בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגי"ח שבט תשפ"ג2/9/2023

באריכט
דינסטאג פרשת יתרו 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר שלמה פילאפף הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יואל בר''ב ראזענבערג הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק א', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען הרה"ח ר' יצחק מזרחי הי"ו, ע"פ בתו ע"ה.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל, ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:30 בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א פון ארה"ק, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 בביתו נאוה קודש, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה איז רבינו שליט''א אריבער אויף א ביקור גומלין צו כ''ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, בבית האכסניא של הרבני הנגיד הנכבד מוה"ר שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו מראה"ק בוומסב"ג.
עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס, און צווישן אנדערע האט ר' שלום יצחק געוויזן אינטערעסאנטע כת"י פון צדיקים וקדושים ובפרט מרבותיה"ק עצי התמרים זיע"א, האדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️