בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגל' מרחשון תשפ"ג11/24/2022

באריכט
דאנערשטאג פרשת תולדות א' דר"ח כסלו 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה חיים גפן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר חיים יחזקאל שרגא ראזענבערג הי"ו.
ב"ר דוד ווייס הי"ו.
ב"ר ארי' אשר יושע וועבערמאן הי"ו.
רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל בהתעוררות רב, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יקותיאל יחזקאל שרגא וויינבערגער הי"ו (וומסב''ג) - ר' ישראל יעקב אפענהיים הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יואל שלמה פארקאש הי"ו (וומסב''ג) ר' זאב שערצער הי"ו, באולם קרן ויואל משה.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, דער רב שליט"א איז געקומען איבער געגעבן א גריס פון קהילת 'אור חדש דרבינו יואל' אין גואטעמאלא ווי דער רב שליט"א אינאיינעם מיט דייני קהילתינו הק' זענען ספעציעל אראפגעפארן צום מעמד יציקת הבורות פאר די מקוה טהרה, ולחזק אחינו בני ישראל גירי הצדק.

אזוי אויך איז געווען אויף א באזוך הגה''צ המשפיע ר' ניסן דוד קיוואק שליט"א פון ארה"ק, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 950