בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךג' שבט תשפ"ג1/25/2023

באריכט
מיטוואך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד בית חב''ד, בעל תפילה: הרה"ח ר' אלטר וועבערמאן הי"ו.

פארנאכטס ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, בעל תפילה: הרה"ח ר' משה נחום פאשקעס הי"ו. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ''ד, און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב.

בערך אים 8:00 אזייגער איז האדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א אהנגעקומען אויף א ביקור גומלין לביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א, ווי ס'האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס בקורות הדורות לבית סיגוט - וויזניץ, רבינו שליט"א האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, און דערנאך ארויסבאגלייט ביז די גאס.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 829