דאנערשטאג פרשת ויגש 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר משה יצחק העללער הי"ו (וומסב''ג).
ב"ר מאיר משה לעבאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ז פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
מיטאג ארום 1:40 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בהיכל מבצר הכוללים בקר''י, דער רבי האט זיך צום ערשט אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט אויפן נייעם היכל הכולל ביים אינטערשטן שטאק להרחיב גבולי הקדושה, דערנאך איז דער רבי ארויף אויף די אויבערשטע שטאקן און זיך ארומגעדרייט צווישן די נאענט צו טויזענט לומדי הכולל מיט א שטארקע קורת רוח, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, און צווישן אנדערע ארומגערעדט איבער די חשיבות פון שטיצן די מקוה טהרה, און געבעטן די לומדי הכולל זיך צו משתתף זיין מיט גרעסערע סכומים ולכה"פ מיט $2,600 פארן נייעם מקוה טהרה וואס ווערט יעצט געבויעט, און מסיים געווען בדברי ברכה.
נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה, און מעריב ארום 6:00 בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל"ק פון דו"ז הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זיע''א.
ארום 6:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום בנין הבית רחל 'בנין לאה אסתר' אין קרית יואל ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל די יארצייט פון מרן הגה"ק משינאווא זיע"א, אינאיינעם מיט תלמידי ישיבתינו הק' ישיבה גדולה בבארא פארק.
רבינו שליט''א האט זיך געוואשן צום סעודה, און במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעוררות, און עס האט אויפגעטרעטן דער ראש ישיבה הגה"צ רבי חיים יעקב רובין שליט"א אבד''ק ציעשנוב.
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען דעם מנהל הישיבה הרה''ג ר' דוד שלמה טייטלבוים שליט''א חתן הגה''צ אב''ד ציעשנוב שליט''א.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש במשנתו פונעם בעל הילולא, און אז מצוות תפילין ברענגט דביקות אין הקב"ה, אבער דאס איז נאר אויב מען רעדט נישט קיין שיחת חולין מיט די תפילין, און דערנאך ממשיך געווען מיט סיפורי קודש פונעם בעל הילולא זיע''א.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דעם ראש ישיבה אבד''ק ציעשנוב שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 8:10.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:20 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויך אוהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו'''פ הגה''צ אבד''ק ציעשנוב שליט''א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים אין די זאלן בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' חיים זלמן ווייסבערג הי"ו - ר' חיים הערש בר"א גאלדבערגער הי"ו.
ר' יוסף חביב באסול הי"ו - ר' רחמים אברהם דאנא הי"ו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️