בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Friday26 Shevat 57832/17/2023

Report
דינסטאג פרשת משפטים 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' אברהם ב"ר שבתי ווערטהיימער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' שלום יצחק ב"ר מנלי שעהר הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר שמעון שווארטץ הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 4:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד ישמח משה צום מעמד יום האיחוד פון די קרוב צו טויזנט תלמידי כתה מכינה לישיבה כיתה ט' במוסדותינו הק' איבער גרעיטער ניו יארק, דער רבי האט געדאווענט מנחה, דערנאך איז דער רבי ארויף אויפן בימת הכבוד, די בחורים האבן געזינגען עטליכע ניגונים און פארגעזינגען חרוזים.
דערנאך האבן די מנהלים איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א מנחת ביכורים א קוויטל כוללת מיט די נעמען פון אלע בחורים מיט די טויזענטער שעות רציפות וועלכע זענען געלערנט געווארן במשך די ימי השובבים העעל"ט.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש והדרכה פאר די בחורים, בדברי התחזקות ללימוד התורה, ובסוף דבריו האט דער רבי ארומגערעדט ברגשי לבו הטהור איבער דעם מסע קודש לעיר האבות סיגוט אויף דעם שב"ק שבת שקלים לרגל די יומדהל''ק פון זקינו מרנא ורבנא הגה''ק בעל קדושת יו"ט זיע''א, און פראווענען דעם שבת 'ישיבה של מעלה' מיט תלמידי ישיבתינו הק' פון ארה"ק און אייראפע, דער רבי האט ארויסגעברענגט די קשר פון רבותיה"ק העצי התמרים זיע''א און די געוואלדיגע כוחות וואס זיי האבן אריינגעלייגט אין הרבצת התורה פאר בחורים, וברגש קודש ארומגערעדט איבער די זכי' צו קענען פארלערנען פאר בחורים במקום ישיבת אבותיו הק', און געזאגט אז ער וועט אי"ה מיטנעמען די קוויטל כוללות פון די שעות רציפות פון די בחורים צו ברענגען א פריסת שלום פון די היזיגע בחורים, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי און האט פארטיילט מטבעות קודש פאר די תלמידים וואס האבן געלערנט די שעות רציפות במשך די ימי השובבים העעל"ט. מען האט געענדיגט ארום 5:45.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען אין וומסב''ג האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ג ר' משה ראזענפעלד שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד ברך משה וומסב''ג ואחיו החשובים ע"פ אביו ע"ה.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה האט דער רבי געליינט תנאים פון די מחותנים ר' אברהם יוסף פריעדמאן הי"ו און ר' שאול בראך הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️