בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגו' אדר תשפ"ג2/27/2023

באריכט
על כן ציון במר תבכה וירושלים תתן קולה

מיט ציבראכענע הערצער, איז היינט אויפדערנאכט אול"י ז' אדר פארגעקומען די מסע הלויה פון די צוויי געשעדיגטע ספרי תורה וכתבי הקודש ה"י פון די העלישע שריפה בבנין קהלתינו ומוסדותינו הק' בירושלים עיה''ק.

די מסע הלויה איז פארגעקומען על פני רחבת בית מדרשינו הגדול ברך משה אויף רח' יונה בירושלים עיה''ק, בהשתתפות פון הונדערטער אנ''ש בארה''ק זקנים עם נערים, אינאיינעם מיט טויזענטער בני ירושלים עיה''ק, ובראשם הרבנים הגאונים שליט''א וחברי ביד''צ העדה החרדית, וועלכע האבן באגלייט בבכיות נוראות די די צוויי ספרי תורה אינאיינעם מיט די פולע תשמישי קדושה.

אנגעהויבן בערך אום 7:00 פארנאכטס בארה''ק האט מען ארויסגעברענגט אויף רחבת בית מדרשינו הגדול די צוויי געשעדיגטע ספרי תורה אינאיינעם מיט די פילע תפילין אין תשמישי קדושה, און הרה"ג ר' יעקב מענדל ניילינגער שליט"א מרבני קהלתינו הק' און בעל תפילה קבוע ימים נוראים האט אנגעהויבן פארזאגן די פרקי תהילים, און דערנאך פארגעזאגט די קינות פון תשעה באב, אויף די שרעקליכע אבידה, און ממשיך מיט פארשידענע קאפיטלעך תהלים.

דערנאך האט הגה''צ דומ''ץ קהלתינו ירושלים שליט''א שליט"א אנגעפאנגען זיינע פייערדיגע ווערטער בבכיות נוראות און מעורר געווען דעם גאנצע ציבור לתשובה ולתיקון המעשים, און נאך זיין דרשה האט דער דיין שליט"א פארגעזאגט אינאיינעם מיט די גאנצע ציבור די "ווידוי" בהתעוררות רב.

דערנאך האט אויפגעטרעטן הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א חבר הביד"צ בדברי הספד חיזוק והתעוררות.

נאך די דרשה איז ערשינען כ''ק פוסק הדור מרא דארעא קדישא מרן ראב''ד ירושלים שליט''א, מען האט געזאגט א קאפיטל תהילים און דערנאך האט דער רב שליט''א משמיע געווען דברות קודש בקול חוצב להבות אש דברי התעוררות זיך מחזק זיין בדברים הצריכים חיזוק, און געזאגט אז דער שטן פארלייגט'זיך אויף די אלע פעולות לטובה להעמיד הדת על תילה פון ידי"נ כ"ק רבינו שליט"א, און האט געבעטן צו העלפון צוריק בויען דעם בית הגדול והקדוש ברוב פאר והדר, וואס דאס וועט זיין דער בעסטער ענטפער פאר'ן שטן, און ס'וועט זיין "גדול יהיה כבוד הבית הזה האחרון יותר מהראשון" און האט מסיים געווען בברכות קדשו.

דערנאך האט הגאון רבי יעקב מענדל ניילינגער שליט"א פארגעזאגט די סליחות "אזכרה אלוקים", און אינאיינעם מקבל "קבלת עול מלכות שמים".

דאן האבן די גבאים פון "חברה קדישא" פארגעזאגט א קאפיטל תהילים, און די צוויי נדבנים פון די ספרי תורה הר''ר דוד פרייא שליט"א און הר''ר משה אבראמאוויטש שליט"א האבן געזאגט קדיש יתום בבכיות נוראות.

נאך די לויה האט הרה"ח ר' ישכר יאקאב הי''ו מנהל מוסדותינו הק' בירושלים אויסגערופן דעם גאנצן סדר פון די מארגנ'דיגע יום תפילה ותענית בבכי ומספד, כהוראות הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.

ארום 8:45 האט דער גאנצע ציבור אנגעהויבן מלוה זיין די ספרי תורה ווען די ירושלימער גאסן זענען שווארץ פון די טויזענטער מלוים וואס האבן באגלייט מיט א טיפן טרויער און צובראכנקייט די צוויי געשעדיגטע ספרי תורה מיט די פולע תשמישי קדושה אויפן וועג צום הר המנוחות.

וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
וואטסעפפ גרופע