בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Friday15 Kislev 578312/9/2022

Report
פרייטאג ערש''ק וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מענדל פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענגע בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל ווייס הי"ו.
ב"ר בעריש פריעד הי"ו (וומסב''ג).
ב"ר יואל ב"ר אברהם יודא גאלדבערגער הי"ו (ב''פ).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול, די ברית לבן הנולד אצל ר' בנציון מנחם פריינד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️