בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מסע הקודש

← ווייזט אלעס
← אלע נסיעות

מסע הקודש אין מאנטשעסטער - שבת שקלים אדר תשפ''ב

כ"א אדר א' תשפ"ב – כ"ז אדר א' תשפ"ב · 79 פאוסטס, על הסדר פון מעלדן ביז אהיימקומען

מאנטאגט"ו שבט תשפ"ב1/17/2022

מודעה
הכנה דרבה צום ביקור קודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בקרב קהלתינו הק' במאנטשעסטער קומענדיגן שב''ק ויקהל, שבת שקלים הבעל"ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
ערשטע אסיפת העסקנים בקרב קהלתינו הק' במאנטשעסטער אין בעפארברייטונג צום געהויבענעם מסע הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אין שטאט קומענדיגן שב''ק ויקהל, שבת שקלים הבעל"ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגכ"ב שבט תשפ"ב1/24/2022

מודעה
הכנה דרבה בהיכל ישיבתינו הק' במאנטשעסטער לקראת 'המסע הקודש' שבת שקלים במאנטשעסטער יצ''ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגה' אדר א' תשפ"ב2/6/2022

מודעה
מסע הקודש שבת שקלים בקרב קהלתינו הק' במאנטשעסטער

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגט"ז אדר א' תשפ"ב2/17/2022

מודעה
מסע הקודש שבת שקלים בקרב קהלתינו הק' במאנטשעסטער יצ"ו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגכ"א אדר א' תשפ"ב2/22/2022

נייעס
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך

דינסטאג פ' ויקהל נאכמיטאג, אין די יעצטיגע מינוטן וועט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א דאווענען תפילת מנחה בביתו נאוה קודש אין קרית יואל, און נאך מנחה וועט דער רבי ארויספארן אויפן וועג צו JFK עירפארט, צום מסע הקודש בקרב קהלתינו הק' במאנטשעסטער.

ביים אנקומען אין עירפארט וועט רבינו שליט''א דאווענען תפילת מעריב און דערנאך זיך ארויסלאזן אויפן וועג בשעטו''מ.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילדער · 7
גרויסארטיגע הכנות בקרב קהלתינו הק' במאנטשעסטער צום געהויבענעם ביקור קודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, צווישן אנדערע איז אויפגעשטעלט געווארן א גרויסן שאטער פארענט פון בית מדרשינו הגדול, און איז צוגעבויט געווארען א פריוואטע חדר פאר רבינו שליט''א.

הנה ימים באים

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
דינסטאג פר' ויקהל פארנאכטס 8:40 אין די יעצטיגע מינוטען הייבט זיך בשעטו''מ די פליגער פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, אויפן מסע הקודש קיין מאנטשעסטער.

די פליגער איז ערווארטעט צו לאנדען אין שטאט מאנטשעסטער ארום 7:30 אינדערפרי (2:30 אויפדערנאכט אין ניו יארק).

כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילדער · 4
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביי תפילת מעריב אין עירפארט אינטערוועגנס אויפן מסע הקודש קיין מאנטשעסטער, און ביים עוסק זיין בתורה אויפן פליגער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךכ"ב אדר א' תשפ"ב2/23/2022

נייעס
מיטוואך פר' ויקהל 8:00 אינדערפרי אין מאנטשעסטער ברוך הבא בשם ה' אין די יעצטיגע מינוטען האט בשעטו''מ געלאנדעט די פליגער פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין שטאט, ווי רבינו שליט''א ווערט אפגעווארט דורך זקני ונכבדי אנ''ש.

רבינו שליט''א וועט תיכף צופארן צו בית מדרשינו הגדול און דאווענען תפילת שחרית אינאיינעם מיט די ילדי התלמוד תורה ואנ''ש, און נאכן דאווענען וועט פארקומען די מסיבת לחיים ומעמד קבלת פנים.

תושבי אייראפע לבשי בגדי תפארתך, הנה מלכך בא!!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
מעמד קבלת פנים פאר כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א דורך די הונדערטער ילדי הת''ת נאך שחרית בבית מדרשינו הגדול במאנטשעסטער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת ויקהל 'בצל הקודש'פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' חיים לאנדא הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו רב טוב בקר''י אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה סניף מאנסי. פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די הילולא קדישא פון הרה''ק הרבי ר' אלימלך זיע''א.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט דעם טעגליכען תהילים שיעור משולב בדברות קודש, מגודל קדושת ואורו הבהיר פונעם בעל ההילולא זיע"א.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל ההילולא, ביים מסיבת לחיים האבן די רמ''י הישיבה איבערגעגעבן די תירוצים אויפן רבינ'ס קשיא וואס איז אויסגעארבייט געווארן דורך די תלמידי הישיבה, דער רבי האט איבערגעקוקט מיט א געוואלדיגער קורת רוח, דער רבי האט געטרונקען לחיים און ווארים געוואונטשן ברכות קדשו פאר די מרביצי תורה און די בחורים.

נאכמיטאג אים 4:20 האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש און פארן דאווענען געצינדן 5 ליכט לרגל די הילולא קדישא.

באריכט מסע הקודש קיין מאנטשעסטער, ענגלאנד - חלק א'

נאך מנחה אים 4:45 האט רבינו שליט''א פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום מסע הקודש קיין מאנטשעסטער, און אים 7:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אינעם JFK עירפארט, נאכן מסדר זיין געשיקט אלע פארמאליטעטן, איז רבינו שליט''א אריין אין א פריוואטע צימער ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב.

אים 9:15 נאך א קליינע פארשפעטיגונג האט זיך בשעטו''מ געהויבן דער פליגער אויפן וועג קיין מאנטשעסטער. אויפן פליגער האט רבינו שליט"א עוסק געווען בתורה במס' כתובות און מס' בבא קמא.

ברוך הבא בשם ה'

מיטוואך אים 8:00 אינדערפרי אין מאנטשעסטער האט די פליגער בשעטו''מ געלאנדענט אינעם ארטיגן עירפארט, ביים אראפשטייגן פון פליגער איז דער רבי אפגעווארט געווארן דורך ר' יוסף סנדלר דער טשאפלעין פונעם עירפארט און באגלייטונג פון הרב יואל הורוויץ שליט''א בן הגה''צ אבד''ק קהלתינו מאנטשעסטער שליט''א.

אינדרויסן ביים עירפארט האבן אפגעווארט בשירה וזמרה א גרויסער ציבור פון אנ''ש מקבל זיין פני קדשו פון רבינו שליט''א, זקני ונכבדי העדה, בעלי בתים אברכים ובחורי חמד ובראשם הגה''צ אבד''ק קהלתינו מאנטשעסטער שליט''א, און הרה''ג ר' דוב מרדכי ווארפמאן שליט''א רב ביהמ''ד זכרון יחזקאל, און דער גאנצער עולם איז אריבער שלום געבן.

פון דארט איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום בית האכסניא אין שטוב פון הרה"ג ר' לייבל טויבער שליט"א און נאך עטליכע מינוטן פון אפרוה איז דער רבי געגאנגען אין די פריוואטע מקוה פון הרה''ח ר' בנימין לעברעכט הי''ו.

ארום 10 אזייגער איז רבינו שליט''א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול במאנטשעסטער ווי דער רבי האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די הונדערטער ילדי הת''ת פון די עלטערע כתות, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א פייערליכע מסיבת לחיים ומעמד קבלת פנים בשירה וזמרה דורך די איבער 500 ילדי תשב''ר במוסדותינו הק', און עטליכע קינדער האבן פארגעזונגען חרוזים לכבוד המאורע. הגה"צ אב"ד קהלתינו שליט"א האט מיט רגשי הלב באגריסט און מקבל פנים געווען דעם רבי'ן בברכת שהחיינו, און געזאגט הארציגע ווערטער לכבוד המאורע און דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען לענגערע דברות קודש והדרכה פאר די קינדער ובפרט איבער מידת האמת און איבער דאווענען במתינות אויפן קול און גיין מיט די ציצית אינדרויסן, און מסיים געווען בברכות קדשו.
נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגן לכבוד דעם געהויבענעם מעמד, און די קינדער פון די עלטערע כתות האבן איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן א מתנה פון 3147 שעות רצופות וואס איז געלערנט געווארן אין די לעצטע בהתמדה בלויז אין די לעצטע צוויי וואכן, דערנאך זענען אלע קינדער אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט''א, און דער רבי האט פאר יעדן געגעבן א מתנה למזכרת נצח. מען האט געענדיגט ארום 1:00, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש בבית האכסניא.

און 5:30 וועט רבינו שליט"א דאווענען מנחה און פון 7:00 אויפדערנאכט וועט זיין זמני כניסה בקודש פנימה לאנ''ש תושבי מאנטשעסטער.

בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 8
מעמד קבלת פנים פאר כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א דורך זקני ופני העדה ביים אנקומען אינעם מאנטשעסטער עירפארט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
רבינו שליט''א ביי תפילת שחרית בבית מדרשינו הגדול.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייזט ווייטער פון די נסיעה