בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגי"ב טבת תשפ"ג1/5/2023

באריכט
אינהאלטספולע אסיפה פארגעקומען היינט מיטאג פאררופען דורך הרבנית הצד' תליט''א, בביתו נאוה קודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, ווי עס האבן זיך באטייליגט צווישן אנדערע דער קאמישענער און דער דעפיוטי קאמישענער פון די סטעיט העלט דעפארטמענט און זייערע געהילפן, גרויסע דאקטוירים, ראשי העסקנים דקהלתינו פון וומסב"ג און קרית יואל, אנפירער פון מערערע גרויסע ארגענעזאציעס און ראשי חברה הצלה פון איבער גרעיטער ניו יארק, ווי מען האט אויסגעשמועסט און אויסגעארבייט פארשידענע וואוילטעטיגע הילף למען חולי ישראל אין די שפיטעלער פון ניו יארק סטעיט, וואס די הויכגעשעצטע גאווערנער האוקעל יר"ה האט פארשפראכן ארויסצוהעלפן, בעת איר באזוך ביים רבי'ן שליט"א אין די טעג בעפאר די פארלאפענע וואלן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️