בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגכ"ח מרחשון תשפ"ג11/22/2022

באריכט
באריכט ביקור המרומם ומסע הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א קיין מאנטרעאל, קאנאדא - חלק ו'

זונטאג פרשת תולדות


ארום 9:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול, אינאיינעם מיט אנ''ש תושבי מאנטרעאל.

מיטאג ארום 1:00 איז געווען זמני כניסה בקו''פ פאר אנ''ש תושבי מאנטרעאל וואס זענען אריין לויט א פאראויס באשטימטע סדר און האט זיך געצויגן ביז ארום 3:15.

בעת די זמני כניסה איז אריבערגעקומען דער מעיאר פון שטאט מאנטרעאל וועלכע האט שטארק ארויסגעהאלפן צו באקומען די פערמיטן פארן ביהמ"ד, דער רבי האט זיך שטארק באדאנקט און געווינטשן ברכת קדשו.

נאך די זמני כניסה האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה בבית האכסניא.
ארום 4:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין קרית טאהש אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בסיפורי צדיקים און איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין קרית טאהש, האדמו"ר מטאהש שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו, און דערנאך האט האדמו''ר מטאהש שליט''א געבעטן רבינו שליט''א צו רעדן פריוואט פאר עטליכע מינוט, אויפן וועג ארויס האט דער טאהשער רבי שליט"א באמערקט פאר רבינו שליט"א אז אויף דעם מקום פונעם באזוך פראוועט דער טאהשער רבי שליט"א שוין די לעצטע צוויי יאר די סעודות ליל ויום שב"ק מיט די תלמידי הישיבה, און דערנאך האט דער טאהשער רבי שליט"א ארויסבאגלייט דעם רבי'ן ביזן קאר.

ארום 5:15 איז רבינו שליט''א צוריק אנגעקומען אין מאנטרעאל און תיכף צוגעפארן צום בנין בית מדרשינו הגדול צו די גרויסארטיגע חגיגת הכנסת ס''ת אריינגעגעבן דורכ'ן בונה ומקים הביהמ''ד הרבני הנגיד ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו לע"נ אביו הרה"ח ר' שמואל בנימין ע"ה מיקירי תושבי מאנטרעאל, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת פונעם נדבן און אפגעראכטן די ריקודי קודש בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט, און מכבד געווען דעם נדבן אריינצולייגן די ס''ת אין ארון קודש, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.
נאכן מעמד האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ"ד.

נאך מעריב איז רבינו שליט''א אריבער בבית הרה"ח הישיש ר' מאיר יודא פעלזן הי"ו וועלכע האט מנדב געווען א גרויסע סכום פארן ביהמ"ד, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער זכרונות פון הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זיע"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך ביי הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק', עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער שאלות בהלכות עירובין, און ארומגערעדט איבער די נסים וואס מען האט געהאט דעם פארלאפענעם זומער במחנה הקיץ קרית ברך משה קאנאדא, און נאך, דער דיין שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

בבית האכסניא זענען אריין בקודש פנימה די עסקנים פון התאחדות אברכים ווי מען איז איבערגעגאנגען די פילצאליגע פעולות פאר די פרישע אינגעלייט להגדיל תורה ולהאדירה, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צו די זאלן פונעם קראון פלאזא האטעל, ווי עס איז פארגעקומען דער גרויסארטיגער 'מעמד חנוכת הבית - וכינוס אנ''ש תושבי קאנאדא' אויף א גאר פראכטפולע און עלעגאנטער פארנעם, און איז געפראוועט געווארן אינאיינעם מיט די סעודה לגומרה של תורה, בהשתתפות פון די הונדערטער אנשי שלומינו תושבי מאנטרעאל און קרית טאהש, און פילצאליגע געסט וועלכע זענען זיך געקומען מיטפרייען בשמחת קהלתינו הק' ובשמחת פונעם חשובן בונה ומקים הביהמ''ד ונדבן הס"ת הרבני הנגיד ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו.

עס האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש הרה''ג ר' יוסף משה אונסדארפער שליט"א מגי''ש בקהלתינו מאנטרעאל בן הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א, וועלכע האט ארויסגעברענגט די שמחה און התרגשות פון אנ''ש ווען מען איז זוכה צו דעי מאמענט, און ארומגערעדט בשבח קהלתינו הק' מיום הווסדה.

לזכרון פון הרה"ח ר' שמואל בנימין סופר ז"ל האט אויפגעטרעטן זיין שוואגער הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א מנהל ישיבה קטנה סניף רב טוב בקר"י, און עס איז פארגעזינגען געווארן דורך ר' בנציון וועבערמאן הי"ו באגלייט מיט די זמרה קווייער, ספעציעלע חרוזים לכבוד המאורע איבער די השתלשלות פון 'סאטמאר מאנטרעאל'.

ביים מעמד האבן זיך משתתף געווען - צווישן די פילע רבנים ודיינים פון קאנאדא -, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א און כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו און ארויסבאגלייט.

עס האט אויפגעטרעטן הגה''צ אבד''ק שליט"א, וועלכע האט ארומגערעדט בשבח קהלתינו הק' און די געוואלדיגע הצלחה פון קהלתינו הק', און מסיים געווען מיט ווארימע ברכות פאר גיסו מרן רבינו שליט''א און פאר קהלתינו הק'.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען לענגערע דברות קודש הדרכה וחיזוק פאר אנ"ש תושבי מאנטרעאל, און נאך די דברי תורה מעורר געווען אויף אסאך ענינים הצרכים חיזוק, און ארומגערעדט בשבח קהלתינו הק' במאנטרעאל א קהלה נאה וחסידה, ובפרט פונעם ביהמ"ד הגדול וואס איז אויסגעשטיגן א צענטער לתורה ולתפילה, און מסיים געווען בברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

נאך די דב''ק האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור, און עקסטער פאר הרבני הנגיד ר' יעקב זוסמאן סופר הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 11:40, אויפן וועג ארויס האט זיך רבינו שליט"א באדאנקט פאר הרבני הנגיד הנכבד ר' מיכל ראזענבערג הי"ו דער בעה"ב פונעם עלעגאנטן האטעל וועלכער איז אויך דער בעה"ב פונעם 'קראון' האטעל אין קאנעטיקוט, ווי מערערע חבורות פון חסידישע אידן אין ניו יארק פארן צו פראווען א 'שבת התוועדות', פארן אהער שטעלן א מקוה כשירה אינעם האטעל אין קאנעטיקוט אויף די פערזענדליכע בקשה פון רבינו שליט"א, דער רבי האט אים מאציל געווען ברכות לרוב, און איז אהיימגעפארן לבית האכסניא.

שפעטער איז רבינו שליט"א אריבער אויף א באזוך בבית משפ' הרה"ח ר' שמואל בנימין סופר ז"ל, ס'האט זיך פארמירט א הערליכע שמועס בקורות ימי מאנטרעאל מימי קדם, במנהגי שב"ק פון מרן החת"ס ז"ל און מנהגי רביה"ק זיע"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פאר אלע בני המשפחה, און ספעציעל פאר'ן נדבן הס"ת הרה"ח ר' יעקב זוסמאן הי"ו און פאר זיין מאמע תחי', און דער רבי איז צוריק געפארן לבית האכסניא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 697