בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךי"ז שבט תשפ"ג2/8/2023

באריכט
זונטאג פרשת יתרו 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' דוד לייבוש יאקאבאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
בן הר"ר בנימין זאב פוקס שליט"א.
ב"ר שלמה זלמן מאשקאוויטש הי"ו.
ב"ר מאיר יודא ארי' זינגער הי"ו (ב''פ).

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי, און עטליכע בחורים זענען אריין בקו''פ איבערצוגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין די ישיבה איידערן אפרייזן למנוחת הנפש. דערנאך האט רבינו שליט"א טעלעפאניש מנחם אבל געווען הגאון הגדול רבי שמואל בראנסדארפער שליט"א מרבני תוא"י בית שמש וחבר הביד"ץ עדה החרדית בעיה"ק ת"ו ע"פ אשתו הרבנית ע"ה.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א געווען אויף זיין וועכענטליכן באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הר''ר יואל גאנדל שליט''א - הר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א, באולם כינור דוד.
ר' יואל ברמ"א כ"ץ הי"ו - ר' אלעזר קליין הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 8:20 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט, דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז ארום 9:15.
דערנאך האט רבינו שליט''א געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה''ג ר' אברהם יקותיאל יודא גראס שליט"א (ב''פ) - הרה''ג ר' יודא גרינפעלד שליט"א.
ר' אשר ווייס הי"ו - ר' ישראל פריעדמאן הי"ו.

ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שלחן הטהור ומסיבת לחיים לכבוד חמשה עשר בשבט, וואס איז אפגעראכטן געווארן אויף א גאר געהויבענעם פארנעם במעמד אלפי אנ''ש, דאס ביהמ"ד הגדול איז געווען אנגעפולט מן הקצה אל הקצה, און די מיטעלסטע טיש איז געווען הערליך אויסגעלייגט מיט ביימער פון פירות לכבוד חמשה עשר.

במשך דעם טיש האט מען געזינגען מערערע ניגוני התעורורות ונגוני שמחה.
רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן לחיים פארן ציבור לאלפים, און דערנאך משמיע געווען די ערשטן דב"ק מיט שטארקע דברי חיזוק מען דארף זיך לערנען פון א בוים, אינמיטן ווינטער זעט מען נישט גארנישט פון אינדרויסן, דאך איז חמשה עשר בשבט ראש השנה לאילנות ווייל פון אינעווייניג האט ער באקומען א שרף, די זעלבע ביי א מענטש אפילו פון אינדרויסן זעט ער אויס ווי א פשוטע מענטש דאך זאגט מען אז פון אינעווייניג האט ער זיך געטוישט און ער איז געווארן בעסער.

מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות און מען האט אויפגעגעבן פירות דער רבי האט געמאכט א ברכת העץ אויף א טייטל און טועם געווען פונעם אתרוג. דערנאך האט מען געזינגען 'אילן' נתחבר דורך הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו, משב"ק, און הילד ב"ר ליפא פריעדמאן הי"ו האט פארגעזינגען חרוזים אויף 'אילן'.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען א צווייטע מאל דב"ק מיט לענגערע דברי אגדה לכבוד היום און ארויסגעברענגט אז חמשה עשר בשבט איז מסוגל אויף תורה און צו מתפלל זיין אויף ערליכע קינדער און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

דערנאך האט מען אויפגעגעבן פירות פון אלע שבעת המינים, אוו דער רבי האט טועם געווען פון די מילגרוים, און מען האט פארטיילט פירות פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 11:15.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 779