בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךכ"ט מרחשון תשפ"ג11/23/2022

באריכט
דינסטאג פרשת תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר אברהם שמואל גוטמאן הי"ו.
ב"ר נפתלי פריינד הי"ו.
ב"ר יחיאל מרדכי אראן הי"ו.
ב"ר יוסף ארי' האפפמאן הי"ו (וומסב''ג).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז געווען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א פון ארה"ק, וועלכע האלט זיך אויף אין דעי טעג אין קר''י, און האט געפראוועט פארגאנגענעם שבת אין קר''י, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס ווי האדמו"ר מבוהוש שליט"א האט ארומגערעדט בשבח פון קרית יואל ובפרט פונעם פראכטפולע ביליגע זאל כינור דוד, און בסיפורי צדיקים פונעם הייליגן רוזשינער זיע"א, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, און געגעבן במתנה א סעט פון ספרו לב אהרן.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

ארום 7:00 איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 1:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א ביקור ידידות בקו''פ בביתו נאוה קודש כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, ווי ס'האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער דעם קשר פונעם ייטב לב זיע"א מיטן שם שלמה פון מונקאטש זיע"א, און נאך, האדמו"ר ממונקאטש שליט"א האט געגעבן פאר'ן רבי'ן א סעט שו''ת מנחת אלעזר מהדורא חדשה און א סעט מספריו עולת שבת עה"ת, און דער רבי האט אים צוריקגעגעבן מספריו לב אהרן על סוגיות ג"כ, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, און דערנאך ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.

אזוי אויך איז אריין בקודש פנימה הרב אברהם סאפרין שליט"א נכד האדמו"ר מבעלזא שליט"א, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:00, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 887