בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מסע הקודש

← ווייזט אלעס
← אלע נסיעות

נסיעה צו די שחיטה אין פאוסטוויל אייאווא, און צו די ווייץ שניט אין יומא אריזאנע - סיון תשפ"ב

י"ד סיון תשפ"ב – ט"ו סיון תשפ"ב · 18 פאוסטס, על הסדר פון מעלדן ביז אהיימקומען

מאנטאגי"ד סיון תשפ"ב6/13/2022

באריכט
כי בשמחה תצאו

אין די יעצטיגע מינוטן פארלאזט כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביתו נאוה קודש אין קרית יואל אויפן וועג צום לופטפעלד, פון ווי רבינו שליט''א וועט אפפליען קיין אייאווא באזוכן די שחיטה המהודרת דקהלתינו אין באגלייטונג פון הגה''צ רבני קהילתינו וויליאמסבורג און מאנסי שליט''א און געציילטע משמשים בקודש.

אונטערוועגנס וועט רבינו שליט''א זיך אפשטעלן אין יומא אריזאנע, ווי עס ווארטן אפ דייני קהילתינו הרה''ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט''א דומ"ץ בית מדרשינו בית מנחם צבי, און הרה''ג ר' יואל יצחק שטערן שליט''א דומ"ץ דינוב קר"י, וועלכע שטייען בראש פונעם קצירת חיטים המהודרים פארן קומענדיגן יום טוב פסח הבעל''ט, ווי דער רבי שליט"א וועט זיין אי"ה ביים ערשטן שניט און פון דארט אי"ה ממשיך זיין די נסיעה צו די שחיטה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
נייעס
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך

מאנטאג 11:47 צופרי

די פליגער פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט''א הייבט זיך יעצט, און איז ערווארטעט צו לאנדען 1:30 ארטיגע זייגער, 4:30 ניו יארקער צייט, אין יומע אריזאונע.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
בילד
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א עוסק בתורה אויפן פליגער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
מאנטאג בהעלותך 2:05 נאכמיטאג אין יומע אריזאנע (5:05 ניו יארקער צייט), אין די יעצטיגע מינוטען האט געלאנדעט די פריוואטע פליגער פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ווי רבינו שליט''א וועט תיכף צופארן שניידן דעם ערשטן שניט פארן קומענדיגן יום טוב פסח הבעל''ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
באריכט
אין די לעצטערע מינוטען איז כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אינאיינעם מיט'ן שיירה, אנגעקומען אויפן פעלד אין יומע אריזאנע, ווי עס האבן אפגעווארט דייני קהלתינו הק' הרה''ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט''א דומ"ץ בית מדרשינו בית מנחם צבי, און הרה''ג ר' יואל יצחק שטערן שליט''א דומ"ץ דינוב קר"י, וועלכע שטייען בראש פונעם קצירת חיטים המהודרים פארן קומענדיגן יום טוב פסח הבעל''ט אינאיינעם מיט עסקנים ומנהלי בית האופה דקהלתינו הק' וומסב"ג און קרית יואל, ווי מען שניידט דעם ערשטן שניט לשם מצות מצוה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
ווידיאו
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים ארויפגיין אויף די קאמביין מאשין, און ביים שניידן בטירחא דגופא די ווייץ אין יומא אריזאנע.

▫️סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
בילד
רבינו שליט''א ביים בודק זיין די ווייצלעך.
נייעס
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך

מאנטאג 5:20 נאכמיטאג אין יומע אריזאנע (8:20 ניו יארקער צייט)

אין די יעצטיגע מינוטען הייבט זיך די פליגער פון רבינו שליט''א קיין פאוסטוויל אייאווא באזוכן די שחיטה המהודרת דקהלתינו הק', און איז ערווארטעט צו לאנדען 9:15 ארטיגע זייגער (10:15 ניו יארקער צייט).

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
ווידיאו
קצירת יד ע"י הגה"צ רבני קהילתינו וומסב''ג און מאנסי שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
נייעס
אין די יעצטיגע מינוטען האט געלאנדעט די פליגער פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אין פאוסטוויל אייאווא, רבינו שליט''א וועט צופארן א וועג פון א שעה צום אכסניא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️

דינסטאגט"ו סיון תשפ"ב6/14/2022

נייעס
דינסטאג בהעלותך 2:40 נאכמיטאג אין פאוסטוויל אייאווא (3:40 ניו יארקער צייט)

אין די יעצטיגע מינוטען האט זיך געהויבן די פליגער פון רבינו שליט''א נאכן באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת דקהלתינו הק', די פליגער איז ערווארטעט צו לאנדען ארום 5:30 נאכמיטאג.

פונעם לופטפעלד וועט רבינו שליט''א צופארן קיין וומסב''ג ווי דער רבי וועט דאווענען מנחה און דערנאך וועט זיין די וועכנטליכע זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 11:00 אויפדענאכט בביתו נאוה קודש בוומסב''ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
נייעס
ברוך אתה בבואך

אין די היצטיגע מינוטן לאנדעט די פליגער אין וואס כ''ק מרן רבינו שליט''א קערט זיך צוריק פונעם קורצן באזוך ביים בית השחיטה אין אייאווא און פון די קצירת חיטים אין אריזאנע.

ווי געמאלדן וועט רבינו שליט''א פאהרן קיין וויליאמסבורג, ווי עס וועט זיין זמן כניסה לקו''פ

בזמן שהצדיק בעיר

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️

מיטוואךט"ז סיון תשפ"ב6/15/2022

באריכט
באריכט מאנטאג - דינסטאג פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, באזוך אין יומע אריזאנע ביי די קצירת החטים לשם מצות מצוה, און אין פאוסטוויל אייאווע ביים בית השחיטה המהודרת דקהלתינו הק' פאר די גסות

מאנטאג ארום 8:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית בביהמ''ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר חיים דוד ניישטאדט הי''ו, ביי קריה"ת איז דער רבי געגאנגן הגבה.

ויהי בימי קציר חיטים
בערך ארום 10:25 האט רבינו שליט''א פארלאזט ביתו נאווה קודש אין קרית יואל, אויפן וועג צום טיטער-בארא עירפארט, און באגלייטונג פון הגאוה''צ רבני קהלתינו וומסב''ג און מאנסי שליט''א און געציילטע משמשים בקודש, אום 11:45 האט זיך אין א מזל'דיגע שעה געהויבן דער פריוואטער פליגער אויפן וועג קיין יומע אריזאנע, אויפן וועג האט רבינו שליט''א עוסק געווען אין די שיעורי הישיבה במס' בבא בתרא, און שפעטער אין שו''ע או''ח בחבורת שונה הלכות.
אויך איז געווען אויפן פליגער לענגערע שמועסן אין פארשידענע הלכה'דיגע נושאים בעניני ריבית, און שפעטער אין די ענינים פון קצירת חיטים.

ארום 2:00 מיטאג אין יומע אריזאנע (5:00 נאכמיטאג ניו יארקער צייט) האט געלאנדעט דער פליגער אינעם דערנעבענדיגן עירפארט, נאנט צו די ווייץ פעלדער, און דער רבי מיט די באגלייטער זענען תיכף צוגעפארן מיט א ספעציעלן ספרינטער צום פעלד.

אנקומענדיג אויפ'ן פעלד אינטער א הייס ברענעדיגן זין פון 115 די גראד, האבן שוין אפגעווארט דייני קהלתינו הק' הרה''ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט''א דומ"ץ בית מדרשינו בית מנחם צבי, און הרה''ג ר' יואל יצחק שטערן שליט''א דומ"ץ דינוב קר"י, וועלכע שטייען בראש פונעם קצירת חיטים המהודרים, אינאיינעם מיט עסקנים ומנהלי בית האופה דקהלתינו הק' וומסב"ג און קרית יואל, אויך האבן זיך אהנגעזעהן דארט דייני ק''ק פאפא בשליחות רבם כ''ק אדמו''ר מפאפא שליט''א נכדו הרה''ג ר' יוסף גרינוואלד שליט''א בן הגה''צ דומ''ץ פאפא שליט''א אינאיינעם מיט הרה''ג ר' משה יוסף בן הגאון ר' שמעלקא פריעדמאן שליט''א חבר וועד הכשרות דק''ק פאפא.

צום ערשט האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן ספעציעלן וואסערן סיסטעם, ווי עס איז פארשפארט דער מקור דערפון מיט א חותם זינט די ווייץ הייבט אהן צו צייטיגן, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט א לענגערע צייט ביי די שומרים וואס געפינען זיך שוין אויפן פעלד די לעצטערע וואכן, דאן איז רבינו שליט''א אריבער צום קאמביין טראק און זיכער געמאכט אז די אלע פלעצער פון ווי עס קען אראפ טראפן וואסער איז פארמאכט, און איז דערנאך ארויף געקראכן בטירחא דגופא אויפן קאמביין מאשין און מיט גרויס רגש האט דער רבי געזאגט לשם יחוד און לשם מצות מצוה און אנגעצינדן דעם קאמביין אינאיינעם מיט'ן אידישן דרייווער ר' קלמן אליעזר שאלילאף הי''ו פון קרית יואל - וועלכע פירט דורך די גאנצע קצירה ווי רבינו שליט''א האט איינגעפירט דעם הידור אז עס זאל דורכגעפירט ווערן בלויז דורך א איד, דער רבי האט קאנטראלירט דעם מעסער פונעם קאמביין וואס שניידט די ווייץ דער רבי האט געפירט דעם קאמביין אויפן פעלד אינאיינעם מיט'ן דרייווער, און אריבער געפארן דעם פעלד עטליכע מאל אהין און צוריק פאר א לענגערע צייט.

נאכן שניידן איז דער רבי אראפ און איז אריין אינטער א קליינעם שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אויפן פעלד, ווי דער רבי און די שיירה האבן בודק געווען טויזענטער ווייצלעך און מיט התפעלות זיך צוגעקוקט ווי די ווייץ איז זויבער און ריין און עס איז נישט געטראפן געווארן קיין איין ווייצל מצומחות אדער מבוקעות, ריין און הערליך אן קיין שאלות ופקפוקים, דער רבי האט מסביר דעם גאנצן סדר ווי אזוי די ווייץ וואקסט, דער כח המצמיח און ווי עס ווערט נחמץ, דער פראבלעם פון וואסער ווען עס שוין אין צריך לקרקע, און די מעלות והידורים פון די ארטיגע ווייץ.

ברגש קודש האט מען דערנאך געזינגען ניגוני שמחה 'לשמור חקיך ולעשות רצוניך', דער רבי האט זיך באדאנקט פארן גאנצן ציבור, און מען האט ממשיך געווען מיטן שניט, ווי ס'וועט אי"ה געשניטן ווערן נאנט צו א מיליאון פונט אויף א שטח פון באלד 200 עיקער.

רבינו שליט''א איז צוגעפארן צו א דערנעבענדיגן האטעל זיך אפצורוען פון די גרויסע היצן פאר עטליכע מינוטען, און פון דארט איז מען תיכף צוגעפארן צום עירפארט, און אום 5:20 (ארטיגע זייגער) האט זיך געהויבן דער פליגער א וועג פון צוויי א האלב שעה קיין פאוטסוויל אייאווא צו באזוכן די בית השחיטה המהודרת דקהלתינו הק', אויפן פליגער האט רבינו שליט''א געדאווענט תפילת מנחה בציבור, און דאן האט דער רבי ממשיך געווען זיינע שיעורים במס' בבא קמא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
באריכט
ביים לאנדען האבן אפגעווארט אינעם עירפארט עטליכע מיט ארבייטער פונעם בית השחיטה וועלכע האבן צוגעטראגן דעם רבי'ן און די שיירה מיט זייער קאר, א וועג פון א שעה צום בית האכסניא, ביים אנקומען בערך אום 11:45 אויפדערנאכט האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב.

בזאת יבוא אהרן אל הקודש בפר בן בקר

דינסטאג באשמורת הבוקר ארום 6:00 איז רבינו שליט''א אריבערגעפארן צום בית השחיטה, ווי דער רבי האט זיך ווארים באגריסט מיט הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט''א אבד"ק נייטרא מאנסי דער רב המכשיר פונעם בית השחיטה ובנו הרב ר' מרדכי וועלכע פארפיגט אויף די גאנצע אפעראציע אינעם בית השחיטה.

דער רבי האט זיך איבערגעטוהן די נוטיגע בגדים און איז תיכף אריין אינעם פלענט צום חלק השחיטה און בודק געווען די חלפים פון אלע שוחטים וואס ער האט שטארק באוואונדערט, דערנאך איז דער רבי געשטאנען א לענגערע צייט און באטראכט דעם גאנצ'ן סדר שחיטה, פון ווען די בהמות גייען אריין אינעם באקס וואס ווערט דערנאך איבערגעדרייט אין ווערט געשאכטן בשחיטה מונחת, און מפליא געווען די מומחיות פון די שוחטים.

נאך א לענגערע צייט שטיין ביי די חלק השחיטה אליינס, איז מען אריבער צום חלק הבדיקות הריאות, דער רבי האט געמאכט בדיקות פנים און איבערגעקוקט עטליכע צענדליגע ריאות א לענגערע צייט פון אריבער א שעה, און אויסגעשמועסט מיט די רבנים און די בודקים אלע פרטים און חומרות וואס מ'האט איינגעפירט מיט גרויס זהירות, און אזוי איז מען דורך אלע סניפים פונעם בית השחיטה, און אויסגעפרעגט אלע משגיחים יעדער אויף זיין תפקיד, ביי אלע חלקים פון די בהמה.

ארום 8:30 איז דער רבי אריבער צום חלק הניקור און באטראכט דעם גאנצן אפאראט א לאנגע צייט, פון דארט איז דער רבי צוריקגעגאנגען צום חלק השחיטה און זיך נאכאמאל אומגעקוקט אויפן גאנצן סדר, דערנאך איז דער רבי אריין פאר געציילטע מינוט בודק זיין די חלפים ביי די שחיטת העופות פונעם בית השחיטה.

נאך א לענגערע צייט פון נאנט צו 5 שעה אינעם בית השחיטה, בערך אום 10:30 אזייגער, איז דער רבי אריבער געגאנגען צו די ארטיגע מקוה און דערנאך געדאווענט שחרית בבית האכסניא.

תיכף נאך תפילת שחרית איז מען צוריקגעגאנגען צום בית השחיטה ממשיך צו זיין און מיטהאלטן די חלקי המליחה, שרוי' והדחה, ביז צום פעקעדשינג, מיט אלע שיינע חומרות והידורים וואס דער רבי האט דארט איינגעפירט.

בערך אים איינס אזייגער האט זיך דער רבי אפגעזעגנט פון די שובי"ם משגיחים אינעם בית השחיטה און דער רבי איז תיכף צוגעפארן צום עירפארט.
דער רבי איז אנגעקומען אינעם עירפארט אום 2:15, בשעטו''מ האט זיך דער פליגער געהויבן אום 2:30. אויפן וועג האט רבינו שליט''א טועם געווען פת שחרית, און דערנאך דערציילט א לענגערע צייט, זכרונות מימי קדם, בעניני שחיטה און שניידן ווייץ, ווי אזוי עס איז צוגעגאנגען אין דער אלטע היים און דאהי נאך די קריג, די גאנצע השתלשלות הענינים מיט אלע תיקונים במשך השנים, ביז צו היינטיגן טאג.

נאכמיטאג ארום 5:30 (ניו יארקער צייט) האט געלאנדעט דער פליגער אין טיטער-בארא עירפארט, און רבינו שליט''א איז תיכף ארויסגעפארן לביתו נאוה קודש קיין וומסב"ג ווי מ'איז אהנגעקומען בערך 6:45.
אום 8:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאווה קודש, דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 1:15.
בערך אים 9:20 האט רבינו שליט"א גערעדט קורצע דב"ק דורך א הוקאפ צום סיום יסודי התורה בקרב אנ"ש אין מאנטרעאל.
ארום 12:00 האט דער רבי געדאווענט מעריב, און ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דער ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
ווייזט ווייטער פון די נסיעה