בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Wednesday1 Teves 578112/16/2020

Report
כוואליעס פון האפענונג נעמט ארום כלל ישראל


היסטארישע פארשריט אינעם אנגייענדער קאמף קעגן דעם שווערן “גזירת החינוך”:
רבבות ניו יארק'ע עלטערן ווערן פאראייניגט אונטער נייע "אַר-פּעֶק" ארגאניזאציע
וועט אונז פערזענליך פארטרעטן ביי די רעגירונג
און אויפ'ן לעגאלער פראנט
קומט אין קריטישע צייט ווען סטעיט-עדיוקעישן באאמטע קומען ארויס
צו אונז עלטערן - ’סטעיק האלדערס’ - צו הערן אונזער ווארט
גרעסטע לעגאלע עקספערטן רעקרוטירט צו פארטרעטן די
רעליגיעזע חינוך-רעכטן פון ניו יארק’ע עלטערן



מיט גרויס פרייד נעמט דאס יהדות החרדית אין ניו יארק אויף די גינסטיגע נייעס איבערן עפענונג פונעם קריטיש וויכטיגן 'אר-פעק' ארגאניזאציע וועלכע וועט שטיין שטאנדהאפטיג לטובת די חינוך פון די הונדערטער טויזענטער קינדער וועלכע לערנען אין די מוסדות התורה איבער ניו יארק, און אונז פארטרעטן אויף אלע פראנטן - פאליטישע און לעגאלע צוגלייך - און בעז"ה פארזיכערן די עתיד פון אונזער הייליגער חינוך.
דער מאכטפולער 'אר-פעק' ארגאניזאציע איז אויפגעשטעלט געווארן דורך א פאראייניגטע קאמיטע פון בעלי בתים חשובים און "רבנים ופני העדה" וועלכע האבן אליינס קינדער און אייניקלעך אויף וועמען די ציהלן פון די וועלכע זוכן צו שטערן און אנזייען חורבן אין אונזער הייליגע חינוך זענען אצינד געריכטעט, און שטייענדיג אויף די זייט פון די באזארגטע עלטערן און זעענדיג פאר די אויגן א מצב ווי מען דארף זאפארט זיך אריינווארפן און אנהייבן טון ערנסטע שריט הלכה למעשה, איז געגרינדעט געווארן דער ארגאניזאציע מיטן ציהל צו פארטרעטן די פאראייניגטע שטומעס פון די אריבער הונדערט טויזענט עלטערן פון קינדער אין מוסדות איבער גרעיטער ניו יארק, און אראפשטעלן קלאר און דייטליך די שטעלונג און שטרעבן פון די עלטערן אנבאלאנגט די חינוך פון די טייערע קינדער אין די מוסדות.

דער יעצטיגער קריטישער זמן
מיר שטייען אצינד שוין גאנץ נאנט צום דעדליין ווען די 'באורד אוו רידזשענטס' גרייט זיך נאכאמאל אריינצוקוקן אין דעם קעיס און ענדגילטיג באשטימען די פרישע עדיוקעישאן גיידליינס, וועלכע וועלן אפעקטירן די חינוך רעגולאציעס פון אלע מוסדות איבער ניו יארק, און די צייט ברענט ארויסצוקומען קלאר מיט א אפהילכענדן מעסעדזש וואס זאל פארטרעטן די פעסטע מיינונג פון די עלטערן פון די תלמידי המוסדות.

ערליכע תורה טרייע אידן פון איבער ניו יארק שטייען פעסט אויף די הוראה פון אלע מנהיגי הדור, און גלייכצייטיג איז דאס אפילו איינשטימיג מיט'ן דעת בעל הבית וואס זאגט דאס זעלביגע ביי יעדן ערליכן איד, זעענדיג דאס פאר אונזער עתיד אז דער הארטער שטאנד דארף זיין קלאר מיט אלע שטריכן, מיר דארפן זיך שטעלן מיט'ן גאנצן זיכערקייט און ארויסזאגן דעם אמת, אז אונזער חינוך פאדערט נישט קיין שום טויש, עס איז דאס בעסטע וואס אמעריקא פארמאגט בכלל, און מיר זענען נישט גרייט זיך אוועקצובייגן פון די הייליגע חינוך וואס מיר געבן אריין אין אונזערע קינדער אזויווי מיר האבן מקובל פון אבותינו ורבותינו נבג"מ.

במשך די לעצטע פאר יאר זינט ווען עס האבן זיך אנגעהויבן די שוועריגקייטן מיט די חינוך ווען די שונאי הדת האבן זיך אריינגעלייגט דורכצופירן שענדליכע מסירות און פראוואקאציעס אקעגן אונז, מיט'ן אויסדריקליכן ציהל צו שטערן און ח"ו פארדארבן די חינוך פון אונזערע קינדער היל"ת, קומען-און-גייען כסדר באריכטן מהנעשה והנשמע אין די פאליטישע קארידארן, מען הערט כסדר נייעס וואס ווארפן א שווערן ליכט אויף דעם ערנסטן מצב אין וואס מיר געפונען זיך. פאר אונז עלטערן איז זייער שווער צו פארשטיין גענוי וואס עס גייט פאר אונטער די קוליסן, און אפילו די פעולות וואס זענען שוין יא געטון געווארן דורך געוויסע מוסדות התורה, איז דערווייל נישט געווען מיט די דירעקטע מיטארבעט פון די עלטערן זעלבסט, וועלכע קענען כמובן נישט זיין פארמישט אין יעדן דעטאל.

פארט אבער איז דא א שטארקע ווארימקייט וואס פלאקערט צווישן די עלטערן פון אלע שיכטן און קרייזן, ווען יעדער וויל אז דאס ווארט און שטעלונג פון די עלטערן זאל פרעזענטירט ווערן דורך א פאראייניגטע פארטרעטערשאפט פון אלע עלטערן אינאיינעם, די חשוב'ע פארפלאגטע טאטעס און מאמעס ביי וועמען די הייליגע פקדונות ליגן און אויף וועמען עס ליגט דער פאקטישער אחריות צו ערציען די קינדער על דרך ישראל סבא.

די עלטערן פון די קינדער אינאיינעם מיט די געטרייע מנהלי המוסדות אין שפיץ פון די רבני ומנהיגי העדה קוקן ארויס געשפאנט האפענדיג יעדן טאג צו הערן אז די ניו יארק עדיוקעישאן דעפארטמענט לייגט אראפ דאס געווער און פארקירעוועט די בייזע בליקן אוועק פון אונזער הייליגע חינוך, און דערווייל האפענדיג אויף די ישועה ווענדט מען אן אלע מיטלען אנצוגיין ווייטער אזויווי ביז אהער, מיט א תפילה צום אויבערשטן אז די שונאי ישראל זאלן נישט האבן קיין שליט
ה אויף אונזערע קינדערליך, דער קומענדיגער דור און דער עתיד פון אידישקייט על אדמת ניו יארק ביז משיח'ס טאג.

הגיע הזמן: עלטערן פאראייניגט
עסקנים און אישי הציבור זענען במשך די גאנצע צייט געווען פולשטענדיג איינגעשפאנט מיט גאנצן אייפער שטייענדיג גרייט מיט עסקנות און שתדלנות אויף פארשידענע פראנטן, און גלייך פון ווען מען האט אנגעהויבן זעהן דעם פראבלעם אויפן האריזאנט האט מען זיך אריענטירט און צוזאמגענומען די מנהיגי המוסדות כדי אינאיינעם צו מטכס עצה זיין וואס מען טוט ווייטער און אינאיינעם זיך ארויסשטעלן אויפן פראנט אפצושלאגן די גזירות.

מען האט בעבר שוין גאר אסאך אויפגעטון מיט שתדלנות, געטרייע עסקנים פון פארשידענע קהילות ומוסדות אויף פארשידענע סארט פאזיציעס האבן זיך פאר גארנישט אפגעשטעלט, מען האט געקלאפט אויף די הויכע פענסטערס און נישט נאכגעלאזט ביז ווילאנג מען האט געהאט א אפענעם אויער צו לאזן הערן די קלארע אומבויגזאמע שטעלונג ועלכע איז אויסגעטרעטן געווארן דורך די רבנים ומנהיגי הדור אשר מפיהם אנו חיים, און איז דער פאקטישער פארטרעטער פון די הייליגע טייערע קינדערליך וועלכע ווערן נתחנך אין די הייליגע מוסדות התורה.

אצינד ווערט אויפגענומען מיט גרויס פרייד און התרגשות דאס ערשטמאליגע צוזאמשטעל פון א צענטראלע פירענדע ארגאניזאציע, א פאראיין וואס וועט מיט א מאכטפולער כח פארטרעטן די שטומעס פון די עלטערן פון די קינדערלעך אין אלע מוסדות איבער ניו יארק, צום ערשטן מאל וועט דער קול דערגרייכן פון א נייעם אספעקט, ברענגענדיג מיט זיך א פארטרעטערשאפט פון אלע עלטערן פון די תינוקות של בית רבן.

דער 'אר-פעק' פאראיין וועט אויסרופן אין די קארידארן פון די שטאטישע טאטעס אז מיר אידן זענען געטרייע בירגער וואס שטעלן זיך צו זייער ארנטליך צו די חוקי המדינה, אבער אונזער רעליגיע איז העכער פון אלעם, און מיר וועלן נישט און מיר קענען נישט נאכגעבן אויף אונזער חינוך מיט וואס אונז און אונזערע עלטערן זענען נתחנת געווארן לה' ולתורתו.

"אר-פעק" איז שוין אקטיוו
דער ניי געגרינדעטער 'אר-פעק' ארגאניזאציע איז א פאראיין וועלכע איז אויפגעשטעלט געווארן בהסכמת ובהמלצת פון די גדולי מנהיגי דורינו וועלכע שטייען אין שפיץ און האלטן מיט פונדערנאנט די אנטוויקלונגען ארום דעם פארצויגענעם מערכה, און האבן איינגעזען פאר א קריטישער נחיצות אויפצושטעלן אזא פראמינענטער פלאטפארמע וועלכע זאל געפירט ווערן ווי א געמיינזאמער קאמפף.
'אר-פעק' איז א פארקערפערשאפט פון קהילות און מוסדות פון אלע שיכטן און קרייזן איבער ניו יארק וועלכע האבן - טיילנדיג דעם זעלבן פראבלעם - זיך פאראייניגט, פארמירנדיג א פאראייניגטער פראנט ווי עס זאל פארטרעטן ווערן די שטומעס פון די אריבער הונדערט טויזנט עלטערן וועלכע זארגן זיך פאר די מצב און פאר די עתיד פון זייערע דורות און פארלאנגען און פאדערן פון די רעגירונג אונז צו לאזן אנגיין ווייטער מיט אונזער חינוך על דרך המסורה לנו מדור דור.

'אר-פעק' איז א ווינדערליכער צוזאמענארבעט באשטייענדיג פון א באורד וואס נעמט אריין באורד מעמבערס וועלכע זענען אליינס עלטערן פון קינדער און זיידעס פון אייניקלעך וועלכע לערנען אין מוסדות דאהי אין ניו יארק, אריינרעכענענדיג עלטערן פון אלע קהלות און מוסדות איבער ניו יארק, האבנדיג אין זיך א צוזאמשטעל פונעם דעת תורה מיטן דעת בעל הבית ביינאזאם, אזוי אז דער כח זאל זיין א שטייפע און קראנטע.

אלע פעולות און אקטיוויטעטן פון דעם ארגאניזאציע ווערן דירעקטירט דורך א אויפגענומענע שטאב פון געניטע אדוואקאטן, טייערע און בארימטע אדוואקאטן וואס זענען גאר ברייט באקאנט ביים יהדות החרדית אלס אריענטירטע קעמפער פאר אונזערע לעגאלע רעכטן. די אדוואקאטן ארבעטן אויס ווען און וויאזוי דער מעסעדזש דארף געליפערט ווערן, ווען און וואו מען דארף אנווענדן כוחות, אויף וועלכע פארמאכטע טויערן וועלן געהערט ווערן די קלאפערייען, און דער עיקר איז אז עס זאל אנקומען מיט ריכטיגן אימפאקט סיי אריין אין די רעגירונגס אפיסעס און סיי צו די מידיע, און אזוי מיטן ריכיטיגן לעגאלן מהלך לאזן הערן דעם פאראייניגטן מעסעדזש קבל עולם והלואה.

אין די יעצטיגע טעג פיבערט זיך גאר שטארק אין די הויפטקווארטירן פונעם 'אר-פעק' פאראיין, זיצונגען קומען נאכאנאנד פאר מיט די גרעסטע אדוואקאטן און ערפארענע לאביאיסטן אויסארבעטנדיג פארשידענע פלענער און מהלכים וויאזוי מען וועט ארויסקומען צו די ברייטע גאס און זיך לאזן הערן הילכיג און קלאר.

מערערע פראיעקטן ליגן אויפן טיש, גרעסערע און קלענערע, טייל פון זיי ציען אריין אין גאר גרויסע הוצאות, האבנדיג מיט זיך דעם געניטן באגלייטונג פון די אדוואקאטן און לאביאיסטן וועלכע מען הטא פאר דעם צוועק געקליבן די בעסטע וואס נאר שייך, אבער די געטרייע 'אר-פעק' קאמיטע זעהט נישט געלט פאר אן אפהאלט ווען מען ר
עדט וועגן פארזיכערן די עתיד פון אידישקייט און ווען מען איז דן אויף אזא סענסיטיווע נושא ווי די חינוך פאר אונזערע טייערע קינדער איז נישט פארהאן א זאך אויף דער וועלט וואס שטעלט אפ די ענערגישע עסקנים פון אנווענדן דאס מאקסימום השתדלות.

כלל ישראל פאלגט נאך מיט שפאנונג די ברייטפארצווייגטע פעולות פון 'אר-פעק' וואס גייען אן מיט א שטארקייט, און אין די זעלבע צייט איז די אויגן געוואנדן צום הימל מיט א תפילה אז מיר זאלן שוין ענדליך ארויסקריכן פון דעם פראבלעם, די רשעים מבית ומבחוץ זאלן אראפלייגן די געווער און איינזען אז כלל ישראל איז א אומבויגזאמער פאלק וואס וועט נישט לאזן מען זאל אונז אוועקפירן אדער טוישן דירעקציע, אזויווי אונזערע עלטערן אין אלע דורות האבן זיך ארויסגעשטעלט און צום סוף מנצח געווען.