בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגז' כסלו תשפ"ג12/1/2022

באריכט
דאנערשטאג פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' יצחק בר"א טייטלבוים הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' שניאור זלמן גאלדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר ליפא שפיטצער הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור סוגיא בשיעורי השבוע, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען הרה"ח ר' יצחק יודא היימאן הי"ו ע"פ אמו ע"ה.

נאכמיטאג ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' משה ברוך פאללאק הי"ו - ר' משה שמואל סאמעט הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' אשר זאב ניימאן הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ג ר' שלום משה ליפשיץ שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית מרדכי, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' מרדכי יודא שווארטץ הי"ו - ר' דוד יודא פריעדמאן הי"ו.
ר' אסף וואלבערג הי"ו (ב''פ) - ר' יואל בר"א זילבערשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:30, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו'''פ הגה"צ ר' ישראל יוסף קאהן שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א אינאיינעם מיט בנו החתן, מקבל זיין ברכות קדשו לקראת דעם חתונה וואס קומט פאר קומענדיגע וואך, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו און געגעבן א מתנה ספרו לב אהרן בראשית, דרושים.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 846