באריכט ביקור המרומם ומסע הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א קיין מאנטרעאל, קאנאדא - חלק ה'
מוצש"ק חיי שרה
נאך הבדלה האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש מלא חיזוק והדרכה דורך א הוק-אפ פאר די הונדערטער אלמנות וועלכע זענען געווען באטייליגט ביים הערליכן שבת עונג הרוחות, ביים מעמד הדלקה באתרא קדישא מירון יצ"ו.
ארום 8:20 איז פארגעקומען בבית האכסניא א מעמד הכרת הטוב דורך חברה הצלה ד'מאנטרעאל לכבודו פון הרבני הנגיד ר' מנחם ליבערמאן הי"ו וועלכע האט מנדב געווען א אמבולאנס פאר חברה הצלה, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מנחם מאיר פייג הי"ו מראשי העסקנים במאנטרעאל וועלכע האט ארומגערעדט בשבח פון ר' מנחם הי''ו, און די איבריגע עסקני קהלתינו וועלכע שטייען צו הילף מיט אלעס וואס פעלט זיך אויס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר אלע וואלונטירן, און איבערגעגעבן א זילבערנע וויין פלאש פאר ר' מנחם הי"ו בשם די חברה הצלה אלץ הכרת הטוב פאר זיינע פילצאליגע פעולות לטובה פאר הצלה בפרט און פאר מאנטרעאל בכלל.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פאר אנ"ש תושבי קרית טאהש, ביז ארום 9:30.
נאך די זמני כניסה איז רבינו שליט''א אריבער בבית משפחת הרה"ח ר' יעקב יהושע ווערצבערגער ע"ה, וואס די אלמנה תחי' האט מנדב געווען א גרויסע סכום פארן ביהמ"ד אינאיינעם מיט אירע קינדער לע"נ בעלה /אביהם, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער פארשידענע היסטארישע כתבים וואס ר' יעקב יהושע האט געהאט איז זיין באזיץ, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן אלמנה און די גאנצע משפחה.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער בבית מוה"ר אהרן משה שווארץ שליט"א וואס זיינע קינדער האבן מנדב געווען א סכום נכבד פארן ביהמ"ד, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די קרובי המשפחה הגה"צ ר' שמעי' שווארץ זצ"ל אב"ד סאטמאר מאנטרעאל רבות בשנים, און הרה"ח ר' אשר שווארץ ז"ל הנקרא ר' אשר גבאי, משב"ק ביי רבותינו הק' לבית סיגוט, דער רבי האט געטרינקן לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך ביי הגה"צ ר' וואלף בער לערנער שליט"א דומ"ץ בעלזא מאנטרעאל, ווי עס איט אויך אנוועזענד געווען אלע דייני ומו"צ דק"ק בעלזא, עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס בכמה מקצועות התורה, און פארשידענע אינטערסאנטע שאלות, תהליכות בקודש און מנהגים ביי הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זיע"א, דער דיין שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
נאכן באזוך ארום 11:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום גיגאנטישן שאטער - בנין, צום מעמד סיום כתיבת האותיות פאר'ן ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך הרבני הנגיד ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו, ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצען אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, במשך דעם מעמד האט מען געזינגען ניגוני התעורורות און האברך ר' דוד קליין הי"ו האט פארגעזינגען ספעציעלע חרוזים לכבוד המעמד, דערנאך האט דער נדבן הרבני הנגיד ר' יעקב זוסמאן הי"ו אריינגעברענגט די ספר תורה און אראפגעלייגט אויפן רבינ'ס טיש, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות, דער רבי האט זיך געוואשן די הענט און אריינגעשריבן די אותיות.
דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חשובן נדבן און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק במצוות כתיבת ס''ת, ארויסברענגענדיג דאס חשיבות פון א דיבור, א שורה גמרא, דאווענען, וכו' אבער דאס קען נאר זיין אויב מען איז ממעט בהבלי עולם הזה און תאוות הגשמיות, דער רבי האט מסיים געווען בדברי שבח פונעם חשובן נדבן און ארויסברענגענדיג זיינע פילצאליגע פעולות לטובה, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן חשובן נדבן און פארן גאנצן ציבור.
נאך די דב''ק איז רבינו שליט''א געגאנגען הגבה, און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ מיטן אפענעם ספר תורה, מיט גלילה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אליעזר שפיטצער הי"ו און מיט אנטוהן דעם כתונת הרה"ח ר' יעקב לייב סופר הי"ו (וומסב''ג), דערנאך האט דער נדבן איבערגענומען די ס''ת און דער רבי האט מעטר געווען די ס"ת מיט'ן כתר תורה, און דערנאך איבערגענומען די ס''ת און געטאנצן א לענגערע צייט, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען דעם נדבן צו טאנצן מיט די ס''ת. מען האט געענדיגט ארום 12:40, דער רבי האט געווינטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור און איז ארויסבאגלייט געווארן בשירה וזמרה.
בבית האכסניא איז אריבערגעקומען אויף א ביקור גומלין הגה"צ ר' יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס און דער דיין שליט"א האט געגעבן פארן רבין ספרו שו"ת חיי הלוי חלק י"א, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו און ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.
דערנאך זענען אריין בקודש פנימה די קבוצה מזמרים מאנשי שלומינו וועלכע האבן אנגעפירט די מעמדים במשך די פארלאפענע טעג, דער רבי האט געזאגט דברי ברכה און אלע מזמרים זענען אריבער און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️