בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday22 Cheshvan 578711/2/2026

Photos · 7
מתפללי ביהמ''ד ישראל שלום דקהילתינו הק' בשכונת ויואל משה אינאיינעם מיט הגה''צ רב הביהמ''ד שליט''א, בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש, מקבל זיין ברכת הקודש לקראת זייער נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אייראפע לרגל די שמחת החתונה פון בנו החתן פרע''ח שליט''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 3
הרה''ג ר' אהרן מרדכי בריסק שליט''א דומ"ץ טאשנאד מאנסי אינאיינעם מיט בנו החתן, בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נישואי בנו למז"ט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 3
הרב הגאון ר' יצחק ראזענבלאט שליט"א מו"ץ בהעדה החרדית וחבר מערכת וועד הכשרות לעניני שחיטה בהעדה החרדית, בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Report
זונטאג חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מנחם משה בר"ב גאלד הי"ו (מאנסי), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- תאומים בני ר' ב"ר עזריאל שעהר הי''ו.
- ב''ר יעקב יואל כוואן הי''ו.
- ב''ר יואל ב''ר שמואל פריעדמאן הי''ו.
- ב''ר יודא ווערצבערגער הי''ו.
- ב''ר משה אברהם יעקב ראטה הי''ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אויך איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו (לאנדאן). דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אין די נאכמיטאג שעות איז אריבערגעקומען בביתו נאוה קודש צו רבינו שליט''א הגאון הגדול הדומ''ץ שליט''א, וואו מען איז פאר עטליכע שעות איבערגעגאנגען געוויסע שאלות העומדים על הפרק.

דערנאך האט רבינו שליט"א טעלעפאניש מנחם אבל געווען משפחת המנוח הגה"צ רבי חיים שלום קליין ז"ל מרבני קהלתינו הק' אין בני ברק.

ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' שלמה הערש ברא"י עקשטיין הי"ו און הרה"ח ר' שמעון יצחק פילאפף הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יושע בער שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' אברהם שמואל פריעדלענדער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' קלמן אליעזר ג'ברא הי"ו און הרה"ח ר' יוסף מאלח הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרב הגאון ר' יצחק ראזענבלאט שליט"א מו"ץ בהעדה החרדית וחבר מערכת וועד הכשרות לעניני שחיטה בהעדה החרדית. עס האט זיך פארצויגן א לענגערער שמועס בעניני שחיטה ביי גסות און ביי עופות, ער האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א ספרו הרי הלכות, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 9:55 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' שמחה נפתלי קלאגסברוין הי"ו און הר"ר ישראל אברהם הערשקאוויטש שליט"א.
- הרה"ח ר' משה לוי לאנדא הי"ו און הר"ר שלמה נח היילברוין שליט"א.

דערנאך איז אריין בקו''פ הנהלת ומתפללי ביהמ''ד ישראל שלום דקהילתינו הק' בשכונת ויואל משה אינאיינעם מיט הגה''צ רב הביהמ''ד שליט''א מקבל זיין ברכת הקודש לקראת זייער נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אייראפע לרגל די שמחת החתונה פון בנו החתן פרע''ח שליט''א. דער רבי האט איבערגעקוקט די סדר הנסיעה ווי מען וועט אי"ה זיין אויף דעם שב"ק פרשת חיי שרה בעיר האבות סיגוט יע"א, און מאציל געווען מברכת קדשו פאר בנו הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א. דערנאך זענען אלע משתתפי הנסיעה אריבער, און דער רבי האט אנגעוואונטשן און פארטיילט שליח מצוה געלט.

ארום 11:30 האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך מעריב איז אריין בקו''פ הרב הגאון ר' אהרן מרדכי בריסק שליט"א דומ"ץ טאשנאד מאנסי אינאיינעם מיט בנו החתן, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נישואי בנו למז"ט וועלכע איז פארגעקומען פארגאנגענע וואך. עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בעניני נישואין, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און פאר בנו החתן.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Sunday21 Cheshvan 578711/1/2026

Video
נאך בילדער בחינה פומבי דורך חבורת ותלמידו בידו שע"י ישיבות קטנות פון איבער גרעיטער ניו יארק, אין שפיץ פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 20
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים בחינה פומבי דורך חבורת ותלמידו בידו שע"י ישיבות קטנות פון איבער גרעיטער ניו יארק, פארגעקומען אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 6
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים פארהערן א קבוצה בחורים יוצאי ישיבה קטנה סניף היכל התורה וומסב''ג אויף די לימודים פון די פארגאנגענע דריי יאר, און דערנאך ביים פארטיילן א בעכער פאר אלע בחורים.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 8
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי קביעות מזוזה ומסיבת לחיים אין די נייע הויפטקווארטיר פון די חברים ארגענעזאציע אין קרית יואל.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 5
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים סיום דורך חבורת קנין הברכה שע''י מבצר הכוללים, אין שטוב פון הרה''ח ר' יצחק אייזיק פריעדמאן הי''ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 5
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי קריאת התנאים ומסיבת לחיים מוצש''ק בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה''ח ר' יעקב שמעון קויפמאן הי''ו און הרה''ח ר' שלמה משה וויינבערגער הי''ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקת הנרות האט רבינו שליט''א אנגעטון דעם שטריימל פאר די חתנים:
- החתן קלמן אליעזר ב"ר שלמה הערש ברא"י עקשטיין הי"ו.
- החתן יואל זאב ב"ר יושע בער שווארטץ הי"ו.

ארום 6:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.
- קבלת שבת: הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 8:00. עס איז פארגעקומען א אפיל פאר כולל דוויליאמסבורג, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס: הרה''ג ר' משה בן הרה"ג ר' יושע אשר כהנא שליט"א (ירושלים).
- כל מקדש: הרה''ג ר' משה כהנא שליט"א.
- מנוחה ושמחה: הרב שלמה בן הרה"ג ר' מענדל הערש כהנא שליט"א (וומסב''ג).

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואקחה פת לחם וסעדו לבכם' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מקרא נדרש לפניו ולפני פניו.

- קה אכסוף: הרה"ח ר' דוד לייב אקער הי"ו (לאנדאן).
- ברכהמ''ז: נכד רבינו הר"ר יואל אשכנזי שליט"א (וומסב''ג), בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי שלום מקאמינקא זיע''א וואס די יארצייט איז געווען שב"ק כ' חשון.

- קה רבון עלם: הר"ר הערשל אשכנזי שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' חיים מאיר כ"ץ הי"ו (בני ברק).
מען האט געענדיגט ארום 11:45.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
- ברכות: הרה"ח ר' משה יוסף פריעדמאן הי"ו.
- פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אשר יעקב עקשטיין הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.

פארן ליינען האט דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו אויסגערופן די הכרזה בשם די הנהלת הקהילה והמוסדות איבער די וויכטיגקייט פון גיין שטימען אין די וואלן.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' מיכל גרינפעלד הי"ו.
- הולכת הס''ת לבימה: הרה"ח ר' ישכר בער הירש הי"ו.
עליות.
- כהן: החתן ב"ר שלום שווארטץ הי"ו.
- לוי: החתן ב"ר אהרן שלמה אפפעל הי"ו.
- שלישי: החתן קלמן אליעזר ב"ר שלמה הערש עקשטיין הי"ו - באווארפען.
- רביעי: החתן יואל זאב ב"ר יושע בער שווארטץ הי"ו - באווארפען.
- חמישי: החתן מרדכי דוד ב"ר יחיאל דוב פריעדמאן הי"ו.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' משה יוסף ברא"ש פרידלענדער הי"ו.
- ר' אברהם שמעון וויינבערגער הי"ו.
- ר' יעקב ברי"ע מארקאוויטש הי"ו.
- ר' שמשון סעגעדין הי"ו.
- ר' אברהם יעקב בערקאוויטש הי"ו.
- ר' יעקב גדלי' מיללער הי"ו.

- שביעי: החתן ב"ר יוסף זאב בר"א מויזקאפף הי"ו.
- הוספות: החתן יעקב ב"ר יואל קויפמאן הי"ו.
- החתן ליפא ב"ר שמואל ברא"ל בראך הי"ו.
- אחרון: החתן נפתלי צבי ב"ר אברהם פאלאטשעק הי"ו.
- מפטיר: החתן אברהם עיבר ב"ר יחזקאל פראנקעל הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' זלמן לייב שפילמאן הי"ו.
- החזרת הס''ת: הרה"ח ר' יחזקאל פראנקעל הי"ו.

- מוסף: הרה"ח ר' שמעי' קעסלער הי"ו (וומסב''ג).
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלום אליעזר ברא"ש סאנדעל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
מען האט געענדיגט ארום 12:40.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:25.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב משה מיטטעלמאן הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל מרדכי ווירצבערגער הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' שלום שווארטץ הי"ו (מאנטרעאל).
- לוי: הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים.
- שלישי: הר"ר איתמר טובי' קויפמאן שליט"א.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הר"ר הערשל קאהן שליט"א.

זמירות ביי של''ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וירא אליו ה' באלני ממרא' און געטייטשט אז דורך לימוד התורה איז מען זוכה צו קענען הערן די בת קול און אזוי נתעורר ווערן צו תשובה, 'והיה אם שמוע בישן תשמע בחדש' - אז מען וועט לערנען תורה בקביעות, דאן תשמע בחדש, וועט מען הערן די פרישע בת קול היוצאת בכל יום.

און שטארק מעורר געווען זיכער צו מאכן אז מען האט א שיעור אין לימוד התורה בקביעות גמור, און דורכדעם וועט מען זוכה זיין צו קענען הערן די בת קול.

- ידיד נפש: הרה"ח ר' מיכל גרינפעלד הי"ו.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' שלמה יודא פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג).
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
- הגבהת הכוס: החתן אברהם משה ב"ר פנחס אלימלך ווייסמאן הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
- מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' פנחס טייכמאן הי"ו.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:50.

ארום 10:15 איז פארגעקומען בקו''פ בביתו נאוה קודש די קריאת התנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יעקב שמעון קויפמאן הי"ו און הרה"ח ר' שלמה משה וויינבערגער הי"ו. דער רבי האט געליינט די תנאים, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, די מחותנים, פארן עלטער זיידע משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו, און פאר די גאנצע משפחה.

ארום 10:30 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יצחק אייזיק פריעדמאן הי"ו צום סיום אויף שו"ע אורח חיים הלכות ברכות דורך חבורת 'קנין הברכה' שע"י מבצר הכוללים בראשות נכד רבינו הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א. עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בהלכות ברכות, און דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פאר הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א און פאר אלע חברי החבורה.

ארום 10:50 איז דער רבי אריבער צו די נייע הויפטקווארטיר פון די 'חברים' ארגענעזאציע אויף די עיקערס גאס, און קובע געווען א מזוזה און זיך אומגעקוקט אויפן פלאץ. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' אהרן יוסף לאנדא הי"ו.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב''ק און ארויסגעברענגט די חשיבות פון די חברים וואלענטירן וועלכע העלפן ארויס אידן אין אלע צייטן און אין אלע מצבים, וואס דאס איז די מדה פון אברהם אבינו און איז משפיע חסד ורחמים פאר יעדן איינעם. און אנגעוואונטשן פאר הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א וועלכער איז עומד בראש פון די ארגענעזאציע בדבר ה' זו הלכה און מאכט זיכער אז יעדע דבר קטן וגדול איז אויסגעהאלטן אינגאנצן, און מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור. דערנאך איז דער רבי ארום אין אלע צימערן און אנגעוואונטשן פאר די ראשי הארגענעזאציע.

ארום 11:15 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס צום בחינה פומבי דורך חבורת ותלמידו בידו שע"י ישיבות קטנות פון מוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק. הרה''ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט''א מרבני קהלתינו וומסב''ג, און הרה''ג ר' אברהם שווארטץ שליט"א (וומסב''ג), האבען פארהערט די בחורים בע"פ, און דערביי האט דער רבי אויך געפרעגט עטליכע שאלות פון די בחורים און זיך צוגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די ראשי והנהלת החבורה, פאר הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו - פטרון החבורה, און פאר אלע בחורים, און משמיע געווען דב''ק אויפן פסוק 'ואקחה פת לחם' און ארויסגעברענגט די הנאה וואס מען האט ווען מען זעט ווי אזויפיל בחורים פארהערן זיך צענדליגע מסכתות בעל פה, און אנגעוואונטשן מען זאל קענען ווייטער גיין מסכתא נאך מסכתא, און מסיים געווען בברכת קדשו.

ארום 12:30 זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים יוצאי ישיבה קטנה סניף היכל התורה פון וומסב''ג אינאיינעם מיטן מנהל הר"ר יודל שטאלצבערג שליט"א, און זיך געשטעלט צום פארהער בקו''פ אויף די לימודים פון די פארגאנגענע דריי יאר אויף מסכת גיטין, בבא קמא און ביצה. דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט, דערנאך זענען די בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש און דער רבי האט פארטיילט פאר אלע בחורים א זילבערנעם בעכער.

אויך זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש דער אסעמבלימאן 'קריס עיקוס' וועלכער פארטרעט קרית יואל און לויפט פאר ווידערוויילונג, אינאיינעם מיט הרה''ח ר' גדלי' סעגעדין הי''ו - ווילעדזש אדמיניסטראטאר, און בנש"ק הרה''ח ר' שמחה אייכנשטיין הי''ו - אסעמבלימאן פון ב''פ. דער רבי האט זיך באדאנקט פאר זיין שטענדיגע הילף לטובת קרית יואל און פאר זיין הילף אוועקצושטעלן די געזעץ צו ראטעווען די היימישע חינוך אין ניו יארק, און באזונדער האט מען אויסגעשמועסט א לענגערע צייט פילע ענינים וואס ער וועט אי"ה שטיין צו הילף פאר קרית יואל'ס שטענדיגע הרחבות גבולי הקדושה, כדי צו קענען האלטן ביליג די דירות פרייזן, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 5
אסעמבלימאן קריס עיקוס פון קרית יואל געגנט, און לויפט פאר ווידערוויילונג, בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

Friday19 Cheshvan 578710/30/2026

Report
פרייטאג ערש''ק וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' חיים אלעזר שווארטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' ארי' שמחה קויפמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. ביים אנקומען האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט ביים בנין הישיבה, ווי מען בויעט צו א פרישע פליגל כדי אהערצושטעלן נאך כתות נאכצוקומען די וואוקס פון די תלמידי הישיבה כן ירבו.

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל ב''ר בצלאל בנימין פרידריך הי''ו.
- ב''ר אליעזר צבי ניימאן הי''ו.
- ב''ר מאיר פערל הי''ו.
- ב''ר משה דוד פריעדמאן הי''ו.
- ב''ר קלמן אליעזר פייערשטיין הי''ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי געטרינקן לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר מרדכי יודא כהן הי''ו.
- ב''ר שניאור זלמן אייזנבאך הי''ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק'.

אין די נאכמיטאג שעות איז אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש דער סטעיט סענעטאר 'דזשעימס סקופיס' וועלכער פארטרעט קרית יואל און לויפט פאר ווידערוויילונג, אינאיינעם מיט די הנהלת הקריה. דער רבי האט זיך באדאנקט פאר זיין קריטישע הילף אוועקצושטעלן דעם געזעץ צו ראטעווען די היימישע חינוך אין ניו יארק. באזונדער האט מען אויסגעשמועסט א לענגערע צייט פילע ענינים וואס ער וועט אי"ה שטיין צו הילף פאר קרית יואל'ס שטענדיגע הרחבות גבולי הקדושה כדי צו קענען האלטן ביליג די דירות פרייזן, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יחזקאל פראנקעל הי"ו און הרה"ח ר' מאיר אלי' אקער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' שלום בר"י שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברש"י שעהר הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' חיים יודא טעללער הי"ו און הרה"ח ר' משה יצחק לעברעכט הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:45 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' משה יחזקי' פיש הי"ו און הרה"ח ר' יעקב לייב כהן הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ קאנגרעסמאן 'מייק לאולער' וועלכער פארטרעט די שטאט מאנסי און לויפט פאר ווידערוויילונג, אינאיינעם מיט די הנהלת הקריה קר''י און ראשי ועסקני קהלתינו ומוסדותינו הק' מאנסי, דער רבי האט זיך באדאנקט פאר זיין הילף אנצוהאלטן די רעגירונג'ס הילף פאר די ישיבות אין אמעריקע און פאר זיין שטענדיגע הילף אין נאך פילע ענינים, ובפרט האט מען אויסגעשמועסט א לענגערע צייט פילע ענינים וואס ער וועט אי''ה שטיין צו הילף פאר קהלתינו ומוסדותינו הק' אין מאנסי, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך האט זיך געשטעלט צום פארהער בקו''פ אויף יו"ד ח"א הב' אברהם יצחק ב"ר יודא מנחם זאב ענגיל הי"ו (בני ברק) ממצויני תלמידי סניף דברי יואל.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' שמעון ברא"ד ווייס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' שמעון בר"י היילברוין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הר"ר יואל ארי' שטערן שליט''א.
- ב''ר חנני' בנימין הירש הי"ו.
- ב''ר יואל ב''ר שמואל ראזענפעלד הי"ו.
- ב''ר ראובן גלאנץ הי"ו.
- ב''ר אהרן הערש האלענדער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ג פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- המשמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ע וויינשטאק הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יוסף זאב מויזקאפף הי"ו און הרה"ח ר' יעקב יוקל ברי"ב הירש הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' בנימין זאב שטיין הי"ו און הרה"ח ר' יצחק מיכאל גראד הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב ב"ר אהרן שווארטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים שיעור ג'. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ג פסוק ט'. און דערנאך קובע געווען א מזוזה אויפן היכל הביהמ"ד וועלכער איז אין די טעג פארברייטערט געווארן.

ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה''צ ר' אנשיל שעהר שליט''א אב''ד קלעסאן, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נישואי בתו הצעירה למז"ט. עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער מנהגי נישואין און בשבח פון קהלתינו הק' אין לינדען, וואו חתנו הרב הגאון ר' אליעזר מרדכי סופר שליט"א דינט אלץ רב דקהלתינו, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז פארגעקומען אן אסיפה מיט די וועד החינוך פון מוסדותינו הק' ב"פ לקראת די אסיפה 'מסורתינו' וואס קומט פאר קומענדיגן מיטוואך חיי שרה פאר אלע אינגעלייט וואס האבן חתונה געהאט די לעצטע פינף יאר, וואו עס וועט אויפטרעטן מיטן חובת השעה הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א בשליחות הקודש פון רבינו שליט''א, מען איז איבערגעגאנגען מיטן רבי'ן די פונקטליכע פרטים וואס מען זאל אויסשמועסן ביים מעמד און אלע תקנות המוסדות, און דער רבי האט געגעבן ברכת הקודש.

אויך זענען אריין בקו''פ הנהלת התאחדות אברכים אינאיינעם מיט הנהלת חבורת יסודי התורה פון קהלתינו הק' וומסב''ג, צו לאדענען רבינו שליט"א צום סיום מסכת בבא קמא במסגרת חבורת יסודי התורה קומענדיגן מוצש"ק חיי שרה אין וומסב''ג. עס האט זיך פארצויגן א שמועס איבער די ריבוי הלומדים והנבחנים אין חבורת יסודי התורה וועלכע שטעלן זיך צום פארהער יעדן חודש, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין הרה"ג ר' יצחק מוטצען שליט"א וועלכער האט געברענגט זיין נייעם ספר 'הואיל משה' עה"ת חלק ח', סהאט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בדברי תורה בדרך דרוש ואגדה, און דער רבי האט זיך באדאנקט פארן ספר און אויף זיינע גליונות 'הואיל משה' וואס קומט ארויס מדי שבוע בשבוע און אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. ביים אנקומען האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן היכל הביהמ"ד וועלכער איז אין די טעג פארברייטערט געווארן צוליב די ריבוי התלמידים.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל ברמ"ח שפיטצער הי''ו.
- ב''ר ישכר דוב ווערטהיימער הי''ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ג פסוק י"ג. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעות איז אריין בקו''פ הגה"צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו ב''פ 18, חתן הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נישואי בנו למז"ט וועלכע קומט פאר מיטוואך תולדות אין ב"פ. עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און פאר בנו החתן ני"ו.

ארום 3:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

נאך מנחה ארום 4:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו די שמחת השבע ברכות אין די זאל בביתו נאוה קודש, צוגעשטעלט דורך רבינו שליט"א פאר די בני המשפחה, און ווי עס זענען געלאדענט געווארן די גבאים פון מסגרת תורתם אומנתם שע"י מבצר הכוללים קר"י, וועלכע איז געווידמעט צו מעודד און מחזק זיין די לומדי הכולל צו איבערחזר'ן און זיך פארהערן די לימודי הכולל.
ףדער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה. במשך די סעודה האבן עטליכע גבאים פארגעלייגט פארשידענע שאלות בעניני לימוד התורה, די סדר ואופני לימוד התורה און זיך פארהערן מקצועות התורה, און איבער ארויסנעמען התרת הוראה אמאל און היינט, דער רבי האט משיב געווען בטוב טעם ודעת און אויסגעשמועסט דעם מהלך פון רבנים אין די אלטע היים פאר די מלחמה, און נאך פארשידענע אינטערסאנטע ידיעות.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק בעניני נשואין און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן חתן און מחותנים, און פאר די עסקנים און גבאים וועלכע זענען מרבה תורה בישראל.
- ברכת המזון: דער זיידע הגה"צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט"א.
- ברכות ראשונות: דער זיידע הגה"צ ר' שמואל צבי זינגער שליט"א מאלכסנדר.
- ברכה אחריתא: דער מחותן הרה"ג ר' יחזקאל דוד זינגער שליט"א.
נאכן בענטשן האט דער רבי געטאנצן א ריקוד מיט די נאספים א לענגערע צייט ארום דעם זאל. מען האט געענדיגט ארום 6:15.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' פנחס אלימלך ווייסמאן הי"ו און הרה"ח ר' ירמי' לעווי הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' אברהם בר"ב פאלאטשעק הי"ו און הרה"ח ר' זלמן לייב שפילמאן הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יואל ברח"מ דאסקאל הי"ו און הרה"ח ר' יצחק אפפעל הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגאון הגדול ר' שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב מעריב בני ברק. עס האט זיך פארצויגן א שיינע לענגערע שמועס אין כמה מקצועות הש"ס, און איבער שמות גיטין, און איבער דעם וואס סאיז ברוך ה' אכשר דרא בענין לימוד התורה היינטיגע צייטן. דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים, און מאציל געווען מברכת קדשו, און אים געגעבן ספרו לב אהרן דרושים ר"ה סוכה, און ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יוסף יושע ברמ"י גאלדבערגער הי"ו.
- ב"ר מרדכי יונה ווידער הי"ו.
- ב"ר יודא זאב קליין הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר בנציון יושע קראוס הי"ו.
- ב"ר יעקב יודא ארי' מוטצען הי"ו.
- ב"ר יושע הערש ברמ"י גליק הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ג פסוק י"ג, און ארומגערעדט איבער דעם חומר האיסור פון השתתפות אין די בחירות הטמאות אין ארה"ק וועלכע קומען פאר די וואך. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד סלאטפינא ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מנשה בן בנש"ק הרב אשר ישעי' הורוויץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס פונעם הייליגן עצי חיים זיע''א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל ברית ובני משפחתו, און דערביי האט דער משמש ר' וואלף פריעדלענדער הי"ו געמאכט די מי שברך כנהוג.

ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יחיאל דוב פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' יואל חיים פילאפף הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' דוד גרינפעלד הי"ו און הרה"ח ר' מאיר שטיינפעלד הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

נאך די חופות ארום 7:45 איז דער רבי אריבער אין ביהמ''ד יראי השם בשכונת ברוך טעם אין קר"י המורחבת, צו די שמחת השבע ברכות לכבודו פונעם רב הביהמ"ד הרה''ג ר' מרדכי פריעדמאן שליט''א בן הגה''צ גאב''ד טענקא שליט''א וחתן הגה''צ אב''ד וויטקא שליט''א. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די זיידעס הרבנים שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, זיידעס, רב הביהמ"ד שליט"א און פארן גאנצן ציבור, און זיך אויפגעשטעלט טאנצן מיטן גאנצן אויבנאן. מען האט געענדיגט ארום 8:00.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 10:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:10 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם יושע גלויבער הי"ו און הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו.

נאך די זמני כניסה ארום 10:15 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד אהל פיגא צו די שמחת השבע ברכות, צוגעשטעלט דורך דעם ביהמ"ד לכבודו פון רבינו שליט"א און פון חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק בדברי תורה בענין שמחת חתן וכלה און בשבח פונעם ביהמ"ד און פון הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, און מסיים געווען בברכת קדשו פארן חתן, פאר הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, פאר כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרב אורי האלבערשטאם שליט"א מיט דברי בדחנות.
- ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א.
- שבע ברכות: כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 11:00.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:15 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר די חתנים.
- החתן אברהם משה ב"ר פנחס אלימלך ווייסמאן הי"ו.
- החתן מרדכי דוד ב"ר יחיאל דוב פריעדמאן הי"ו.
- החתן אברהם עיבר ב"ר יחזקאל פראנקעל הי"ו.
- החתן אלימלך ב"ר יעקב הערש פערל הי"ו.

ארום 6:35 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.
- קבלת שבת: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו (וומסב''ג).
מען האט געענדיגט ארום 8:10. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 9:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.

- אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל סיגלער הי"ו (שיכון סקווירא).
- כל מקדש: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל סיגלער הי"ו.
- מנוחה ושמחה: נכד רבינו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואגדלה שמך' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון הקדש מפקיע מידי שיעבוד.

- קה אכסוף: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו.
- ברכת המזון: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק רבי משה'לע משינאווא זיע''א וואס די יארצייט איז געווען עש"ק י"ב חשון.

- קה רבון עלם: נכד רבינו הרב יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. בשעת'ן טועם זיין פון די פירות האט מען געזינגען דעם ניגון 'פליאה דעת ממנו', און דער רבי האט דערציילט ווי רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א פלעגט זיך אינטערזינגען די תנועה פונעם ניגון ביי די 4'טע נענועים סוף הלל.
אויך איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ר' יעקב בר"א שווארטץ הי"ו.
- אז ביום השביעי: הרה"ג ר' מרדכי הירש שליט"א מו"ץ.
מען האט געענדיגט ארום 12:00.

וביום השבת

דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
- ברכות: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו.
- פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' מאיר אלי' אקער הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' ישראל פערל הי"ו.
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא גרינפעלד הי"ו.
עליות.
- כהן: הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: החתן שמעון ב"ר נחום קלאגסברוין הי"ו.
- שלישי: החתן יעקב ב"ר יואל ברא"ט קויפמאן הי"ו - באווארפען.
- רביעי: החתן נפתלי צבי ב"ר אברהם ב"ר בערל פאלאטשעק הי"ו - באווארפען.
- חמישי: החתן אברהם עיבר ב"ר יחזקאל פראנקעל הי"ו - באווארפען.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' וואלף פריעדלענדער הי"ו.
- ר' משה יודא וויינגארטן הי"ו.
- ר' ירמי' בנציון קאפפעל הי"ו.
- ר' יושע הערש לעווי הי"ו.
- ר' דוד ברא"ז ניימאן הי"ו.
- ר' שמעון משה ניישטיין הי"ו.

- שביעי: החתן אלימלך ב"ר יעקב הערש פערל הי"ו - באווארפען.
- אחרון: החתן חיים מאיר בן הרה"ג ר' שלמה יואל מאשקאוויטש שליט"א.
- מפטיר: החתן אברהם ב"ר מרדכי הערש גאלדמאן הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' מענדל קלאגסברוין הי"ו (מאנסי).
- גלילה: הרה"ח ר' מרדכי הערש גאלדמאן הי"ו (מאנטרעאל).

- מוסף: הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם וואלף קויפמאן הי"ו (מאנטרעאל).
מען האט געענדיגט ארום 12:20.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:35.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' פנחס פראנקעל הי"ו (וומסב''ג).
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' צבי יודא ברמ"ח ווייס הי"ו (אנטווערפען).
- כהן: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הר"ר אהרן מאשקאוויטש שליט"א (וומסב''ג).
- שלישי: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' יואל שפילמאן הי"ו (וומסב''ג).

זמירות ביי של''ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'לך לך מארצך ואברכך ואגדלה שמך' און נאכגעזאגט פונעם הייליגן ייטב לב זיע''א אז די סיבה פארוואס מען מעג מתפלל זיין ראש השנה אויף צרכי גשמיות איז ווייל כדי א איד זאל קענען דאווענען און לערנען מיט א רואיגקייט און קענען טוהן צדקה וחסד, פעלט זיך אויס אז מען זאל זיין געזונט און האבן פרנסה בהרחבה.

און געטייטשט אז אויב א ערליכער איד האט נישט קיין געלט און איז נישט געזונט דאן איז עס א חילול השם, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב און אנגעוואונטשן פרנסה בהרחבה פארן גאנצן ציבור.

- ידיד נפש: הרה"ג ר' שלמה יואל מאשקאוויטש שליט"א מו"ץ בקהלתינו וומסב''ג.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' מרדכי הערש גאלדמאן הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
- הגבהת הכוס: החתן שמעון ב"ר נחום קלאגסברוין הי"ו.

- מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' מרדכי הערש גאלדמאן הי"ו.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:55.

ארום 10:15 איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר דעם ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אברהם ישעי' ווייס הי"ו און ווערט אריינגעגעבן קומענדיגן דאנערשטאג חיי שרה אין ביהמ"ד בית מרדכי. דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות, געטרונקען לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו האט אפגעקויפט דעם זכות פון א חדר התפילה אינעם בנין הביהמ"ד הגדול אין שיכון קרית יואל בבני ברק יצ''ו. עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער דאס חשיבות פון תורת ארץ ישראל. דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' מאיר הי"ו ובני משפחתו און פאר די חברי ועד בעלי בתים שע"י מוסדות יטב לב.

דערנאך איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' שלמה יעקב זידא אייכנשטיין שליט"א אב"ד גאלאנטא בן האדמו"ר מגאלאנטא שליט"א וועלכע האט געוויילט אויף שב"ק אין קר"י, עס האט זיך פארצויגן א לענגערער שמועס בסיפורי בית צאנז און זידיטשוב, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Thursday18 Cheshvan 578710/29/2026

Photos · 10
קאנגרעסמאן 'פעט רייען', סטעיט סענעטאר 'דזשעימס סקופיס', וועלכע פארטרעטן קרית יואל, און קאנגרעסמאן 'מייק לאולער' וועלכע פארטרעט די שטאט מאנסי, און לויפן פאר ווידערוויילונג, בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

Wednesday17 Cheshvan 578710/28/2026

Sunday14 Cheshvan 578710/25/2026

Show earlier days