בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מסע הקודש

← ווייזט אלעס
← אלע נסיעות

נסיעה צו די שחיטה אין פאוסטוויל - אב תשפ''ה

י"א מנחם אב תשפ"ה · 7 פאוסטס, על הסדר פון מעלדן ביז אהיימקומען

דינסטאגי"א מנחם אב תשפ"ה8/5/2025

באריכט
כי מלאכיו יצוה לך

היינט דינסטאג ואתחנן אום 9:15 אינדערפרי האט זיך רבינו שליט"א ארויסגעלאזט מביתו נאוה קודש בעיר הנופש בעטלהעם, ניו העמפשיר צום לאקאוניע רידזשענעל לופטפעלד, אין גילפארד ניו העמפשיר פון ווי דער רבי איז אפגעפלויגן מיט א פריוואטן פליגער אום 10:30 קיין פאוסטוויל אייאווע, אין באגלייטונג פון בנו הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א און הגה"צ אבד"ק מאנסי שליט"א און עטליכע מקורבים, אויף א באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת שע"י קהילתינו הק' ווי דער רבי וועט עטליכע שעה זיך אומקוקן אויפן סדר השחיטה במשך דעם טאג, און וועט זיך אומקערן אויפדערנאכט לביתו נאוה קודש בעיר הנופש אין בעטלהעם ניו העמפשיר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
אין די יעצטיגע מינוטן האט געלאנדעט דער פריוואטער פליגער פון רבינו שליט"א אין א קליינעם לופט פעלד אין וויסקאנסן נישט ווייט פונעם בית השחיטה פלענט אין אייאווע, פון ווי רבינו שליט"א וועט צופארן א קורצער וועג פון 25 מינוט צום בית השחיטה המהודרת, ווי דער רבי וועט זיך טרעפן מיטן רב המכשיר פונעם פלענט הגה"צ אבד"ק נייטרא מאנסי שליט"א, און אינאיינעם באזוכן אלע חלקי השחיטה, בדיקה, ניקור, מליחה א.א.וו. אויף לענגערע שעות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
אין די יעצטיגע מינוטן הייבט זיך דער פריוואטער פליגער פון מרן רבינו שליט"א אינעם קליינעם לופט פעלד אין וויסקאנסן נישט ווייט פונעם בית השחיטה פלענט אין אייאווע, אויפן וועג צוריק קיין ניו העמפשיר א וועג פון אריבער צוויי שעה, נאכן פארברענגן בטירחא דגופא קרוב צו פיר שעה, אינאיינעם מיט הרבנים הגאונים שליט"א אינעם בית השחיטה המהודרת, און אריבערגיין אלע חלקי השחיטה, בדיקה, ניקור, מליחה א.א.וו.

אין לופטפעלד וועט רבינו שליט"א דאווענען מנחה און פון דארט אריינפארן א וועג פון א שעה לביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגי"ג מנחם אב תשפ"ה8/7/2025

בילדער · 12
ערשטע בילדער פונעם בית השחיטה פלענט אין פאוססוויל אייאווע, ווי רבינו שליט"א איז אריבערגעגאנגן דארט די גאנצע מערכת הכשרות און משגיח געווען אינעם בית השחיטה המהודרת, אינאיינעם מיט בנו הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א, הגה"צ אבד"ק מאנסי שליט"א און מיטן רב המכשיר פונעם פלענט הגה"צ אבד"ק נייטרא מאנסי שליט"א, און אינאיינעם באזוכט אלע חלקי השחיטה, בדיקה, ניקור, מליחה א.א.וו. אויף לענגערע שעות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגי"ד מנחם אב תשפ"ה8/8/2025

בילדער · 4
רבינו שליט"א ביי תפילת מנחה דינסטאג פארנאכטס, אינאיינעם מיט הרבנים הגאונים שליט"א, אין א פריוואטע שטוב אינעם לאקאוניע רידזשענעל לופטפעלד אין גילפארד, ניו העמפשיר. נאכן זיך אומקערן פון א באזוך בבית השחיטה המהודרת אין פאוסטוויל אייאווע.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
באריכט
דינסטאג פרשת ואתחנן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 7:30.

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר דוד מרדכי שווארטץ הי"ו (וומסב"ג).
בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל ברא"ש פריעדלענדער הי"ו (קר"י).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס איבער הגה"ק הקול ארי' זצ"ל פון וועם דער בר מצוה בחור איז אן אייניקל,
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן בר מצוה בחור און פאר די גאנצע משפחה, דערנאך האט דער רבי געזאגט תפילת הדרך.

ארום 9:15 האט רבינו שליט"א פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום לאקאוניע לופטפעלד אין גילפארד ניו העמפשיר, וואו דער פריוואטער פליגער פון ניו יארק האט נארוואס געלאנדעט, די עטליכע מיטרייזענדע מקורבים ובתוכם הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א און הגה"צ אבד"ק מאנסי שליט"א האבן שלום גענומען. אויפן פליגער איידער מ'האט זיך געהויבן האבן זיך טעלעפאניש פארבינדן מיט'ן רבי'ן די רבני בתי אופה דקהילתינו הק' פון וומסב"ג און קר"י וועלכע האבן זיך געפינען אין איידעהאו אויף די 'צווייטע ווייץ שניט' פאר די מצות פראדוקציע שע''י קהילתינו הק' לקראת חג הפסח שנת תשפ''ו הבעל''ט בשלוחת הקודש פון מרן רבינו שליט"א.
דער רבי האט געהערט א באריכט פונעם ווייץ פעלד זיך גרייטענדיג אנצוהייבן צו שניידן די ווייץ אין די קומענדיגע שעות (דער ארטיגער זייגער איז צוויי שעה צוריק), און דער רבי האט איבערגעגעבן עטליכע הוראות והדרכות און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 10:40 האט זיך דעם רבינ'ס פריוואטע פליגער געהויבן אינאיינעם מיט בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א און הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א און עטליכע מקורבים אויפן וועג קיין פאוסטוויל אייאווע צו באזוכן די שחיטה המהודרת שע"י קהלתינו הק' פאר די גסות, אינטערוועגנס האט זיך דער רבי אריינגעלאזט אין א לענגערע שמועס מיט די מיטרייזענדע איבער די חילוקי והידורי השחיטה אין לויף פון די לעצטערע יארן פון דער אלטער היים ביז דאהי אין אמעריקא ועד היום הזה.
דעם רבינ'ס פליגער האט געלאנדעט ארום 11:45 (ארטיגער זייגער) אינעם לאקאלן לופטפעלד אין וויסקאנסין און דער רבי איז צוגעפארן ארום א האלבע שעה קיין פאוסטוויל צום בית השחיטה.

ביים אנקומען אין בית השחיטה האט זיך רבינו שליט"א ווארעם באגריסט מיט הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט''א אבד"ק נייטרא מאנסי - רב המכשיר פונעם בית השחיטה, און הגה"צ ר' אפרים שמעון לייכטאג שליט"א - דומ"ץ בית מדרשינו 15'טע עוו. ב"פ. וועלכע געפונט זיך דארט אין די יעצטיגע טעג מטעם קהלתינו הק' מפקח צו זיין אויף די שחיטה.

דער רבי איז תיכף אריין אינעם בית השחיטה, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן גאנצן פלענט מרישא ועד גמירא איבערקוקנדיג יעדן פרט פאר א לענגערע צייט פון קרוב צו פיר שעה!

אנגעהויבן אויפן גאנצן סדר בדיקות הריאות וואו גער רבי איז געשטאנען א לענגערע צייט און איבערגעקוקט אלע פרטים אויפן ארט, און דערנאך אריבער צו די מערכת השחיטה, וואו דער רבי האט בודק געווען די חלפים פון די שוחטים, און שטארק באוואונדערט די געוואלדיגע הידורים פון די חלפים זייענדיג חד וחלק אויף די העכסטע סטאנדארטן, און די חומרא פון א בדיקת יבש אויף וואס סאיז געשטעלט אן עקסטערע ממונה בודק צו זיין יעדעס מאל, און דערנאך זיך אומגעקוקט אויף די מהודר'דיגע שחיטה מונחת, און ווייטער באטראכט וויאזוי מען לייגט ארויף די חלקים פונעם בהמה אויפן קייט עס פירנדיג ווייטער אינעם פלענט, און די ספעציעלער חומרא אז א איד זאל אנצייכענען די נומערן אויף די חלקים פונעם בהמה,
דערנאך האט דער רבי פארגעזעצט צו די איבריגע חלקים פונעם פלענט וואו דער רבי האט זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט אויפן ניקור אפאראט מיט אלע אירע הידורים, און פון דארט צו די חלקי המליחה, שרוי' והדחה מיט אלע חומרות והידורים וואס איז איינגעפירט געווארן דורך רבינו שליט"א, און אזוי ווייטער די אלע חלקי ההכשרה ביז צום פעקעדזשינג.

נאך אן עבודה קשה בטירחא דגופא פון קארגע 4 שעה, איז רבינו שליט"א אריבער צום ביהמ"ד פון די שוחטים זיך אפצורוען אויף עטליכע מינוט, וואו דער רבי האט מלא רגש ושמחה ארויסגעברענגט רגשי לבבו אויף דעם וואס מען האט ב"ה זוכה געווען אוועקצושטעלן די געוואלדיגע הידורים אינעם בית השחיטה און ארויפברענגען די סטאנדארט פאר כשר'ע פלייש ביי היימישע אידן, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה וואס מען האט יעדע מאל מען קומט באזוכן די שחיטה, און עקסטער משבח געווען די איבערגעגעבנקייט פון די חשובע בעלי בתים פון די מיעל-מארט פירמע נאכצוקומען אלע חומרות והידורים וואס פארלאנגט'זיך עפ"י הוראות רבינו שליט"א.

רבינו שליט"א האט אנגעוואונטשן פאר די שוחטים ומשגיחים ברכות לרוב, און פארלאזט דעם בית השחיטה און תיכף צוגעפארן צום לופטפעלד. וואו דער רבי איז אויפגעשטיגן אויפן פריוואטער פליגער אויפן וועג צוריק למקום הנופש אין בעטלהעם ניו העמפשיר.

איידער דער פליגער האט זיך געהויבן האט רבינו שליט"א טעלעפאניש זיך פארבינדן מיט די חשובע נדבנים מרת ריספלער תחי' ובנה הרבני הנגיד ר' פישל הי"ו זיך פערזענדליך באדאנקן אויף זייער גיגאנטישע נדבה אויפצובויען א דריטער בנין מפואר לחינוך הבנות פאר די בית רחל שע"י מודותינו הק' אין וומסב"ג, דער רבי האט אויסגעשמועסט אלע פרטים פונעם בעפארשטייענדער בנין וואס וועט אנהאלטן מערערע קלאסן, עס זאלן, א פראכטפולער אודיטוריום און שמחה זאלן, און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו זאגענדיג דערביי 'איר האט מיך זייער מהנה געווען מיט די בשורה מרנינה'.

דער פליגער האט זיך געהויבן ארום 5:00 (ארטיגע זייגער).
ארום 8:00 אזייגער האט דער פליגער געלאנדעט אינעם לאקאוניע לופטפעלד ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה אין א זייטיגע צימער אינעם לופטפעלד, בעל תפילה: הב' ארי' לייבוש שטיין ני"ו (וומסב"ג).

נאך מנחה האט זיך דער רבי ווארעם געזעגענט פון די חשובע רבנים שליט"א און זיך שטארק באדאנקט פאר הגה"צ אבד"ק נייטרא מאנסי שליט"א פארן ארויסהעלפן אהערשטעלן אזא שיינע שחיטה, און נייטרא רב שליט"א האט באוואונדערט די איבערגעגעבנקייט פון רבינו שליט"א זיך אויפצוהייבן אינמיטן די אפרוה צו מפקח זיין אויף די כשרות הבשר.

דערנאך איז דער רבי אהיימגעפארן א וועג פון א שעה קיין בעטלהעם ניו העמפשיר, אינטערוועגנס האט רבינו שליט"א באקומען א טעלעפאנישער באריכט איבערן צווייטן ווייץ שניט פון הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א וועלכער האט זיך דארט געפינען אין איידאהו בשליחת הקודש, און דער רבי האט שטארק הנאה געהאט צו הערן אז דער שניט פון קרוב צו א האלב מיליאון פונט ווייץ איז ארויס גאר שיין מיט אלע הידורים לשם מצות מצוה.

ביים אנקומען ארום 9:40 האט דער רבי געדאווענט מעריב אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך,
בעל תפילה: ר' שלום ווייס הי"ו (קר"י).

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
רבינו שליט"א אין א לענגערע שמועס מיט די חשובע רבנים און מיט רייזענדע אויפן פליגער, אינטערוועגנס צום בית השחיטה המהודרת אין פאוסטוויל אייאווע, איבער די חילוקי והידורי השחיטה במשך די לעצטערע צענדליגער יארן, אין דער אלטער היים און דאהי אין אמעריקא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

דאס איז די גאנצע נסיעה.