בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךכ"ז כסלו תשפ"ג12/21/2022

באריכט
מיטוואך פרשת מקץ ג' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל שפיטצער הי"ו.
ב"ר יואל פריינד הי"ו.
ב"ר שלמה זלמן געלב הי"ו.
רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו הלל בהתעוררות רב, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
נאך מנחה האט שלום גענומען הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א וועלכע איז מאנטאג אהיים געקומען פון אנטווערפן, און איז געקומען פראווען א מסיבת חנוכה מיט די תלמידי המתיבתא, דער רב שליט''א האט איבערגעגעבן א ווארימע גריס פון קהלתינו הק' באנטווערפן ווי דער רב שליט"א האט געוויילט פארגאנגענעם כ"א כסלו און שב''ק וישב, און בפרט פון די ישיבה קטנה וואס איז געעפענט געווארן דעם זמן מיט א שטארקע הצלחה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️