במוצאי יום גילה
נאך הבדלה זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים תלמידי ישיבה גדולה באבוב 45 פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער זייערע לימודים און געגעבן א שמועס בדברי הדרכה און מאציל געווען מברכות קדשו.
דערנאך זענען אריין בקו'''פ א קבוצה בחורים תלמידי ישיבה קטנה באבוב פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער זייערע לימודים און מאציל געווען מברכות קדשו, און די בחורים זענען אריבער זיך געזעגענען.
דערנאך זענען אריין א קבוצה בחורים וועלכע האבן ארויסגעהאלפן ביי די מעמדים בצל הקודש במשך חודש תשרי העעל"ט אינאיינעם מיט הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק, דער רבי האט פארטיילט א מתנה פאר די בחורים און מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריבער בבית הרה"ח ר' חיים טאגער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות, ווי הרה"ח ר' חיים הי"ו האט אפגעקויפט א זכות אינעם נייעם בנין הכנסת אורחים וואס ווערט געבויעט בעיר האבות סיגוט יצ"ו, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס איבער פארשידענע שטעט אין אונגארן און רומעניע, און איבער די נסיעות פון רבינו שליט''א אין אייראפע, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט'ן נדבן, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 10:15 איז דער רבי אנגעקומען קיין מאנסי בבית האברך הנגיד ר' וואלף ברא"מ לאנדא הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות אויף די צוויי כיתות וואס ר' וואלף הי"ו האט אפגעקויפט בבניני מוסדותינו הק' במאנסי, אינעם בנין הת"ת החדש, און אינעם בנין הבית רחל החדש, עס איז אויך אנוועזענד געווען הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט'ן נדבן, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
דערנאך ארום 10:50 איז רבינו שליט''א אריבער בבית האברך הנגיד ר' יואל ברא"ז שפיטצער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א רייכע באנקעט מיט חשוב'ע נדיבי בעם וועלכע האבן געקויפט כיתות אין די נייע בניני המוסדות אין מאנסי, ווי בלויז מוצש''ק איז אפגעקויפט געווארן 17 כיתות בליעה''ר.
עס האבן געעפנט דעם מעמד הרה''ג דוד שלמה לאוב שליט"א מגי"ש בקהלתינו הק' במאנסי, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, במשך דעם מעמד איז געזינגען געווארן פאסיגע ניגונים לכבוד המאורע.
רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו, און משמיע געווען דב"ק וברכה איבער דאס חשיבות פון קויפן א כתה און די געוואלדיגע טובות הנאה דערפון אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך איז רבינו שליט''א אריין אין א זייטיגן צימער ווי אלע נדבנים זענען אריין עקסטער בקו"פ, דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט די נדבנים און מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 12:05 האט דער רבי פארלאזט מאנסי אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש בקר''י.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️