בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךי"ב תשרי תשפ"א9/30/2020

באריכט
מיטוואך י"ב תשרי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

היינט איז פארגעקומען די ברית'ן ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פון ב"ר אברהם יעקב מאשקאוויטש
וב"ר שמעון סעגעדין

פארן דאווענען האט זיך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א צוגעקוקט ביים שיעור וואס איז פארגעלערנט געווארן דורך מפעל חיינו שיעורי הכנה לחג הסוכות ווי די רבי האט שטארק הנאה געהאט פון דער פעולות להרמת קרן התורה לכבוד יו"ט
מגי"ש ביים שיעור הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א ראה"כ מבצר הכוללים

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט געדאווענט היינט שחרית אין ביהמ"ד הגדול ק"י פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בחורים
ב"ר ליפא ווייס - ב"פ
ב"ר עזריאל מאיר קאהן - וומ"ס

קול רנה וישועה באהלי צדיקים
עס איז געבוירן געווארן א איר אייניקיל ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בן לנכדו הרב מנחם שלמה אשכנזי בן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק ק"י שליט"א -חדב"ן וחתן הגה"צ בערזאשאנע רב שליט"א
שישו ושמחו בשמחת רבינו

יום הקדוש איז פארגעקומען די ברית ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פון ב"ר ישעי לעבאוויטש

יום הקדוש איז פארגעקומען די קריאת השם ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לרגל הולדת הבת ביי ר' משולם ראזענגער

ביים טיש מוצאי יו"ט במעמד רבבות אלפי אנ"ש
ביים לחיים האט די רבי געווינטשען "..א גוט געבענטשט יאר פאר גאנץ כלל ישראל די תפילות זאל נתקבל ווערן לרחמים ולרצון כל מילי דמיטב בני חי' מזוני רויחי וס"ד.." מיט בענטשען האט די רבי מכבד געווען בנו בכורו מורינו כ"ק הגה"צ אבד"ק וומ"ס שליט"א

6:40 האט מען אנגעהויבן נעילה נישטא קיין ווערטער צו שרייבן די געהויבענע געפילן בשעת ווען די רבי האט אויסגעשריגן דעם "שמע ישראל" "ברוך שם" "ה' הוא האלוקים" "ה' מלך" "לשנה הבאה בירושלים" מען האט געענדיגט 8:06

ביי מנחה האט די רבי געמאכט א מי שברך פארן ראה"ק הרבני הנגיד ר' מאיר זעליג ריספלער הי"ו

תהיו לב פסע ופניו לקודש ומתפלל אמירת סדר העבודה באש להבת שלהבת קהל עדותינו עליך יסמוכו ועל ידך תהא סליחתינו
אשרי עין ראתה די עבודת הקודש ביי מוסף בבכיות נוראות פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א
אהרן קדוש ה' לשרתך קדשת די עבודת הקודש פונעם כהן גדול בדורינו ביי די סדר העבודה בהשתפכות הנפש

ובכן צדיקים יראו וישמחו
די רקידי קודש ביים שטיקל ובכן צדיקים און ביי די קדישים נאכן דאווענען למעלה מהשגתינו

נאכן דרשה האט די רבי געזאגט וידוי מיטן גאנצן ציבור
נאך כל נדרי איז די רבי נישט ארום מיט די ספר תורה די רבינ"ס אייניקליך זענען ארום מיט די ס"ת אינעם ביהמ"ד
נאך מעריב האט די רבי געווינטשען פארן ציבור אויפן ארון קודש א גוט יום טוב און א גוט געבענטשט יאר

ביים מפייס זיין די תורה האט די רבי מחזק געווען "..דאס יאר וועט די תורה הקדושה ארויפגיין און מיליץ טוב זיין אויף אידישע קינדער אז אפילו און די שווערסטע מצבים האבן אידין עוסק געווען בתורה און געדאווענט אין די פרעסטן און ווינטין.."

און אויסגעפירט בבכיות נוראות אז מען דארף רחמי שמים מען זאל נישט נאכאמאל פארשפארן די ת"ת
און מסיים געווען בברכות קדשו

ביי די פייערדיגע כל נדרי דרשה האט די רבי ארויסגעברענגט צווישן אנדערע בבכיות נוראות מ'טיט אן א קיטל מעורר זיין לתשובה אז א מענטש לעבט נישט אויף אייביג "פאריאר זענען געווען דא אין ביהמ"ד און אין אנדערע בתי מדרשים אידן אויך אנגעטוען א קיטל שוה במראה ובקומה>>>

<<< דאס יאר זענען זיי אין זייער אייגענע קיטל"

"..מדארף רחמי שמים מרובים די מגיפה איז נאכנישט אוועקגעגאנגען.."

ויברך אהרן את העם
מה נהדר היה המראה ווען שווערע הונדערטער אנ"ש אנשים זקנים אברכים ובחורי חמד שטייען נאכן טיש מיט א דערהויבענקייט אריינגיין אל הקודש פנימה באקומען א ברכה פונעם צדיק הדור ערב יום הקדוש

וואס האט זיך פארצויגן פאר אריבער א אנדערהאלבן שעה פון חדרו הפרטי פונעם רבין ביז ארויס אנפאנג פון די הופער גאס

די עריכת שלחן הטהור ערב יום הקדוש די התעוררות פון די טויזענטער אנ"ש פון זעהן דעם פנים פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ופניו דומה למלאך ה' ובפרט ביי די בכיות ביי די נגונים

ובעיקר די בכיות נוראות ווען די רבי האט פארגעזינגן דעם פזמון "ירצה צום עמך" ווי די רבי בעט זיך בבכיות נוראות
..חנון חון עמך אשר לשמך הוא מאמין..
..קרב ושמע רנתי לזעקתי תפתח שער..
..וצל קרתך באו בנים אשר נרגשו..
..מחר יהיה האות הזה..

די געהויבענע געפילען פון די טויזענטער אנ"ש וואס האבן געהאט די זכיה צו זיין בצל הקודש פון אבינו רועינו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א דעם יום הקדוש בקרב קהלתינו הק וויליאמסבורג איז נישט מעגליך אראפצולייגן

די התעוררותדיגע טיש ערב יו"כ
די הייליגע דערהויבענע תפילות
די דברות קודש מלהבות אש ביי כל נדרי און ביי די טישן
די יום טוב'דיבע טיש מוצאי יו"ט

אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️