בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

שבת קודשכ' שבט תשפ"ג2/11/2023

באריכט
מוצש''ק 'בצל הקודש'

ארום 9:50 זענען אריין בקו'''פ בביתו נאוה קודש תלמידי ישיבה ומתיבתא דלעיקוואד וועלכע האבן געוויילט אויף שב''ק אין קרית יואל, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים ומאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 10:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין מאנסי צום מעמד חנוכת הבית פונעם פראכטפולן בנין בית רחל החדש 'בנין ניישטאדט' במוסדותינו הק' במאנסי, וועלכע איז פארגעקומען אויף אן עלעגאנטן רייכע פארנעם אינעם אונטערשטן שטאק פונעם בנין וועלכע ווערט אהערגעשטעלט אלס שמחה זאל'ן פאר אנ''ש, דערביי זענען געלאנדעט געווארן די חשובע נדבנים ובני משפחתם.
צום ערשט האט אויפגעטרעטן דער יו''ר המעמד הרה''ג ר' דוד יואל שטויב שליט''א ר''מ בישיבה קטנה סניף קנין תורה, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א.

דערנאך איז פארגעזינגען געווארן הערליכע חרוזים לכבוד המאורע, און רבינו שליט''א האט איבערגעגעבן א ספעציעלע טאוועל אלס אות הכרת הטוב פאר ר' דוד הי''ו, און אזוי אויך פאר די אנדערע נדבנים, ה''ה, הרה''ח ר' אברהם בראך הי''ו, הרה''ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי''ו, הרה''ח ר' רפאל פערלמוטער הי''ו, הרה''ח ר' יצחק מרדכי ואחיו הרה''ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי''ו, הרה''ח ר' יעקב יחזקי' מארקאוויטש הי''ו, הרה''ח ר' ארי' האפמאן הי''ו, הרה''ח ר' וואלף לאנדא הי''ו, הרה''ח ר' הערשל ווערטהיימער הי''ו, הרה''ח ר' אהרן ווייס הי''ו, הרה''ח ר' אהרן הערש האלענדער הי''ו, הרה''ח ר' יוסף משה אונגאר הי''ו, הרה''ח ר' יעקב יערמיאש הי''ו, הרה''ח ר' יצחק דוב פיש הי''ו, הרה''ח ר' מנחם ליבערמאן הי''ו, הרה''ח ר' מענדל טעלער הי''ו ושותפו הרה''ח ר' דוד יואל כהן הי''ו, הרה''ח ר' אנטשיל הערשקאוויטש הי''ו.

דערנאך האט הרה''ח ר' דוד ניישטאדט הי''ו אויפגעטרעטן און געמאכט א ברכת שהחיינו בשם המלכות.

רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור און משמיע געווען דברות קודש ארויסברעגענדיג ווי אזוי רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א האט געגרינדעט די בית רחל און ווי שטארק דער רבי האט זיך אריינגעלייגט אין יעדע פרט, און ארומגערעדט בשבח מוסדותינו הק' במאנסי, ובפרט פונעם נדבן הבנין הרה''ח ר' דוד ניישטאדט הי''ו, און מסיים געווען בברכות לרוב פאר אלע נדבנים. מען האט געענדיגט ארום 12:00.

ארום 12:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום נייעם פראכטפולן בוטשער דקהלתינו הק' במאנסי, צום ערשט האט דער רבי קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג, דערנאך איז דער רבי ארום און זיך אומגעקוקט אויפן גאנצן געשעפט אין אלע אפטיילונגען און באגלייטונג פון הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א וראשי הקהילה, דאן איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער אלע הידורים וחומרות פונעם בית השחיטה המהודרת אין קר''י און אזוי אויך ביי די גסות, און דערביי שטארק אויסגעלויבט די נייע מאנסי פלייש געשעפט ווי עס קומט נישט אריין נאר קרית יואל'ע פלייש און אנגעוואונטשן ברכות לרוב. בערך אום 1:10 האט דער רבי פארלאזט די בוטשער אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 655