ליל זאת חנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 6:10 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש נ"י געצינדן די מנורה.
ארום 9:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו הדלקת נרות חנוכה במעמד אלפי אנ''ש, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות באש קודש.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות בשעת מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, און די קאפעליע האט געזינגען די פיוטים כנהוג, הרה"ח ר' משה לוי ברוין הי"ו האט מהנה געווען בפרקי חזנות ביי יונים, און הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין הי"ו האט פארגעזינגען מזמור שיר חנוכת כנהוג, באגלייט בשירה וזמרה.
רבינו שליט''א איז געגאנגן צום טיש און מען האט מען ממשיך געווען צו זינגען א לענגערע צייט נגוני התעוררות ודביקות.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדברי אגדה אז דורך מצוות תפילין און הדלקת המנורה איז מען מכניע די זיבן שמות פונעם יצר הרע און מען ווערט מקודש ומחובר צו הקב"ה, און מסיים געווען בברכות קדשו.
נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני הלל והודאה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו, און נאכאמאל משמיע געווען דב"ק און געטיישטש אז זאת חנוכה ווייזט אז ה' הוא אלוקינו און איז א יחיד ומיוחד איז עס משפיע פרנסה, און מסיים געווען בברכות לרוב.
דערנאך איז רבינו שליט''א אריין אין חדר יוסף אליהו ווי דער רבי האט פארטיילט מטבעות פאר די קינדער פון די קאפעליע און א סעט לב אהרן פאר די מזמרים. מען האט געענדיגט ארום 11:15.
בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען א חלוקת מעות חנוכה פאר עטליכע חבורת לומדי מבצר הכוללים קרית יואל בנדבת ר' משה יעקב יוסף בראך הי"ו, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט פארטיילט די תמיכות פאר די אינגעלייט, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו פארן חשובן נדבן און פארן גאנצן ציבור.
מאנטאג ויגש זאת חנוכה
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
בן הר''ר מעכיל בערקאוויטש שליט"א.
ב"ר שמעון משה ניישטיין הי"ו.
ב"ר יואל לעווינגער הי"ו.
רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו הלל בהתעוררות רב, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א און הרה"צ האדמו"ר מסערעדנא ב"ב שליט"א - זיידעס פון א בר מצוה בחור, און מיט די ראשי הישיבה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו, און פארטיילט חנוכה מטבעות פאר די בחורים.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש והתחזקות פאר די בחורים און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך איז פארגעקומען דער מעמד שריפת הפתילות אינעם חצר פון ישיבה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, דער רבי האט אריינגעלייגט די קנויטן אין די מדורה און געטאנצן ריקודי קודש פאר עטליכע מינוט.
נאכמיטאג ארום 4:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
אום 5:05 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אינעם בנין הת"ת בנין הירש-גאלדבערגער-לאנדא אויף די ראצפערט גאס, צום שלחן הטהור לכבוד זאת חנוכה אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי שיעור ג' פון די 9 סניפי ישיבות קטנות פון קר''י.
דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה לכבוד היום.
במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני חנוכה וניגוני ימים נוראים, מיט מזמור שיר חנוכת האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א ראש המנהלים.
רבינו שליט"א האט משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדברי אגדה, און דערנאך ארומגערעדט לענגערע דברי הדרכה פאר די בחורים, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט מען ממשיך געווען בניגוני הלל והודאה, ברכהמ''ז: הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א מנהל סניף רב טוב. מען האט געענדיגט ארום 7:00.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענגע מחותנים.
ר' חיים הערש קאהן הי"ו - הר"ר יחיאל יצחק שפיטצער שליט"א, באולם כינור דוד.
ר' אהרן שאול סאנדעל הי"ו - ר' שלמה שעהנברוין הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' מעכיל גרינפעלד הי"ו - ר' מאיר זאלדאן הי"ו.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:45.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️