בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מסע הקודש

← ווייזט אלעס
← אלע נסיעות

ביקור קצר אין מאנטרעאל - לך לך תשפ''ד

י' מרחשון תשפ"ד · 13 פאוסטס, על הסדר פון מעלדן ביז אהיימקומען

מאנטאגח' מרחשון תשפ"ד10/23/2023

באריכט
צהלו ורוני יושבת עיר מאנטרעאל

ברגשי גיל ויראת הכבוד גרייטן זיך אנשי שלומינו בקרב קהלתינו הק' במאנטרעאל לקבל פני קדשו פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א דעם מיטוואך, ווי דער רבי וועט מופיע זיין אין די שטאט לרגל שמחת הנישואין בבית הנגיד הנכבד בנש"ק מוה"ר יהודא ווייס הי"ו פון קרית יואל ווי דער רבי שליט"א קומט ספעציעל צו פארן און וועט מסדר קידושין זיין ביי די חופה אלס אות הכרת הטוב. וואס אויסער זיינע פולע נדבות פאר כל קדשי קהלתינו הק' ומוסדותי' די בכל אתר ואתר, וועט ער יעצט זיין דער נחשון מיט א פאנטאסטישן סכום צום קרן היסוד פונעם בנין התלמוד תורה החדש שע"י קהלתינו אין מאנטרעאל יצ"ו.

גלייכצייטאג וועט רבינו שליט"א אפשטאטן א קורצן באזוך בקרב אנשי שלומינו בהיכל בית מדרשינו המפואר אין מאנטרעאל יצ"ו.

בזמן שהצדיק בעיר היא הודה היא זיוה היא הדרה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

מיטוואךי' מרחשון תשפ"ד10/25/2023

נייעס
ברוך הבא בשם ה'

מיטוואך פר' לך 4:37 נאכמיטאג, אין די יעצטיגע מינוטען האט בשעטו''מ געלאנדעט די פריוואטע פליגער פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אין שטאט מאנטרעאל קאנאדע.

רבינו שליט''א וועט תיכף צופארן בהיכל כוללינו אין שטאט, און דערנאך דאווענען תפילת מנחה ברוב עם בבית מדרשינו הגדול והמפואר.

בזמן שהצדיק בעיר היא הודה היא זיוה והיא הדרה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
נייעס
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א פארלאזט יעצט די שטוב פון הרבני הנגיד ר' חיים הערש פריעדמאן הי''ו ווי דער רבי האט באזוכט אלס אות הכרת הטוב פאר זיין פאנטאסטישע אסטראנאמישן סכום לטהרתן של ישראל, צום בנין האדיר פון די מקוה טהרה אין קרית יואל יצ"ו.

יעצט איז כ"ק רבינו שליט''א אויפן וועג צו בית מדרשינו הגדול ווי דער רבי וועט דאווענען תפילת מנחה בקרב אנשי שלומינו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
נייעס
מיטוואך פ' לך 9:28 אויפדערנאכט ברוך הבא בשם ה' אין די יעצטיגע מינוטען האט בשעטו''מ געלאנדעט די פריוואטע פליגער פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אינעם טוטער-בארא עירפארט, נאכן קורצן באזוך אין מאנטרעאל קאנאדע.

רבינו שליט"א וועט אהיימפארן לביתו נאוה קודש בקר"י, ווי דער רבי וועט דאווענען תפילת מעריב ארום 10:45.

בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

דאנערשטאגי"א מרחשון תשפ"ד10/26/2023

באריכט
מיטוואך פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמעון ישראל ליכטענשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר חיים זלמן ווייסבערג הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק כ"א, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א געווען אויף א באזוך אינעם בית האופה המוהדרת דקרית יואל ווי מען האט שוין אנגעהויבן די פארגאנגענע וואך די מאסיווע פראדוקציע צוצושטעלן די גאר מהודר'דיגע מצות לקראת חג הפסח הבעל"ט פאר אנשי שלומינו פון קרית יואל און איבעראל, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אין די בעקעריי איבער אלע אירע אפטיילונגען א לענגערע צייט און דערביי געהערט א באריכט פונעם מנהל בית האופה הרה"ח ר' יואל שלמה זאלדאן הי"ו איבער די פרישע הידורים און תיקונים וואס זענען איינגעשטעלט געווארן די יאר עפ"י הוראת רבינו שליט"א.

ארום 2:50 האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויפן וועג צום סטוארט עירפארט בשכינות קרית יואל פון ווי דער רבי האט אפגערייזט אויף א בליץ באזוך אין מאנטרעאל קאנאדע לרגל שמחת הנישואין בבית הנגיד הנכבד בנש"ק מוה"ר יהודא ווייס הי"ו פון קרית יואל אלס אות הכרת הטוב פאר זיינע פולע נדבות פאר כל קדשי קהלתינו הק' ומוסדותי' די בכל אתר ואתר, ובפרט זיין פאנטאסטישן סכום צום קרן היסוד פונעם בנין התלמוד תורה החדש שע"י קהלתינו אין מאנטרעאל יצ"ו.

די פריוואטע פליגער האט זיך געהויבן ארום 3:50, און געלאנדעט ארום 4:35 אינעם ארטיגן לופטפעלד אין מאנטרעאל.

פונעם לופטפעלד איז רבינו שליט''א צוגעפארן אויף א קורצע באזוך אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' חיים הערש פריעדמאן הי"ו אלס אות הכרת הטוב פאר זיין אסטראנאמישן סכום מנדבת לבו לטהרתן של ישראל, צום בנין האדיר פון די מקוה טהרה אין קרית יואל יצ"ו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פאר'ן חשוב'ן נדבן וכל משפחתו שיחיו.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער בבית מדרשינו הגדול והמפואר, דער רבי איז אנגעקומען ארום 6:15, צום ערשט איז דער רבי אריין בהיכל הכולל ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א קורת רוח אויף די לימודים, דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד, בעל תפילה: ר' בנימין זאב מארקאוויטש הי"ו.

נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור אנ"ש און די ילדי תשב"ר אריבער שלום נעמען, דערביי האבן אויך שלום גענומען א משלחת פון ראשי קהילת בעלזא מאנטרעאל און קהלת סקווירא ובראשם הגאון הצדיק רבי יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער אין די ארמון זאלן אין מאנטרעאל צו די שמחת החתונה, דער רבי איז אנגעקומען ארום 7:15, מלובש בבגדי שבת אלס קרוב משפחה, א אייניקל פון זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זיע''א.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, דער רבי האט מסדר געווען די כתובה און געמאכט דעם קנין, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, דערנאך איז דער רבי אריבער צום באדעקן, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, דערנאך איז דער רבי ארויס צום חופה ווי דער רבי האט מסדר קידושין געווען, און נאך די חופה האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים און בפרט פארן מחותן הנגיד ר' יודא הי"ו.

דערנאך ארום 8:05 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צום לופטפעלד,
אינעם לופטפעלד האבן זיך געזעגענט ראשי ונכבדי קהלתינו הק' און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו, ובמיוחד פאר הרה"ח ר' משה ישעי' ווערצבערגער הי"ו מראה"ק.

די פליגער האט זיך געהויבן ארום 8:45 און געלאנדעט ארום 9:30 אינעם טוטער-בארא לופטפעלד פון ווי דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים אנקומען צום קורצן באזוך נעכטן מיטוואך אין מאנטרעאל קאנאדע.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 8
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א באזוכט אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' חיים הערש פריעדמאן הי''ו אין מאנטרעאל קאנאדע, אלס אות הכרת הטוב פאר זיין פאנטאסטישע אסטראנאמישן סכום לטהרתן של ישראל, צום בנין האדיר פון די מקוה טהרה אין קרית יואל יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 2
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א באזוכט בהיכל כוללינו המפואר בבית מדרשינו הגדול אין מאנטרעאל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 8
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול אין מאנטרעאל, נאך מנחה זענען אנ"ש אריבער שלום נעמען.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילד
הגאון הצדיק רבי יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא נעמט שלום פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א נאך תפילת מנחה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 10
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים שמחת החתונה בבית הנגיד הנכבד בנש"ק מוה"ר יהודא ווייס הי"ו, אין די ארמון זאל אין מאנטרעאל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 2
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א אין עירפארט נאכן קורצן באזוך אין מאנטרעאל קאנאדע.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

דאס איז די גאנצע נסיעה.