בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךו' כסלו תשפ"ג11/30/2022

באריכט
דינסטאג פרשת ויצא

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד'. און נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק א', בדברי הדרכה וחיזוק פאר די בחורים.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

ארום 6:10 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אויף מאנסי צום 'מעמד יציקת הבורות' אין ביהמ"ד 'עצי חיים סיגוט' בראשות הרה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, דער רבי האט געגאסן די יסודות און אויך מכבד געווען די אנדערע רבנים שליט''א צו גיסן, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען ניגונים לכבוד המאורע, און עס האט אויפגעטרעטן רב הביהמ''ד שליט''א, דערנאך האט רבינו שליט''א אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט הרה''ח ר' מנחם ליבערמאן הי''ו וועלכע האט אפגעקויפט דעם שם המקוה און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו.
רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א און פארן רב הביהמ"ד שליט"א און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק איבער די חשיבות פון גיין אין מקוה יעדן טאג, און פארציילט עטליכע סיפורים פונעם קדושת יו"ט זיע''א איבער דאס חשיבות פון א מקוה, און מסיים געווען בברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 6:40.

נאכן מעמד איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:00, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה איז דער רבי געפארן קיין ב"פ און זיך באטייליגט בבגדי שבת ביים שמחת החתונה פון הכלה בת בנש"ק הר"ר מאיר יוסף לויפער שליט"א חתן הר"ר יעקב הורוויץ ע"ה נכד רביה"ק בעל עצי חיים זיע''א, אין די עמינענס זאלן, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן מחותנים און די זיידעס, אוו דערנאך געטאנצט מצוה טאנץ לפני הכלה און מיטן חתן און מחותנים, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה.
און פון דארט איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש בקר"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️