בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday20 Cheshvan 578311/14/2022

Report
זונטאג פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא 'סניף קדושת יואל'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר פנחס לעמיל קיש הי"ו.
ב"ר אברהם יעקב מאשקאוויטש הי"ו.
ב"ר חיים פארגעס הי"ו.
ב"ר אברהם מנחם בוכינגער הי"ו.
ב"ר יואל מענדלאוויטש הי"ו.
ב"ר אברהם פויגל הי"ו.
ב"ר שמואל אהרן מיטטעלמאן הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ד פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז געקומען אויף א באזוך בקו"פ ביי רבינו שליט"א מחותנו הגה"צ רבי חיים יוסף פריעדמאן שליט"א אב"ד ברעזשאן, מקבל זיין ברכת קדשו לרגל די חתונה פון בתו הכלה, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה 'סניף דברי יואל' ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מפאר געווען בבגדי שבת ביי די קבלת פנים פון הכלה בת הרה"ח ר' יואל ברמ''ב ווידער הי"ו מיט החתן ב''ר מענדל בער ווידער הי''ו, באולם כינור דוד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן, מחותנים און זיידעס. פאר די חופה האט דער רבי געבענטשט דעם חתן און דער רבי האט מסדר קידושין געווען.

דערנאך האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' נפתלי יעקב דרעזנער הי"ו - ר' יואל ברמ"א ראטה הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון 8:00 ביז ארום 11:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 9:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפגענומען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה איז דער רבי אנגעקומען צו די שמחת החתונה פון בת הרה"ח ר' יואל ווידער הי"ו, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, נאכן בענטשן האט דער בדחן אויפגערופן רבינו שליט"א צום מצוה טאנץ, און דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה און געטאנצן מיטן חתן, מיט'ן אבי הכלה ר' יואל, מיט די מחותנים און די זיידעס. דער רבי האט פארלאזט דעם זאל ארום 11:50.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️