בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מסע הקודש

← ווייזט אלעס
← אלע נסיעות

מסע הקודש קיין ארה''ק שב''ק באתרא קדישא מירון - שב''ק תולדות תשפ''ו

כ"ד מרחשון תשפ"ו – ז' כסלו תשפ"ו · 178 פאוסטס, על הסדר פון מעלדן ביז אהיימקומען

דינסטאגי"ד סיון תשפ"ה6/10/2025

באריכט
התרגשות עילאה עלעקטערזירט אין עקסטאז אלוועלטליכע תלמידי וחסידי סאטמאר הערנדיג די בשורה מרנינה אז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט בעז"ה אינטערנעמען א מסע הקודש קיין ארץ ישראל דעם קומענדיגן חודש כסלו הבעל"ט

- געהויבענער 'מעמד יציקת קומות ביהמ"ד' צום בנין האדיר והחדש תל תלפיות בפלטרין של מלך אין ירושלים עיה"ק

- פייערליכע 'חגיגת חנוכת הבית' פונעם אויג-כאפנדע בנין האדיר והחדש פאר בית חינוך לבנות אין בני ברק

- היסטארישע הויכפונקט פון מסע הקודש לאנג-ערווארטעטע 'סאטמארער שבת מירון' שב"ק פרשת תולדות הבעל"ט



געפילן פון חדוה עילאה און כיסופין דקדושה באנעמט די הערצער פון ציבור אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר אומעטום מיטן בשורה טובה כי באה - נאך א לענגערע צייט אפשניט פון אנגעצויגענע מלחמה אומשטענדן אין ארה"ק - איז אין די טעג באשטעטיגט געווארן אז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט אי"ה אונטערנעמען א היסטארישע מסע הקודש קיין ארץ ישראל לפאר ולרומם קהילותינו הק' ומוסדותי' בארה"ק.

די הויפט ציהל פון די נסיעה הרוממה איז די היסטארישע חגיגות און מעמדים וואס דער רבי שליט"א וועט פייערן בישורון מלך בהתאסף ראשי יחד שבטי ישראל, די געהויבענע מעמד 'יציקת הקומות' פאר'ן בנין האדיר והחדש תל תלפיות וואס ווערט געבויט און גאלאפירט מיט גרויס אומפעט אין פלטרין של מלך אין ירושלים עיה"ק וועלכע וועט דינען אלס צענטער לתורה ולתפילה פאר קהילתינו הק' ומוסדותי' בקרתא דשופריא ת"ו.

ומשנהו בדומה לו, די שוין לאנג-ערווארטעטע חגיגת 'חנוכת הבית' אויפן פראכטיגן און אויג-כאפנדע השלמת הבנין האדיר והחדש פון בית חינוך לבנות אין צענטער פון שטאט בני ברק, נאך וואס די מלאכת הבנין האט זיך פארצויגן א לאנגע תקופה מיט עטליכע צווישנדע הפסקות צוליב די שווערע קאוויד-סעזאן און דערנאך די אנגעצויגענע מלחמה תקופה ה"י, דעריבער אצינד איז די שמחה כפולה ומכופלת אז ענדליך איז מען שוין ב"ה זוכה לברך על המוגמר אויפן בנין החדש על תילה בנויה ברוב פאר והדר.

די גולת הכותרת פונעם מסע הקודש וואס וועקט אויף געגועין דכסיפין, בענקענדיגע און הייליגע געפילן ביים ציבור, איז די ערווארטעטע 'סאטאמארער שבת מירון' וועלכע וועט אפגעראכטן ווערן בשבת קודש המתאחדת פון אלופי אלפי ישראל ומלכם בראשם מרן רבינו שליט"א שב"ק פרשת תולדות אין אתרא קדישא מירון סמוך ונראה צום ציון המצויינת פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.

הערנדיג פונעם שבת מירון ערוועקט דאס די לעכטיגע זכרונות פון די פארגאנגענע שבת פרשת פקודי תשע"ו וואס דער גוטער טעם און רישומא קדישא פונעם היסטארישן שבת מרומם ונעלה ליגט נאך פאר יעדן אין די ביינער און איז נאך עד היום א געשפרעך פון התרגשות ביי וועם עס האט דאס בייגעוואוינט, דעריבער קוקן שוין ארויס אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר א לענגערע תקופה מתי יבוא לידינו ונקיימנה ווען וועט מען שוין נאכאמאל האבן די זכיה צו אזא שבת מלא רגש התעוררות ודביקות בצילא דרשב"י, און דערפאר רופט דאס אצינד ארויס א זעלטענע פרייד ביי יעדן הערנדיג אז הנה זה בא מ'גייט בעזהשי"ת ווידער האבן די געלעגנהייט און זכיה צו א 'סאטמארער שבת מירון'.

מטעם הנהלת קהל יטב לב ד'סאטמאר בארץ ובגולה איז פארמירט געווארן א וועד הנסיעה, וועלכע האבן שוין אנגעהויבן מיט די עבודת הקודש פון ארגאניזירן דעם מסע הקודש און שבת המרומם, אינאיינעם מיט די גאר געניטע עסקנים פון קהלתינו הקדושות אין ירושלים און בני ברק, שוין עטליכע וואכן וואס מ'ארבעט אויס די פלענער אלעס זאל קלאפן על צד היותר טוב, באזונדער האט מען מיט עטליכע וואכן צוריק אפגעדונגען די דירות און אכסניות אויפן בארג אין מירון צו קענען איינקוואטירן דעם ציבור אויף שב"ק.

אין א ספעציעלע מודעה מטעם דעם וועד הנסיעה ווערט געבעטן דער ציבור אנ"ש בכל לשון של בקשה זיך נישט ווענדן פערזענליך צו באשטעלן קיין אכסניות אין מירון בכדי נישט צו גורם זיין קיין התייקרות בשער, אזוי אז עס זאל טאקע ערמעגליך זיין אפצורעכטן דעם שבת אינעם אתרא קדישא.

מערערע פרטים פונעם מסע הקודש און שבת המרומם וועט אי"ה נאכפאלגן.

צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

דינסטאגד' מנחם אב תשפ"ה7/29/2025

באריכט
די פארגאנגענע וואך לסדר 'אלה מסעי בני ישראל' איז אריין אין שפאנונג די הכנה דרבה צום גרויסן סאטמארער שבת מירון וואס איז געפלאנט בס"ד אויף פרשת תולדות תשפ"ו הבעל"ט, ווען ס'איז געקומען צו פארן פון אמעריקא אויף א קורצע באזוך דאהי אין ארה"ק, הרבני החסיד הרב נפתלי הירצקא שטיין הי"ו איש אמונים לימין כ"ק רבינו שליט"א, ואתו עמו הרבני החסיד מו"ה שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו חבר הנהלת מוסדותינו הק' מוסדות יטב לב, ער איז שוין יארן לאנג מראשי העסקנים אלע נסיעות פון רבינו שליט"א. און האבן אפגעהאלטן אסיפות מיט די לאקאלע עסקני קהלתינו הק' אין ירושלים בני ברק און בית שמש, און געזיצן לאנגע שעות אויף אסיפות מיט די גרעסטע ארגאנזירער אין אתרא קדישא מירון יצ"ו וועלכע וועלן בעז"ה אהערשטעלן דעם היסטארישן שבת קודש בצלא דמהימנותא במקהלות אלופי אלפי ישראל כ"י מארץ ומגולה.

תיכף ביים אנקומען אין לופטפעלד דאהי אין אר"י מאנטאג פארנאכטס זענען די געסט אפגעווארט געווארן דורך די ראשי העסקנים בארה"ק, און פון דארט איז מען תיכף צוגעפארן קיין ב"ב ווי ס'איז פארגעקומען די ערשטע זיצונג מיט די ראשי העסקנים דקהלתינו וועלכע האבן אנגעפירט דעם פאריגען אומפארגעסליכע שבת פקודי אין מירון, מ'איז אריבער אויף אלע פרטי פרטים וואס צו ערווארטן אויף דעם געפלאנטן שבת בס"ד.

צומארג'נס דינסטאג פון גאנץ פריה אהן איז מען געווען אין אתרא קדישא מירון און געזיצן מיט די גרויסע ארגאניזירער אויף אלע פלענער און חלקי השב"ק על כל פרטי' ודקדוקי, זייענדיג כסדר בקשר טעלעפאוניש קיין קרית יואל מיטן משב"ק הרב ר' חיים שלמה פישער הי"ו איבערצוגיין יעדן פרט ופרט פונעם שב"ק אז ס'זאל קלאפן בס"ד אויף הונדערט פראצענט עצהיו"ט.

עקסטערע האט מען דן געווען אויף די שטחים איבערן גאנצן דארף און ספעציעל ארום די מערת הרשב"י, און אזוי אלע דערפלעך ארום, צו פלאנירן דאס אוישטעלונג פונעם גרויסן שבת הבעל"ט, כדי צו קענען אקאמאדירן אזא ציבור אידן בליעה"ר, וועלכע אנטשפרעכט צו זיין אין א בחינה פון א קיבוץ גליות פון שווערע טויזנטער אלופי אלפי ישראל מכל קצוי תבל ומלכם בראשם כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

די עבודת הקודש פון אויסשטעלן אזא שבת אין מירון היינט צו טאג, איז פיל פיל שווערער בדמי"ם תרתי משמע, צוליב די שטרענגע געזעצליכע מניעות וועלכע זענען איינגעפירט געווארן נאך דעם טראגישן ל"ג בעומר אין מירון, מיט פולע נייע חוקים, תקנות וכדו', וואס כמובן ברענגט דאס מיט זיך אויך העכערע קאסטן און מער קאמפלעצירטע ארבעט.

אינטער א ברענעדיגן זון און שווערע היצן פון אריבער 105 דעגרי [לויט ווי מ'רעכנט אין אמעריקע] וואס הערשט אין די טעג אין מירון, זענען די עסקנים אינאיינעם מיט די געסט און ארגעניזירער געשטאנען אויף די שטחים אויסצפלאנירן אלע אפציעס, צו פראבירן אהערצושטעלן די געהויבענע מעמדים במשך דעם שב"ק, די תפילות, סעודות, עריכת השלחנות, מעמד הדלקה רבתי, וכו' אויפן בעסטן אופן וואס ס'איז שייך.

שפעט אויפדערנאכט - אבער נישט איידער א הייסע תפילה ביים ציון הק' אין די מערה אויף א הצלחה'דיגן שבת - זענען די געסט צוריקגעפארן קיין ב"ב צו זיצן אן אסיפה מיט די ארטיגע עסקני הקהילה, אויסצושטעלן די ימי הביקור וואס רבינו שליט"א וועט אפרעכטן אין שטאט ווען דער הויכפונקט וועט זיין דער גרויסארטיגער מעמד חגיגת חנוכת הבית פארן נייעם בנין מפואר, די בית חינוך לבנות וואס איז געבויעט געווארן דורך מרן רבינו שליט"א מנדבת לב אנ"ש הנגידים בעם, און ווערט נארוואס פארענדיגט בס"ד במלוא הדרו.

צומארגנ'ס מיטוואך צופרי זענען די געסט אריבער געקומען קיין ירושלים עיה"ק און געזעצן א לענגערע אסיפה מיט די היגע עסקני הקהילה, אויסצושטעלן די ימי הביקור וואס רבינו שליט"א וועט אפרעכטן אין שטאט בעיר הקודש ת"ו, ווען דער הויכפונקט וועט זיין דער גראנדיעזער מעמד יציקת היסודות פארן קומת ביהמ"ד הגדול אינעם בנין המפואר תל תלפיות דקהלתינו הק' ומוסדותי' וואס ווערט געבויעט מיט גרויס אימפעט לשם ולתפארת.

דערנאך אין די מיטאג שעה'ן איז פארגעקומען דאהי אין ירושלים א צענטראלע אסיפה פון די הנהלת קהילות ומוסדות סאטמאר אין ארה"ק, ווי עס זענען אויך געקומען צו פארן די ראשי הנהלה פון בני ברק און בית שמש, וואו מ'האט בעצה אחת דורכגעשמועסט די דעטאלן איבער דעם מסע הקודש און דער שבת המרומם.

אורחינו הדגול הרב ר' נפתלי הירצקא הי"ו האט אויפגעטרעטן לכבוד הנאספים די געטרייע חברי ההנהלות פון אלע שטעט, און מיט פאסיגע רעיונות משבח געווען די עסקני קהלתינו הק' בארה"ק וועלכע זענען מפורסם בקרב אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר מיט זייער מסירות ונאמנות בלב ונפש לכל קדשי קהלתינו הק', און ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט אז ס'זאל זיין א ברייטע צוזאמענארבעט פון אלע עסקנים כאיש אחד ובלב אחד ווי יעדער וועט אויספירן זיין חלק צום מאקסימום

סוקסעס, וואס וועט זיכער ברענגען די ערווארטעטע הצלחה אויפן געהויבענעם שב"ק און בכלל די גאנצע געהויבענע נסיעה, לרומם קרן התורה והחסידות.

לקראת שבת מירון לכו ונלכה, כי היא מקור הברכה!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגט' מנחם אב תשפ"ה8/3/2025

ווידיאו
רָנִּי וְשִׂמְחִי בַּת צִיּוֹן כִּי הִנְנִי בָא וְשָׁכַנְתִּי בְתוֹכֵךְ


צום בעפארשטייענדן מסע הקודש, בחודש כסלו תשפ"ו הבעל"ט:

א קורצע בליק ביים גמר בנין האדיר והמפואר כלולת יופי "בנות ארץ ישראל בית פיגא - בנין שלמה משה קלאגסברוין" - שע"י מוסדות יטב לב דרב"י בארה"ק, נבנה ע"י כ"ק מרן רבינו שליט"א מנדבת לב אנ"ש הנגידים בעם, וואס ווערט אין די יעצטיגע טעג גענצליך פארענדיגט לשם ולתפארת, און רופט אויס א קידוש שם שמים בעולם!

דינסטאגט"ז אלול תשפ"ה9/9/2025

בילדער · 10
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביים משמיע זיין דב''ק היינט נאכן סוגיא שיעור בהיכל המתיבתא, בנוגע די בעפארשטייענדע דערהויבענע נסיעה קיין ארה"ק אנהויב ווינטער און דעם געהויבענעם שב"ק פרשת תולדות הבעל"ט באתרא קדישא מירון יצ"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

דינסטאגי"ג מרחשון תשפ"ו11/4/2025

בילדער · 3
הרה"ג ר' משה ראזענפעלד שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד ברך משה דקהלתינו וומסב"ג אינאיינעם מיט חברי הנהלת כולל שומרי החומות, בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א לאדענען צו געבן א שיעור אין ביהמ"ד כתב סופר אין ירושלים עיה"ק בעת דעם מסע הקודש פון רבינו שליט"א אין ארה"ק.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

מיטוואךי"ד מרחשון תשפ"ו11/5/2025

אוידיאו
דברות קודש והדרכה מכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א
יום ד'  פ' וירא תשפ"ו לפ"ק
מריחוק מקום וקירוב לב
(ע"י לייוו הוק-אפ)

לקראת הנסיעה הרוממה הבעל"ט לאתרא קדישא מירון יצ"ו

לתלמידי ישיבותינו הקדושות:
- ישיבה קטנה יטב לב דרבינו יואל בירושלים עיה"ק.
- ישיבה גדולה מהרי"ט בעיר בני ברק יצ"ו.
- ישיבה קטנה דרבינו יואל בעיר בני ברק יצ"ו.

שע"י מוסדות יטב לב בארה"ק ת"ו:

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
🎵 אוידיאו · 6:00⬇ אראפנעמען 5.5 MB

מאנטאגי"ט מרחשון תשפ"ו11/10/2025

מיטוואךכ"א מרחשון תשפ"ו11/12/2025

בילדער · 2
הרה''ג ר' ישעי' ליכטנשטיין שליט''א מרבני בית הוראה דקהלתינו הק' וומסב"ג ביים ווייזן פאר כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א די נייע קונטרס וואס ער האט ארויסגעגעבן ע"פ הוראת רבינו לקראת דעם מסע הקודש קיין ארה''ק.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 2
הנהלת קרן הבנין ביהמ"ד החדש והמפואר אין בני ברק יצ''ו בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים איבערגעבן א באריכט פונעם ביהמ"ד וואס ווערט איינגערישט און פראכטפול פארענדיגט אין די יעצטיגע טעג.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

דאנערשטאגכ"ב מרחשון תשפ"ו11/13/2025

ווידיאו
מעמד צאתכם לשלום לכבוד כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, צום בעפארשטיינדע מסע הקודש לאתרא קדישא מירון, בהיכל המתיבתא הק' אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה פון אלע סניפים שלוחי רבינו וועלכע האבן צוזאמגענומען געלט פארן רבי'נס קאסע לעניי ארץ ישראל.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 9
מעמד צאתכם לשלום לכבוד כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, צום בעפארשטיינדע מסע הקודש לאתרא קדישא מירון, בהיכל המתיבתא הק' אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה פון אלע סניפים שלוחי רבינו וועלכע האבן צוזאמגענומען געלט פארן רבי'נס קאסע לעניי ארץ ישראל.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 6
תלמידי הישיבה ביים איבערגעבן פאר כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א די גרעסערע געלטער פארן רבי'נס קאסע לעניי ארץ ישראל, און דערנאך רבינו שליט"א ביים פארטיילן שיירי נוי סוכה פאר די תלמידי הישיבה וועלכע האבן אריינגעברענגט גרויסע סכומים, און ביי תפילת מנחה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 4
תלמידי המתיבתא ביים ארויסבאגלייטן כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א נאכן מעמד צאתכם לשלום.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

פרייטאגכ"ג מרחשון תשפ"ו11/14/2025

ווייזט ווייטער פון די נסיעה