בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגט"ז שבט תשפ"ג2/7/2023

באריכט
מוצש''ק 'בצל הקודש'

ארום 9:45 איז רבינו שליט''א אריבער אויף א ביקור חולים באזוך אין שטוב פון הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א נאכן דורכגיין א לייכטע אפעראציע, עס האט זיך פארמירט א הערליכע ידידות'דיגע שמועס, און דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט בשלומו, דער דיין שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 10:10 האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויפן וועג צום דינער הראשונה פון מוסדותינו הק' אין לינדען ניו דשערזסי, ארום 11:10 איז דער רבי אנגעקומען צום דינער וואס איז פארגעקומען אין 'אולם בראך', ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די רבני העיר שליט''א, מען האט געזינגען זמירות למלוה מלכה, און עס האט אויפגעטרעטן הגה''צ ר' אליעזר מרדכי סופר שליט"א רב דקהלתינו הק' בלינדען, דערנאך האט דער יו''ר הרב יצחק מאיר וואגשאהל שליט"א פארגעשטעלט די נזרי בוני המוסדות, און דער רבי האט איבערגעגעבן די פרסים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר יעדעם באזונדער.
אויך האט זיך משתתף געווען כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק והדרכה, און נאך די דברי תורה האט דער רבי ארויסגעברענגט לשבח פון אנ''ש תושבי לינדען ובפרט פון הגה"צ רב דקהלתינו לינדען שליט"א וועלכע פירט די קהילה ווי עס פאסט פאר א סאטמארע קהילה ע"ד רבותינו הק', און ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו ומוסדותינו הק', און ארויסגעברענגט לשבח פון די חשובע נדבנים, אזוי אויך האט דער רבי ארויסגעברענגט לשבח פון האדמו''ר מקאסאן שליט"א וועלכע איז געווען פון די נחשונים פון די שטאט און שטייט בראש פון אלע רוחניות'דיגע חלקים איו שטאט, און מסיים געווען בברכת לרוב פאר די נדבנים, עסקנים, און פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 12:45.

נאכ'ן דינער איז רבינו שליט''א אריבער בביהמ''ד דקהלתינו אין שטאט און זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט, אינעם ביהמ"ד און אין די מקוה, און דערביי געהערט א דעטאלירטע באריכט פון די גבאים איבער דעם לחץ זו הדחק פין די שווערע צושטופעניש פון די פולע מתפללים כ"י.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבערגעפארן און זיך אפגעשטעלט ביים שטח החדש ווי ס'וועט אי"ה ווערן אויפגעבויעט דאס נייע ביהמ''ד המפואר דקהלתינו הק'.

דערנאך ארום 1:00 איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה ודרוש, און איבער הרה"ק בעל עטרת צבי מ'זידוטשוב זיע''א און הרה"ק בעל קדושת יו"ט זיע''א, האדמו''ר מקאסאן שליט''א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 1:45 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש בקר''י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 839