקדושה פעיה"ק.

פון די הנהלת הקהילה ווערן אנשי שלומינו איבער דער גארער וועלט געבעטן צו מתפלל זיין ווייטער אויף סייעתא דשמיא מ'זאל קענען מוציא זיין מהכח אל הפועל אלע ריזיגע פלענער וואס מ'ארף נאך אויספירן אין די קומענדיגע תקופה בעז"ה.

חפץ ה' בידינו יצליח!

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
וואטסעפפ גרופע
👁 1.06K