בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מסע הקודש

← ווייזט אלעס
← אלע נסיעות

נסיעה צו די שחיטה אין אורוגוויי - באזוך אנ''ש אין ארגענטינע - חשון תשפ''ה

י' מרחשון תשפ"ה – י"ג מרחשון תשפ"ה · 41 פאוסטס, על הסדר פון מעלדן ביז אהיימקומען

מאנטאגי' מרחשון תשפ"ה11/11/2024

באריכט
מאנטאג פרשת וירא 9:00 אויפדערנאכט, אין די יעצטיגע מינוטען הייבט זיך בשעטו''מ די פליגער פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, אויפן וועג צו באזוכן די שחיטה אין מדינת אורעגוויי, ווי דער רבי וועט זיך אפשטעלן אויף א קורצע באזוך אין ארגענטינע בקרב אנ''ש.

די פליגער איז ערווארטעט צו לאנדען אין ארגענטינע ארום 9:30 דינסטאג אינדערפרי (ארטיגן זייגער - 7:30 ניו יארקער צייט) אינעם ארטיגן אינטערנעשענאל עירפארט.

תושבי ארגענטינע לבשי בגדי תפארתך, הנה מלכך בא!!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

דינסטאגי"א מרחשון תשפ"ה11/12/2024

באריכט
ברוך הבא בשם ה'

דינסטאג פר' וירא 9:41 אינדערפרי אין ארגענטינע (7:41 ניו יארקער צייט) אין די יעצטיגע מינוטען האט בשעטו''מ געלאנדעט די פליגער פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אין שטאט בוענאס איירעס ארגענטינע.

רבינו שליט''א וועט אריינפארן אין שטאט א וועג פון בערך 40 מינוט לבית האכסניא און דערנאך צופארן צום ארטיגן ביהמ''ד קהל חרדים צו תפילת שחרית בקרב אנ''ש, און דערנאך וועט פארקומען א מסיבת לחיים ומעמד קבלת פנים, און שפעטער נאכמיטאג דעם מעמד צאתכם לשלום ומסיבת לחיים לרגל גמר המקח פונעם בנין התלמוד תורה אין שטאט.
דערנאך וועט דער רבי ממשיך זיין די נסיעה צו באזוכן די שחיטה אין מדינת אורעגוויי.

בזמן שהצדיק בעיר היא הודה היא זיוה והיא הדרה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
באריכט
מאנטאג - דינסטאג פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
קורצע באזוך פון רבינו שליט''א בקרב אנ''ש אין בוענאס איירעס ארגענטינע


רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הר"ר יואל ברי"ש וויינבערגער שליט"א.
ב"ר יואל ברי"נ שרייבער הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

נאך מנחה ארום 5:25 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום JFK עירפארט פון ווי רבינו שליט''א האט אפגערייזט צו באזוכן די שחיטה אין מדינת אורעגוויי, פון ווי קהלתינו הק' וועט אנהייבן שחט'ן די גסות בתכלית הכשרות והידורים כפי הוראת רבותינו הק', מיט א אפשטעל אויף א קורצע באזוך אין ארגענטינע בקרב אנ''ש.

ארום 7:05 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין עירפארט, נאך א קורצע צייט האט דער רבי געדאווענט מעריב אינעם בית חב"ד, בעל תפילה: ר' משה דוד דאווידאוויטש הי"ו.
נאך מעריב האט שלום גענומען די ארטיגע חב"ד רב הרב יוסף ראאב שליט"א און זיין שווער הרב אליעזר רייטשיק שליט"א מרבני 'מקוה אינטערנעשאנעל' וועלכע האט דערביי געוויזן פאר רבינו שליט"א א באריכט פון זיינע פילע פעולות צו בויען מקוואות איבער דער גארער וועלט און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 8:40 איז דער רבי ארויף אויפן פליגער אינאיינעם מיט הגה"צ דומ''ץ קהלתינו ב''פ שליט''א און הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט"א און געציילטע מקורבים.

אום 9:02 האט זיך די פליגער געהויבן, אויפן וועג האט רבינו שליט''א א לענגערע צייט געלערנט זיין שיעור במס' בבא קמא, און דערנאך אריין אין א לענגערע שמועס מיט הגה''צ דומ''ץ ב''פ שליט''א און הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א איבער א אקטועלע ריבית שאלה וואס איז עומד על הפרק און זיך מפלפל געווען א לענגערע צייט.

דער פליגער האט געלאנדעט היינט דינסטאג 9:41 ארטיגער זייגער ווי דער רבי איז אפגעווארט געווארן אפגעווארט געווארן בשירה וזמרה דורך הגה''צ גאב''ד קהל חרדים ארגענטינע שליט''א און רוב בני הקהלה, מען איז אריבער שלום נעמען און דער רבי איז צוגעפארן א וועג פון 40 מינוט לבית האכסניא.
נאך א קורצע הפסקה אין אכסניא איז רבינו שליט''א אריבער צום ארטיגן ביהמ''ד הגדול דקהל חרדים ווי די גאנצער ציבור זקנים עם נערים האט אפגעווארט רבינו שליט''א אויף די גאס בשירה ובזמרה, די ילדי תשב''ר האבן מקבל געווען דעם רבי'ן אין ביהמ''ד ווי דער רבי האט מיט א חביבות און מלא רגש באטראכט די קינדער.

דערנאך איז דער רבי אריבער זיך אומקוקן אויף די גרויסע מקוה אינעם בנין, און דערנאך געגאנגען זיך מטהר זיין אין די פריוואטע מקוה פון הגה''צ גאב''ד קהל חרדים בוענאס איירעס ארגענטינע שליט''א בבנין ביהמ"ד.

ארום 11:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית. בעל תפילה הרה''ח ר' משה הכהן גברא הי''ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק סאלם הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק און געזאגט די ברכות.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך ביי הגה''צ גאב''ד קהל חרדים שליט''א אין זיין דירה העכער דעם ביהמ''ד, עס איז אויך אנוועזענד געווען הגה''צ דומ''ץ ב''פ שליט''א און הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א, אויך איז אנוועזענד געווען הגאון ר' שמואל ארי לעווין שליט"א ראש ישיבת חפץ חיים ארגענטינא, רבינו שליט''א האט משבח געווען די אלע חשובע פירות וואס קומען ארויס פון די קהילה, מורי הוראות, סופרים, ומרביצי תורה קיין ניו יארק געלונגענע איכות'דיגע מענטשן, און דערנאך זיך אריינגעלאזט אין א לענגערע שמועס איבער די שחיטה, אלע ענינים אין היסטאריע אין ארגענטינע און אין אורוגוויי און אלע תקנות וואס מען האט מתקן געווען, דער רב האט מכבד געווען רבינו שליט''א מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר הרבנית תליט''א.

דערנאך ארום 1:55 איז דער רבי אראפ אין ביהמ''ד צום מעמד קבלת פנים בשירה ובזמרה מיט די השתתפות פון די גאנצע קהילה זקנים אברכים ובעלי בתים, פון איין זייט ביהמ''ד די בחורים און די אנדערע זייט די קינדער און אלע נשים צדקניות אין עזרת נשים.
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, הרב מרדכי אפרים פישל בן הגה''צ גאב''ד קהל חרדים שליט''א האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט עטליכע ווערטער, דערנאך האט דער רב שליט''א געזאגט זיין הארציגע דרשה און באגריסט דעם רבי'ן, און ארויסגעברענגט אז לעצטע מאל דער רבי איז געווען בשליחות פון רביה''ק בעל ברך משה זיע''א און יעצט איז דער רבי געקומען זעהן זיינע אייגענע תלמידים וואס רוב רובם פון די קהילה זענען תלמידים פון רבי'ן וואס האבן געלערנט אין רבינ'ס ישיבה.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעברענגט זיין התרגשות און די שבח פון די שיינע קהילה מיט אירע גוטע פירות, און ווארעם אנגעוואונטשן ברוב ברכות.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און פארטיילט א ספר תהילים פאר אלע קינדער. און איבערגעלאזט א מתנה הגונה פאר אלע כלי קודש פון די מוסדות און בני הכולל, מען האט געענדיגט ארום 3:00 און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא.

ארום 3:15 איז רבינו שליט''א אריבער צום נייעם שטח פון די גרויסע בנין פאר די מוסדות, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און זיך דערנאך זיך געזעגנט מיט הארציגע געפילן און פערזענליך ווארעם אנגעוואונטשן פארן רב שליט''א.

מען האט געענדיגט ארום 3:45 און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט צום עירפארט ממשיך זיין די נסיעה צו די שחיטה אין מדינת אורעגוויי. איבערלאזענדיג א רשימה דקדושה און הויפענעס חיזוק פאר אנ''ש תושבי העיר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךי"ב מרחשון תשפ"ה11/13/2024

באריכט
חלק ב' באריכט דינסטאג פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - נסיעה צו באזוכן די שחיטה אין מדינת אורעגוויי

ארום 4:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אינעם עירפארט אין בוענאס איירעס ארגענטינע ווי די פריוואטע פליגער פון רבינו שליט''א האט זיך געהויבן ארום 4:50 א וועג פון 25 מינוט צו מדינת אורעגוויי.

אויפן פליגער איז רבינו שליט"א איבערגעגאנגן מיט די רבנים שליט"א אלע פרטי והידורים אינערהאלב די מערכת השחיטה דא אינעם נייעם פלענט.

ארום 5:15 האט געלאנדעט די פריוואטע פליגער אין ארטיגן עירפארט אין אורעגוויי, רבינו שליט''א איז אנגעקומען לבית האכסניא אום 6:40.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די שוחטים. בעל תפילה: הרב חיים בצלאל בלום הי''ו.
נאך מנחה האט זיך דער רבי באגריסט מיט אלע שוחטים.

ארום 8:30 האט רבינו שליט''א בודק געווען די חלפים ווי אלע שוחטים באזונדער האבן געגעבן פארן רבין בודק צו זיין זייערע חלפים, דערנאך האט מען געדאווענט מעריב. בעל תפילה: משב''ק הרה''ח ר' חיים שלמה פישער הי''ו.

נאך מעריב איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די שוחטים ווי דער רבי האט משמיע געווען דב''ק והדרכה און ארויסגעברענגט די אחריות וואס ליגט אויף די שוחטים וואס כשרות איז די יסוד, און מיט איין בהמה וויפל אידן מען קען מזכה זיין אדער חלילה מכשיל זיין, די גרויסע זכות פון די שוחטים, און מסיים געווען מיט ברכות קדשו און געזאגט אז מען וויל נישט אויפהאלטן די שוחטים צו לאנג וועלכע שטייען שוין אויף מארגן 5 פארטאגס שחט'ן.

נאך די דב''ק זענען אלע שוחטים אריבער נעמען שיריים פון רבינו שליט''א.

ארום 10:00 איז רבינו שליט''א אריבערגעפארן צום פלענט אינאיינעם מיט הגה''צ דומ''ץ ב''פ שליט''א און הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א, צום ערשט האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די מקום השחיטה און די באקס ווי מען שחט ווי די בהמות גייען אריין וואס ווערט איבערגעדרייט אז די שחיטה זאל זיין א שחיטה מונחת - כדי דאס צו זעהן פון דער נאנט, נישט בשעת די ארבייט.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום חלק הניקור וואו דער רבי האט באטראכט א לענגערע צייט דעם גאנצע ניקור אפאראט אויף די פלייש פון די היינטיגע שחיטה און געזאגט פארשידענע הוראות והדרכות פאר די משגיחים.

פון דארט איז דער רבי אריבער מיטצוהאלטן די חלקי המליחה ובטירחא דגופא אליינס ארויף מיטהאלטן דעם גאנצן סדר פון די זאלצן, און דערנאך ממשיך געווען ביי די חלקי שטופה, שרוי' והדחה מיט אלע חומרות והידורים וואס ווערן איינגעפירט דורך רבינו שליט"א.

דערנאך איז דער רבי אריין זעהן דעם גיגאנטישער שטח פון די פעקידזשינג אפאראט וואס איז אנגעגרייט שוין פאר מארגן, און באטראכט א לענגערע צייט דעם גאנצע סדר וויאזוי עס ארבייט ווי עס טיילט זיך אפ די כשר'ע פון די טריפה פלייש וכו'. וואו אלעס ווערט אדורכגעפירט מיט די גרעסטע מאס הידור.

ארום 1:00 נאך א לענגערע צייט פון גאנצע דריי שעה ווי דער רבי איז ארום בטירחא דגופא אינעם גאנצן פלענט מיט אלע חלקים איז דער רבי אהיים לבית האכסניא.

מארגן פארטאגס 6:30 ארטיגע זייגער וועט רבינו שליט''א צוריקגיין און זיך אומקוקן אויף די מערכת השחיטה, בדיקות פנים וחוץ, בדיקות כריסות, פעקידזשינג און אלע איבריגע חלקים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגי"ג מרחשון תשפ"ה11/14/2024

באריכט
באריכט מיטוואך פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - נסיעה צו באזוכן די שחיטה אין מדינת אורעגוויי

פארטאגס אום 6:30 איז רבינו שליט''א צוגעפארן פונעם אכסניא צו די בית השחיטה המהודרת.

צום ערשט איז רבינו שליט''א אריין זיך אומקוקן אויפן גיגאנטישן שטח פונעם פלענט ביי די פעקידזשינג און מיט געהאלטן אלע חלקים דערפון, דער רבי איז מורא'דיג נתפעל געווארן סיי פון די פראקטישע חלק און סיי פון די אלע חלקים וואס רירן אן די הלכה אין כשרות און ווערט דורכגעפירט מיטן גרעסטן מאס הידור.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער צו די בדיקת כריסים ווי דער רבי און די רבנים האבן א לענגערע צייט אבזערווירט וויאזוי מען איז דאס בודק.

פון דארט איז מען אריבער צו די שחיטה אפאראט, דער רבי האט בודק געווען די חלפים וועלכע זענען חד וחלק לויט די הויכע סטאנדארטן וואס רבינו שליט''א האט איינגעפירט, דער רבי האט א לענגערע צייט באטראכט דעם גאנצן סדר השחיטה מיט אלע חלקים, די דאבל באקס ווי צוויי בהמות גייען אריין, און באטראכט ווי עס זענען געשטאנען אויפן סטענד די דריי שוחטים און א בודק יבש מיט אלע חומרות והידורים וואס דער רבי האט איינגעפירט ביי די שחיטה גסות דקהלתינו הק'.

דערנאך איז דער רבי אריבער צו די חלקי הבדיקות, בדיקת פנים און בדיקת חוץ, און דערנאך ממשיך געווען ביי די ניקור חם, אלעס איז געווען אויפן העכסטן סטאנדארט בס"ד.

סאיז שוין געווען אים 10:45, נאך העכער פיר שעה ווי דער רבי איז ארום אינעם גאנצן פלענט בטירחא דגופא רבא האט דער רבי פארלאזט די פלאץ און צוריק לבית האכסניא.

נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי צוריק געגאנגען צום בנין פונעם פלענט, און איז אריין אין די ביוראען, צום בעה''ב, און זיך שטארק באדאנקט און מפליא געווען די פולע חומרות והידורים וואס מ'ערמעגליכט דא דורכצופירן, און געזאגט ''מען האט נאכנישט געזעהן אזא געלונגענע פלענט צו קענען דורכפירן אלע סארט הידורים וחומרות אזוי גרינג, עס איז אזוי שיין אז איך האב חשק צוריקצוקומען נאכאמאל כאטשיק ס' איז אזוי ווייט און מיט אזא טירחא", און דערביי האט זיך דער רבי באדאנקט פאר זיין איבכרגעגעבנקייט ווען ער האט אויפגעבויעט א גאנצן אכסניא קאמפלעקס פאר די שוחטים מיט שיינע שלאף שטיבער א פראכטפולע עס זאל און א שיינעם ביהמ"ד דערצו וואס ברענגט פאר די שוחטים ובודקים א זעלטענעם הרחבת הדעת.

פון דארט איז דער רבי ארויף אין מקוה אינעם פלענט, און דערנאך געדאווענט תפילת שחרית מיט טייל פון די שוחטים אין ביהמ''ד פון די אכסניא.

נאכן דאווענען האט דער רבי געזאגט פאר די שוחטים 'איך האב נישט געגלייבט וואס פאר א מהודר'דיגע ווערטשאפט עס קומט דא פאר, און כהאב נישט געוואלט מאשר זיין דאס פלאץ דא אהן א דעם וואס איך ווייס אז כוועל האבן אזא חשובע ערליכע סטעף פון שוחטים בודקים ומשגיחים'. דערנאך זענען די שוחטים אריין בקו''פ בפו"פ.

שפעטער האט רבינו שליט"א טעלעפאניש גערופן הגה"צ מנירבאטור שליט"א זיך באדאנקן, און אים קאמפלימענטירט אויף די האראוואניע וואס ער האט אריינגעלייגט אהערצושטעלן אזא מהודר'דיגע מערכת שחיטה לשם ולתפארת.

נאכמיטאג ארום 4:15 האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה.
נאך מנחה האט זיך רבינו שליט''א הארציג געזעגנט פון אלע שוחטים.

פון דארט איז מען געפארן צום ארטיגן עירפארט א וועג פון 45 מינוט, פון ווי די פריוואטע פליגער האט זיך געהויבן און געפלויגן א וועג פון 25 מינוט קיין ארגענטינע.

אין עירפארט אין ארגענטינע האבן אפגעווארט א שיינע ציבור מאנ''ש, דער רבי האט אויפגענומען דעם ציבור בפו''פ. דערנאך האט מען געדאווענט מעריב.

נאך מעריב איז מען ארויפגעגאנגן צום פליגער וואס האט זיך געהויבן אום 10:48 ארטיגע זייגער.
אין די ערשטע שעות אויפן פליגער האט רבינו שליט''א עוסק געווען בתורה, דערנאך האט רבינו שליט"א א לענגערע צייט נושא ונותן געווען מיט די רבנים שליט"א איבערן גאנצן סדר השחיטה, און דער רבי האט אויסגעדרוקט זיין התפעלות וויאזוי דער גאנצער פלענט איז געווען אזוי שיין און מהודר און ארויסגעברענגט די כוחות וואס דער נירבאטור רב שליט"א האט שוין אריינגעלייגט אין דעם מקום אינעם פארגאנגענהייט צו הייבן דעם כשרות סטאנדארט.

היינט דאנערשטאג צופרי 7:08 האט דער פליגער געלאנדעט אינעם JFK עירפארט פון ווי רבינו שליט''א איז אהיימגעפארן קיין קרית יואל מען איז אנגעקומען אום 9:25.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאס איז די גאנצע נסיעה.