בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מסע הקודש

← ווייזט אלעס
← אלע נסיעות

נסיעה צו די שחיטה אין אורוגוויי - באזוך אנ''ש אין ארגענטינע - חשון תשפ''ה

י' מרחשון תשפ"ה – י"ג מרחשון תשפ"ה · 41 פאוסטס, על הסדר פון מעלדן ביז אהיימקומען

מאנטאגי' מרחשון תשפ"ה11/11/2024

נייעס
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך

מאנטאג פרשת וירא 5:25 נאכמיטאג אין די יעצטיגע מינוטן האט כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א פארלאזט ביתו נאוה קודש אין קרית יואל צום JFK עירפארט, אויפן וועג צו באזוכן די שחיטה אין מדינת אורעגוויי, ווי דער רבי וועט זיך אפשטעלן אויף א קורצע באזוך אין ארגענטינע בקרב אנ''ש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
נייעס
מאנטאג פרשת וירא 7:07 אויפדערנאכט אין די יעצטיגע מינוטן איז כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אנגעקומען אינעם JFK עירפארט.
דער רבי וועט דאווענען תפילת מעריב און דערנאך ארויפגיין אויפן פליגער אין באגלייטונג פון געציילטע מקורבים און הגה''צ דומ''ץ קהלתינו ב''פ שליט''א און הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 5
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים פארלאזן ביתו נאוה קודש אין קרית יואל אויפן וועג צום עירפארט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 8
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי תפילת מעריב אין עירפארט, נאך מעריב האט שלום גענימען ביי רבינו שליט''א הרב אלעזר רייטשיק שליט''א מרבני מקוה אינטערנעשאנאל און געוויזן פארן רבין זיינע פעולות צו בויען מקוואות איבער די וועלט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
באריכט
מאנטאג פרשת וירא 9:00 אויפדערנאכט, אין די יעצטיגע מינוטען הייבט זיך בשעטו''מ די פליגער פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, אויפן וועג צו באזוכן די שחיטה אין מדינת אורעגוויי, ווי דער רבי וועט זיך אפשטעלן אויף א קורצע באזוך אין ארגענטינע בקרב אנ''ש.

די פליגער איז ערווארטעט צו לאנדען אין ארגענטינע ארום 9:30 דינסטאג אינדערפרי (ארטיגן זייגער - 7:30 ניו יארקער צייט) אינעם ארטיגן אינטערנעשענאל עירפארט.

תושבי ארגענטינע לבשי בגדי תפארתך, הנה מלכך בא!!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

דינסטאגי"א מרחשון תשפ"ה11/12/2024

באריכט
ברוך הבא בשם ה'

דינסטאג פר' וירא 9:41 אינדערפרי אין ארגענטינע (7:41 ניו יארקער צייט) אין די יעצטיגע מינוטען האט בשעטו''מ געלאנדעט די פליגער פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אין שטאט בוענאס איירעס ארגענטינע.

רבינו שליט''א וועט אריינפארן אין שטאט א וועג פון בערך 40 מינוט לבית האכסניא און דערנאך צופארן צום ארטיגן ביהמ''ד קהל חרדים צו תפילת שחרית בקרב אנ''ש, און דערנאך וועט פארקומען א מסיבת לחיים ומעמד קבלת פנים, און שפעטער נאכמיטאג דעם מעמד צאתכם לשלום ומסיבת לחיים לרגל גמר המקח פונעם בנין התלמוד תורה אין שטאט.
דערנאך וועט דער רבי ממשיך זיין די נסיעה צו באזוכן די שחיטה אין מדינת אורעגוויי.

בזמן שהצדיק בעיר היא הודה היא זיוה והיא הדרה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים אנקומען אין עירפארט אין ארגענטינע, ווי דער רבי איז אפגעווארט געווארן בשירה וזמרה דורך הגה''צ גאב''ד בוענאס איירעס שליט''א און רוב בני הקהלה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 4
ערשטע בילדער כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי תפילת שחרית אין ביהמ''ד הגדול דקהל חרדים אין ארגענטינע.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווידיאו
דינסטאג פרשת וירא 3:50 אין ארגענטינע (1:50 ניו יארקער צייט) אין די יעצטיגע מינוטען פארלאזט כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א דעם נייעם בנין האדיר פאר די מוסדות אין בוענאס איירעס ארגענטינע נאכן קורצן באזוך בקרב אנ''ש וועלכע האט איבערגעלאזט א רשימה דקדושה און הויפענעס חיזוק פאר די תושבי העיר.

רבינו שליט''א וועט אנקומען אין ארטיגן עירפארט און ווייטער ממשיך זיין די נסיעה צו באזוכן די שחיטה אין מדינת אורעגוויי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
נייעס
דינסטאג פרשת וירא 4:51 נאכמיטאג אין בוענאס איירעס ארגענטינע, אין די יעצטיגע מינוטען הייבט זיך בשעטו''מ די פריוואטע פליגער פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, א וועג פון 45 מינוט צו באזוכן די שחיטה אין מדינת אורעגוויי, נאך די קורצע באזוך אין ארגענטינע בקרב אנ''ש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווידיאו
ילדי תשב''ר אין ארגענטינע ביים מקבל פנים זיין כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א היינט פאר שחרית אינעם ארטיגן ביהמ''ד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
נייעס
דינסטאג פרשת וירא 5:36 נאכמיטאג אין די יעצטיגע מינוטען האט בשעטו''מ געלאנדעט די פריוואטע פליגער פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, אין מדינת אורעגוויי ווי דער רבי וועט באזוכן די שחיטה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
באריכט
מאנטאג - דינסטאג פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
קורצע באזוך פון רבינו שליט''א בקרב אנ''ש אין בוענאס איירעס ארגענטינע


רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הר"ר יואל ברי"ש וויינבערגער שליט"א.
ב"ר יואל ברי"נ שרייבער הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

נאך מנחה ארום 5:25 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום JFK עירפארט פון ווי רבינו שליט''א האט אפגערייזט צו באזוכן די שחיטה אין מדינת אורעגוויי, פון ווי קהלתינו הק' וועט אנהייבן שחט'ן די גסות בתכלית הכשרות והידורים כפי הוראת רבותינו הק', מיט א אפשטעל אויף א קורצע באזוך אין ארגענטינע בקרב אנ''ש.

ארום 7:05 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין עירפארט, נאך א קורצע צייט האט דער רבי געדאווענט מעריב אינעם בית חב"ד, בעל תפילה: ר' משה דוד דאווידאוויטש הי"ו.
נאך מעריב האט שלום גענומען די ארטיגע חב"ד רב הרב יוסף ראאב שליט"א און זיין שווער הרב אליעזר רייטשיק שליט"א מרבני 'מקוה אינטערנעשאנעל' וועלכע האט דערביי געוויזן פאר רבינו שליט"א א באריכט פון זיינע פילע פעולות צו בויען מקוואות איבער דער גארער וועלט און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 8:40 איז דער רבי ארויף אויפן פליגער אינאיינעם מיט הגה"צ דומ''ץ קהלתינו ב''פ שליט''א און הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט"א און געציילטע מקורבים.

אום 9:02 האט זיך די פליגער געהויבן, אויפן וועג האט רבינו שליט''א א לענגערע צייט געלערנט זיין שיעור במס' בבא קמא, און דערנאך אריין אין א לענגערע שמועס מיט הגה''צ דומ''ץ ב''פ שליט''א און הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א איבער א אקטועלע ריבית שאלה וואס איז עומד על הפרק און זיך מפלפל געווען א לענגערע צייט.

דער פליגער האט געלאנדעט היינט דינסטאג 9:41 ארטיגער זייגער ווי דער רבי איז אפגעווארט געווארן אפגעווארט געווארן בשירה וזמרה דורך הגה''צ גאב''ד קהל חרדים ארגענטינע שליט''א און רוב בני הקהלה, מען איז אריבער שלום נעמען און דער רבי איז צוגעפארן א וועג פון 40 מינוט לבית האכסניא.
נאך א קורצע הפסקה אין אכסניא איז רבינו שליט''א אריבער צום ארטיגן ביהמ''ד הגדול דקהל חרדים ווי די גאנצער ציבור זקנים עם נערים האט אפגעווארט רבינו שליט''א אויף די גאס בשירה ובזמרה, די ילדי תשב''ר האבן מקבל געווען דעם רבי'ן אין ביהמ''ד ווי דער רבי האט מיט א חביבות און מלא רגש באטראכט די קינדער.

דערנאך איז דער רבי אריבער זיך אומקוקן אויף די גרויסע מקוה אינעם בנין, און דערנאך געגאנגען זיך מטהר זיין אין די פריוואטע מקוה פון הגה''צ גאב''ד קהל חרדים בוענאס איירעס ארגענטינע שליט''א בבנין ביהמ"ד.

ארום 11:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית. בעל תפילה הרה''ח ר' משה הכהן גברא הי''ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק סאלם הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק און געזאגט די ברכות.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך ביי הגה''צ גאב''ד קהל חרדים שליט''א אין זיין דירה העכער דעם ביהמ''ד, עס איז אויך אנוועזענד געווען הגה''צ דומ''ץ ב''פ שליט''א און הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א, אויך איז אנוועזענד געווען הגאון ר' שמואל ארי לעווין שליט"א ראש ישיבת חפץ חיים ארגענטינא, רבינו שליט''א האט משבח געווען די אלע חשובע פירות וואס קומען ארויס פון די קהילה, מורי הוראות, סופרים, ומרביצי תורה קיין ניו יארק געלונגענע איכות'דיגע מענטשן, און דערנאך זיך אריינגעלאזט אין א לענגערע שמועס איבער די שחיטה, אלע ענינים אין היסטאריע אין ארגענטינע און אין אורוגוויי און אלע תקנות וואס מען האט מתקן געווען, דער רב האט מכבד געווען רבינו שליט''א מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר הרבנית תליט''א.

דערנאך ארום 1:55 איז דער רבי אראפ אין ביהמ''ד צום מעמד קבלת פנים בשירה ובזמרה מיט די השתתפות פון די גאנצע קהילה זקנים אברכים ובעלי בתים, פון איין זייט ביהמ''ד די בחורים און די אנדערע זייט די קינדער און אלע נשים צדקניות אין עזרת נשים.
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, הרב מרדכי אפרים פישל בן הגה''צ גאב''ד קהל חרדים שליט''א האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט עטליכע ווערטער, דערנאך האט דער רב שליט''א געזאגט זיין הארציגע דרשה און באגריסט דעם רבי'ן, און ארויסגעברענגט אז לעצטע מאל דער רבי איז געווען בשליחות פון רביה''ק בעל ברך משה זיע''א און יעצט איז דער רבי געקומען זעהן זיינע אייגענע תלמידים וואס רוב רובם פון די קהילה זענען תלמידים פון רבי'ן וואס האבן געלערנט אין רבינ'ס ישיבה.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעברענגט זיין התרגשות און די שבח פון די שיינע קהילה מיט אירע גוטע פירות, און ווארעם אנגעוואונטשן ברוב ברכות.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און פארטיילט א ספר תהילים פאר אלע קינדער. און איבערגעלאזט א מתנה הגונה פאר אלע כלי קודש פון די מוסדות און בני הכולל, מען האט געענדיגט ארום 3:00 און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא.

ארום 3:15 איז רבינו שליט''א אריבער צום נייעם שטח פון די גרויסע בנין פאר די מוסדות, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און זיך דערנאך זיך געזעגנט מיט הארציגע געפילן און פערזענליך ווארעם אנגעוואונטשן פארן רב שליט''א.

מען האט געענדיגט ארום 3:45 און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט צום עירפארט ממשיך זיין די נסיעה צו די שחיטה אין מדינת אורעגוויי. איבערלאזענדיג א רשימה דקדושה און הויפענעס חיזוק פאר אנ''ש תושבי העיר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי תפילת מנחה אינאיינעם מיט די שוחטים אין אורעגוויי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווייזט ווייטער פון די נסיעה