בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגכ"א מרחשון תשפ"ג11/15/2022

באריכט
מאנטאג פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית ן איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' זלמן לייב ברש"מ פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' יודא לאנדא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא 'סניף דברי יואל'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר מרדכי שעהר הי"ו (וומסב''ג)
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ד פסוק ה'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 12:45 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בבנין הת"ת ווידער-פאלאטשעק צום מעמד 'התחלת לימוד גמרא' פאר די הונדערטער תלמידי כתה ד' פון אלע פיר סניפים, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און פארגעזינגען חרוזים לכבוד המעמד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געגעבן שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער, דערנאך האבן די קינדער אנגעהויבן לערנען גמרא די פערטע פרק אין מסכת ברכות, און דער רבי האט משמיע געווען דברי ברכה פאר די קינדער, ביים ארויסגיין האבן די קינדער ארויסבאגלייט דער רבי בשירה וזמרה מיט 'כי מלאכיו' לרגל הנסיעה צום ביקור המרומם בקרב קהלתינו הק' במאנטרעאל יצ''ו.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה 'סניף דברי יואל' ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יוסף משה אונגאר הי"ו (מאנסי) - ר' משה אליעזר כ"ץ הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' דוד יואל רייך הי"ו - ר' יואל ברא"מ לאנדא הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון 8:00 ביז אום 10:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' שלמה גבריאל סעבא הי"ו (וומסב''ג) - ר' משה כוואן הי"ו.

ארום 10:45 האט דער רבי געדאווענט מעריב, נאך מעריב איז דער רבי אריבער צו די שמחת השבע ברכות פון נכד כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, וואס איז פארגעקומען אין קר''י, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיטן חתן, די מחותנים און די זיידעס.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין ב"פ מפאר צו זיין בראש ביי די שמחת החתונה פון נכדת רביה"ק בעל ברך משה זיע''א, הכלה בת הרה''ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט''א רב בית מדרשינו 18 בב''פ חתן הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א, אין די עטרת חי' זאלן אין בארא פארק.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:45, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען ברכות קדשו, מיט ברכהמ''ז איז מכובד געווארן הגה"צ ר' שמעון שמואל האלבערשטאם שליט"א אב"ד דברי משה ירושלים, און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות.
נאכן בענטשן האט הר"ר שמואל קרויס שליט"א אויסגערופן רבינו שליט"א צום מצוה טאנץ, און דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה א לענגערע צייט בהתלהבות אש, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן און מחותנים, און ארויס אין עקסטער ריקוד מיט אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, נאכן טאנצן האט רבינו שליט"א אויסגעווארט ביז נאך די מצוה טאנץ פון אחיו רב דקהילתינו ב''פ 15 שליט"א, און אויפן וועג ארויס אנגעווינטשן די כלה כנהוג, און אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר''י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 929