בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךי"ג אלול תש"פ9/2/2020

באריכט
מיטוואך כי תבוא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

היינט איז פארגעקומען די ברית ביי כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א פון ב"ר מענדל בהר"ר יוסף פריעדמאן -ק"י

כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א האט געדאווענט היינט שחרית אין ישיבה קטנה סניף הישב משה בהנהלת הרה"ג שמעון אברהם ראטה
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ודברות קודש ווי די רבי האט איבערגעגעבן דברי הדרכה און געווינטשען ברכות קדשו

פארן דאווענען האט כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א תפילן געלייגט פאר די בחורים
ב"ר ישראל לייב כהן -ק"י
וב"ר שלמה פנחס שענברוין -ק"י
וב"ר יואל ב"ר משה יוסף ווערטהיימער -ק"י

היינט נאך שחרית אין ישיבה קטנה סניף השיב משה (אויף די ראצפערט גאס) האט כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א באטראכט די הרחבת גבולי הקדושה ביי די בוי ארבעט ביים נייעם גיגאנטישע בנין הת"ת "בנין קליין" (אויף די ראצפערט גאס)

כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א האט מסדר קידושין געווען היינט ביי די חופה פון די מחותנים ר' ישראל מאיר רובין -וומ"ס ר' אלי יודא ראטה -ק"י באולם כינור דוד
און ביים חופה פון די מחותנים ר' מיכל וויינגארטן -וומ"ס ר' אהרן משה גאלדנבערג -ק"י באולם בית רחל פאראדייס

כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א האט געליינט תנאים היינט אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון די מחותנים
הר"ר שלמה קליין -ק"י ר' אביגדור מאיר סאמעט -מאנטריאל

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️