בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מסע הקודש

← ווייזט אלעס
← אלע נסיעות

קורצע מסע הקודש לאתרא קדישא מירון - שב''ק בעיר צפת - סיון תשפ״א

כ"ז סיון תשפ"א – ג' תמוז תשפ"א · 118 פאוסטס, על הסדר פון מעלדן ביז אהיימקומען

שבת קודשכ"ה סיון תשפ"א6/5/2021

נייעס
"רבא דעמי' מדברנא דאומתי' בוצינא דנהורא בריך מתייך לשלם"

צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל

"תושבי ארה"ק לבשי בגדי תפארתך, הנה מלכך בא!!"


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
און ליכט פונעם קורצע 'מסע קודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א דעי וואך לארה"ק וועט זיין זמני כניסה בקודש פנימה להפקד בדבר ישועה ורחמים היינט מוצ"ש פון 11:30 ביז 12:30 בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע אויף אוהעל קט.
פויעלטס אלעס גוטס!!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגכ"ו סיון תשפ"א6/6/2021

באריכט
צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל

אנשי שלומינו בארץ הקודש, לבשי בגדי תפארתך, הנה ימים באים!


מיט א התרגשות והתרוממות דקדושה, און מיט איבעראשטע געמיטער גרייטן זיך אנשי שלומינו דרי ארץ הקודש צו אויפנעמען און מקבל זיין פני קדשו פון עטרת ראשינו הוד כ"ק מרן רבינו הגאון הקדוש שליט"א וועלעכע וועט אינטערנעמען א קורצע מסע קודש קיין "אתרא קדישא מירון" פוקד זיין ציונו הקדוש פון התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי.

לויט ווי סהייסט יעצט וועט זיך רבינו שליט"א ארויסלאזן פון מעון קדשו בקרית יואל דעם מאנטאג אויפדערנאכט און אנקומען קיין ארה"ק "יום ג' שנכפל בו כי טוב" -דינסטאג אינדערפרי ווי די רבי וועט צופארן קיין סביון.

במשך די טעג וועט פארקומען די גרויסע הייליגע מעמדים "באתרא קדישא מירון" און א גרויסן כינוס אנ"ש בארה"ק אינאיינעם מיטן סיום מס' יבמות בחבורת יסודי התורה דקהלתינו הק', במשך די טעג וועלן אנ"ש תושבי ארה"ק האבן די זכיה אריינצוגיין בקודש פנימה לברך ולהתברך מקבל זיין ברכות קדשו און פויעלן ישועות ורפואות פארן כלל און פארן פרט, דאנערשטאג פארנאכטס וועט זיך די רבי צוריקקערן למעון קדשו בקרית יואל.

מער פרטים וועט נאכפאלגן דא אויף סאטמאר'ע נייעס 🌴

הנה ימים באים!

גילי מאוד בת ציון, הנה מלכך יבוא לך

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
און ליכט פונעם קורצע 'מסע קודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א דעי וואך לארה"ק וועט זיין זמני כניסה בקודש פנימה להפקד בדבר ישועה ורחמים היינט זונטאג קרח פון 7:00 ביז 8:00 בביתו נאוה קודש אין וויליאמסבורג.
פויעלטס אלעס גוטס!!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגכ"ז סיון תשפ"א6/7/2021

מודעה
לאור די קורצע מסע קודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קיין אתרא קדישא מירון וועט די גרויסארטיגע סיום מס' יבמות בחבורת יסודי התורה דקהלתינו הק' קרית יואל פארקומען קומענדיגן דאנערשטאג חקת אינעם גיגאנטישן "אולם בית רחל אודיטאריום", מער פרטים וועט נאכפאלגן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
תורה תורה חגרו חג

מיט התרגשות האבן טויזנטער אנ"ש תושבי וויליאמסבורג בארא פארק איבערגעפולט די גיגאנטישע "קענט עוועניו סקווער" ביים מעמד אדיר ונשגב סיום מס' יבמות והתחלת מס' כתובות בחבורת יסודי התורה דקהלתינו הק', רייכע סעודת מצוה -אינאיינעם מיטן סעודה לגמרה של תורה- נתנדב געווארן דורך משפחת הרבני הנגיד המפורסם מו"ה יצחק ראזענבערג ז"ל ראה"ק דקהלתינו לרגל שמחת "הכנסת ספר תורה" היינט בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג.
די יו"ר המעמד הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב ר"מ בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" ומגי"ש בקהלתינו מאנסי האט געעפענט די מעמד, דערנאך האט אויפגעטרעטן די נואם הכבוד הרה"ג ר' יחזקאל ווייס מגיד מישרים במאנסי, אויך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' ישראל הערש ראזענבערג נכד הרבני הנגיד ר' יצחק ראזענבערג ז"ל -ראה"ק בשם המשפחה, במשכן מעמד האט חברת "שירה" מיט ר' מאיר אדלער און החזן ר' מרדכי זאג לאנדא מהנה געווען די אלפי לומדים,

ארום 9:45 איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ערשינען און איז אויפגענימען געווארן דורכן יו"ר המעמד, מען האט ממשיך געווען מיט נגונים, דערנאך האט די יו"ר אויסגעריפן -זיך באדאנקט און באהערט די "מחזיקי תורה" פון התאחדות אבריכים דקהלתינו הק' וומ"ס, הלה המה הרבני הנגיד ר' יצחק מיכאל יאקאב -פטרון החבורה, הרבני הנגיד ר' יזחקאל דוד בערקאוויטש, הרבני הנגיד ר' אברהם בראך, ווי די רבי האט איבערגעגעבן הערליכע מתנות.

ביי די דב"ק האט זיך די רבי געשטעלט אויפן פסוק 'ויחן שם ישראל נגד ההר' און געטייטשט בדרך דרוש לכבוד היום און ארויסגעברענגט די כח האש פון די תורה הקדושה, "מה נכבד היום" ווען אפאר טויזנט אידן אנ"ש זענען זוכה צו מסיים זיין מס יבמות פון די שווערסטע מס' אין ש"ס! און ארויסגעברענגט לשבח פון די טויזנטער לומדים בפרט פון דעי וואס שטעלן זיך צום פארהער "אשריכם ישראל" און אויסגערופן פאר אנ"ש, "מכאן הקריאה יוצאות" אז מען זאל זיך אנשליסן אינעם הייליגן חבורה יסודי התורה "אנא השתתפו בלימוד מס' כתובות",

דערנאך האט די רבי ארויסגעברענגט בשבח פון הרבני הנגיד הנכבד הרבה פעלים לתורה ר' יצחק ראזענבערג ז"ל ראה"ק דקהלתינו הק' וואס די סעודה איז נתנדב געווארן דורך משפחתו הנכבדה אינאיינעם מיטן סעודה לגמרה של תורה פונעם ס"ת וואס איז אריינגעגעבן געווארן בבית מדרשינו הגדול וומ"ס לע"נ, און ארויסגעברענגט מעשיו טובים בפרט וואס ער איז געווען די ערשטע אויפצושטעלן א היכל מיוחד ללימוד התורה די גיגאנטישע "היכל צבי ויצחק ראזענבערג" בקרית יואל, און אויסגעפירט "היינט איז א שמחה כפולה א שמחה בתורה שבכתב און א שמחה בתורה של בעל פה" און מסיים געווען בברכות קדשו פאר די נדבנים ועסקנים און פארן גאנצן ציבור הנאספים.

זעהט עקסטער די תוכן דברות קודש מנהמות לבו הטהור איבערן מסע קודש קיין אתרא קדישא מירון

נאך די דב"ק האט די רבי געמאכט די סיום און זיך ארויסגעלאזט און פייערדיגע ריקודי קודש צום ערשט האט מען געזינגן נגונים "לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי" און דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט פייערדיגע ריקודים לכבוד שמחת התורה ולומדיה, ארום 11:15 האט מען געבענטשט און די רבי האט געדאוונט מעריב אין זאל, דערנאך איז די עולם אריבער געזעגענען און מען האט ארויסבאגלייט די רבין בתופים ובמחולות כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך און די רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מי יעלה בהר ה' ומי יקים במקום קדשו

פייערדיגע דברות קודש מנהמות לבו הטהור פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א נאכן דב"ק ביים חגיגת סיום מס' יבמות בחבורת יסודי התורה איבערן קורצע מסע קודש קיין אתרא קדישא מירון.

"..אי"ה מארגן פאר איך קיין ארץ ישראל אויף א קורצע נסיעה, איך פאר קיין 'אתרא קדישא מירון' צום ציון המציונת פון תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי, שוין א לענגערע זמן וואס כהאב השתוקקות צו פארן קיין מירון.."
און ארויסגעברענגט די השתקקות פון אביו רביה"ק זי"ע צו פארן קיין מירון אן א ציבור, און ארויסגעברענגט "..סכאפט מיר אן א ציטער! כהאב היינט געזאגט 'מי יעלה בהר ה' ומי יקים במקום קדשו' האט עס מיר פארציטירט פון קאפ ביז פיס!! מי יעלה בהר ה' ומי יקים במקום קדשו!!!.." דערנאך האט די רבי ארויסגעברענגט די הרגישי קודש פונעם אומפארגעסליכע "שבת מירון" די התרוממות הנפש א שבת וואס איז געווען כולי רוחני אינעם חצר פונעם הייליגן תנא רבי שמעון, און דערמאנט וואס איז געווען פרייטאג צונאכטס ווען די שאטער האט א ציטער געטאן, און אויסגעפירט אז נאך די טראגעדיע ל"ג בעומר דארף מען האבן אביסל התבוננות "ניסים ונפלאות אז סאיז נישט איינגעפאלן" כהאב אן הרגשה מדארף גיין קיין מירון און זאגן בשם כל הקהל וואס איז דארט געווען ברוך שעשה לנו ניסים במקום הזה נאר און די זכות פונעם הייליגן תנא ר' שמעון עמדה לנו! "..מי יעלה בהר ה' ומי יקים במקום קדשו, איך האף צו קענען זאגן תהילים באתרא קדישא מתפלל זיין ביים הייליגן ציון פאר מיר אליינס, פאר מיין משפחה, און פאר כל אנ"ש.."
ספעציעל האט די רבי געבעטן די עסקנים זאלן מסדר זיין אז פאר אנ"ש לומדי חבורת "יסודי התורה ותורתך שעשועי" צו קענען מיטשיקן א קוויטל, און מסיים געווען מיט לענגערע ברכות הקודש.

תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
🌴 ב' קרח בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

די רבי האט געדאוונט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יצחק יוחנן כהן ווי די רבי איז געווען סנדק.
*

נאכן דאווענען האט זיך די רבי באטייליגט ביים מעמד "סיום כתיבת האותיות" בבית הרה"ח ר' אברהם מאסרי לרגל די הכנס"ת וואס קומט פאר היינט דורך דורך משפחת מאסרי, די רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און געטרינקן לחיים און געווינטשן ברכות קדשו פארן נדבן ומשפחתו, מען האט געזינגען ניגוני שמחה לכבוד התורה ווי די רבי האט געטאנצן בשלהבת אש.


אום 12:00 האט רבינו שליט"א פארלאזט ביתו נאוה קודש, אויפן וועג צום מסע קודש קיין "אתרא קדישא מירון", דער עולם איז אריבער געזעגענען און מען האט באגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.

כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים פארלאזן ביתו נאוה קודש, אויפן וועג צום מסע קודש קיין "אתרא קדישא מירון"

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
לאור די קריאת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א זיצן היינט די עסקני "התאחדות אבריכים" בבתי מדרשינו ווי די לומדי חבורת "יסודי התורה - תורתך שעשועי" קענען איבערגעבן א קוויטל און מען וועט אי"ה איבערגעבן אייער קוויטעל פאר רבינו שליט"א אין אתרא קדישא מירון להפקד בדבר ישועה ורחמים.


אדער קענט איר אריין שיקן אייער קוויטעל צום אפיס פון "התאחדות אברכים" אויף HA@Satmer.org
אדער אויף די פעקס 718-387-2904

פועל'ט אלעס גוט'ס!

תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
מאנטאג קרח 3:40 נאכמיטאג "כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך" און די יעצטיגע מינוטין האט זיך געהויבן די פליגער פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פון קענעדי לופטפעלד אויפן וועג צום מסע קודש קיין "אתרא קדישא מירון".

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און א תורה'דיגע שמועס מיט די 'שילוחי חב"ד' אינעם לופטפעלד אויפן וועג צום מסע קודש קיין "אתרא קדישא מירון", צווישן אנדערע האט זיי די רבי געשאנקן ספרי הק' "לב אהרן".

כי הם חיינו ואורך ימינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
ביתו נאוה קודש באתרא קדישא מירון

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי תפילת מנחה אינעם לופטפעלד אויפן וועג צום מסע קודש קיין "אתרא קדישא מירון",

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגכ"ח סיון תשפ"א6/8/2021

בילד
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי תפילת מעריב אינעם עריפלאן אויפן וועג צום מסע קודש קיין "אתרא קדישא מירון",

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייזט ווייטער פון די נסיעה