אלעס 10,391
← אלע נסיעות מסע הקודש קיין אייראפע שבת הילולא קדישא ישמח משה אין סיגוט - תמוז תשפ''ד כ"ה תמוז תשפ"ד – ב' מנחם אב תשפ"ד · 50 פאוסטס, על הסדר פון מעלדן ביז אהיימקומען
אלעס באריכטן בילדער ווידיאוס מודעות ווייז אלעס אין א טאבעלע צוריק צו געווענליך − +
מיטוואך כ"ה תמוז תשפ"ד 7/31/2024
גליון "קול התאחדותינו"פרשת מטות-מסעי תשפ"ד לפ"ק. (מהדורת ארה"ב)יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו גם רצו"פ מדור משולחן מלכים עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:השיר שהיו הלויים אומרים בראש חודש (ב) מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א. ועם מאמר מיוחד בענין:תפילה בקברי צדיקים מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"אלרגל נסיעת כ"ק מרן רבינו שליט"א לפקוד את ציון רבותינו הק' באייראפע. ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן ▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
📄 מטו''מ תשפ''ד חו''ל-1 12.4 MB
סדר השב"ק בעיר האבות סיגוט יצ"ו, בראשות כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
מיטוואך פרשת מטו''מ פריער מיטאג צייט האט כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א פארלאזט ביתו נאוה קודש אין ניו העמפשער, און אום 1:30 אנגעקומען אינעם מאונט וואשינגטאן עירפארט, ווי דער רבי האט גענומען א קליינע פליגער וואס האט זיך געהויבן ארום 1:50 קיין באסטאן פון ווי דער רבי וועט ממשיך זיין די נסיעה אויף שב''ק לעיר האבות סיגוט, און זיך אפשטעלן אויף א קורצע באזוך בקרב קהלתינו הק' אין אנטווערפן יצ''ו.
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך ▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
מיטוואך פרשת מטו''מ מיטאג צייט האט כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א פארלאזט ביתו נאוה קודש אין ניו העמפשער, און אום 1:30 אנגעקומען אינעם מאונט וואשינגטאן עירפארט, ווי דער רבי האט גענומען א קליינע פליגער וואס האט זיך געהויבן ארום 1:50 קיין באסטאן פון ווי דער רבי איז אפגעפלויגן קיין באסטאן, דער פליגער האט געלאנדעט אין באסטאן אום 2:35.
רבינו שליט"א דאווענט יעצט מנחה אין א פריוואטן צימער אינעם עירפארט, און דערנאך וועט מען ממשיך זיין די נסיעה אויף שב''ק לעיר האבות סיגוט, און זיך אפשטעלן אויף א קורצע באזוך בקרב קהלתינו הק' אין אנטווערפן יצ''ו.
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך
▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫
וואטסעפפ גרופע
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א איז נארוואס ארויף אויפן פליגער דעלטא עירליינס, וואס וועט בעז"ה לויטן פלאן זיך הייבן אום 5:00 אזייגער, אויפן וועג קיין אמסטערדאם, ווי דער רבי וועט צופארן קיין אנטווערפן לביקור קצר בקרב קהלתינו הק'.
▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫
וואטסעפפ גרופע
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א עוסק בתורה אויפן פליגער אויפן וועג קיין אמסטערדאם, אינטערוועגנס צום שב"ק בעיר האבות סיגוט יצ"ו
▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫
וואטסעפפ גרופע
דאנערשטאג כ"ו תמוז תשפ"ד 8/1/2024
דאנערשטאג מטו"מ 6:35 נאכמיטאג אין אנטווערפען (12:35 ניו יארק'ע צייט) אין די יעצטיגע מינוטן האט זיך געהויבן די פריוואטע פליגער פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א, אויפן וועג קיין באניע א וועג פון ארום צוויי שעה, פון דארט וועט רבינו שליט"א צופארן לעיר האבות סיגוט א וועג פון ארום א שעה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ארום 9:14 אויפדערנאכט אין באניא רומעניע (2:14 מיטאג אין ניו יארק) האט בשעטו''מ געלאנדעט די פריוואטע פליגער פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.
רבינו שליט''א האט זיך עטליכע מינוט צוריק ארויסגעלאזט צום עיר האבות סיגוט, ווי דער רבי איז ערווארטעט אנצוקומען אום 10:40, און דאווענען תפילת מעריב אינעם שוהל הויף במקום שהתפללי בו רבותינו הק'.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
וואטסעפפ גרופע
קה זכות אבות יגן עלינו אין די יעצטיגע מינוטען איז כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען בעיר האבות סיגוט צום היסטארישע שול הויף במקום שהתפללו בו אבותינו ורבותינו הק'.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
וואטסעפפ גרופע
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אהנקומענדיג אין עירפארט אין אמסטערדאם, און ווארטענדיג אויף די יוראו-באן, און אויפן יוראו-באן אינטערוועגנס קיין אנטווערפן.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
אנ''ש תושבי אנטווערפן ביים אפווארטן און מקבל זיין פני הקודש כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אין די באן סטאנציע אין אנטווערפן.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
וואטסעפפ גרופע
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים זיך אומקוקן אויף די לימודים פאר'ן דאווענען פון די בחורי אנ''ש אינעם היכל התורה בביהמ''ד הגדול דקהלתינו הק' אין אנטווערפן.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
וואטסעפפ גרופע
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי תפילת שחרית אין ביהמ''ד דקהלתינו הק' אין אנטווערפן, וואו עס האבן מיטגעדאווענט אברכי הכולל ובחורי חמד און די עלטערע כתות ילדי תשב''ר.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע