מוצש''ק תרומה 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
תיכף נאך הבדלה איז רבינו שליט''א אינפארמירט געווארן איבער די שרעקליכע טראגעדיע פון די שריפה בקרב קהלתינו הק' בירושלים עיה"ק.
פון ביהמ"ד איז רבינו שליט"א אריבער בבית הרה''ח ר' מאיר הירש הי''ו, לרגל נשואי נכדתו, ווי דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
אום צעהן אזייגער האט רבינו שליט"א אפגעהאלטן אן אסיפה דורך טעלעפאנישע פארבינדונג מיט הנהלת קהלתינו הק' בירושלים עיה''ק, בבית הגה''צ דומ''ץ קהלתינו ירושלים שליט''א, און מיט גרויס ווייטאג אויסגעפרעגט און געהערט אן ערשט האנטיגע רעפאראט פון די ביטערע טראגעדיע.
רבינו שליט''א האט באויפטראגט הנהלת קהילתינו מ'זאל קובע זיין אויף דינסטאג, ז' אדר, אלס א יום תפילה ותענית בבכי ומספד, און אלע מענער אנ''ש בירושלים עיה"ק זאלן פאסטן, בחורים העכער די בר מצוה אינטער 18 יאר זאלן פאסטן א האלבן טאג, און ווער עס קען נישט זאל זיך אויסלייזן מיט געלט אלס פדיון נפש. עקסטער זאל מען מסדר זיין א לוי' פאר די געשעדיגטע ספרי תורה כראוי.
ארום 12:00 איז רבינו שליט''א אריבער צו די זאלן פון כינור דוד לפאר את שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרה''ג ר' שלום משה ליפשיץ שליט''א דומ''ץ ביהמ''ד בית מרדכי מיט הכלה אייניקל פון הגאון הגדול דומ''ץ קר''י שליט''א, צוגעשטעלט דורך די מתפללי ביהמ''ד בית מרדכי לכבודו פונעם דומ''ץ הביהמ''ד.
עס האט אויפגעטרעטן בדברי בדחנות הרה''ח ר' הערשל פריעדמאן הי''ו, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו. נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט די ש''ב, און איז דערנאך ארויס אין א ריקוד מיטן חתן און מחותנים. מען האט געענדיגט ארום 12:30.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️