בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Reports

← Show all

Friday22 Menachem Av 57828/19/2022

Report
פרייטאג ערש"ק פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד לר' יעקב עהרנטאהל הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת בנין הירש-ג"ב-לאנדא אויף די ראצפערט גאס.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די אנגייענדיגע בוי ארבעט ביים דערנעבענדיגן 'בנין קליין'.
דערנאך איז דער רבי אריין צו די תלמידי כתה א' ב' סניף הר"ר דוד פאלקאוויטש שליט"א ווי די קינדער האבן געזינגען ניגוני שבת, דער רבי האט זיך אומגעקוקט פאר עטליכע מינוט און אנגעווינטשן פאר די קינדער.

דער רבי האט געדאווענט שחרית מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר חיים אויש הי"ו.

נאכן דאווענען איז דער רבי אראפ צו די תלמידי כתות ג' ד' ה' סניף הר"ר יחיאל יצחק שפיטצער שליט"א, ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים.
עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל שליט"א און פארגעלייגט פארן רבי'ן די לימודים וואס די קינדער גרייטן זיך צום פארהערן סוף יאר, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דערנאך האט דער רבי געטרינקן א לחיים און משמיע געווען קורצע דב"ק און אנגעווינטשן פאר אלע קינדער און פאר'ן בר מצוה בחור.

דערנאך איז מען ארויף צו די תלמידי כתות ו' ז' ח' צו די מסיבת לחיים, מען האט געזינגען ווארעמע ניגונים, און מען האט איבער געגעבן א ריזיגן סכום פון 1,340 שעות רציפות מיט וואס די קינדער האבן זיך געגרייט צום באזוך פון רבינו שליט"א, דערנאך האט מען פארגעזינגען חרוזים און דער רבי משמיע געווען דברות קודש פאר די קינדער און מסיים געווען בברכת הקודש.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בביתו נאוה קודש לרגל הופעת ספר 'לב אהרן' אויף דברים וואס מיט דעם איז נשלם געווארן גאנץ ספר לב אהרן דרושים ואגדה אויף חמשה חומשי תורה, מהדורא קמא.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פאר די עוסקים במלאכת הקודש און בפרט פארן יו"ר להוצאת ספרי רבינו הרה"ח ר' וואלף גליק הי"ו און פארן נדבן ופטרון ספרי לב אהרן עה"ת הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד לר' מאיר מענדל פישער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר משה יודא מענדלאוויטש הי"ו.
ב"ר מאיר מרדכי בודק הי"ו.
ב"ר חיים יצחק ניישטיין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענגע מחותנים.
ר' ישראל חיים ווייסמאן הי"ו - ר' יואל ברמ"ח ווייס הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' ישכר בעריש מייעראוויטש הי"ו - ר' יואל בערגער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון 8:00 ביז 12:45 אויפדערנאכט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' יצחק זאב פילאפף הי"ו, און ווערט אריינגעגעבן קומענדיגן זונטאג שופטים אין קרית ויואל משה אין מאנטיסעלאו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענגע מחותנים.
ר' יואל ברא"ט קויפמאן הי"ו משמש - הר''ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט''א.
ר' יואל בר"ה פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג) - הר''ר אברהם יושע בר"מ ווערצבערגער שליט''א.

אזוי אויך איז אריין בקודש פנימה הגה"צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט"א נשיא ישיבת תורת חסד לאנדאן, דער רבי האט דורש געווען בשלומו און מאציל געווען מברכות קדשו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Thursday21 Menachem Av 57828/18/2022

Report
מיטוואך פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי נאך די מקוה ארום 9:20 האט זיך רבינו שליט"א ארויס געלאזט אויפן יערליכע באזוך אין די מחנות הקיץ שע''י מוסדותינו הק' פון וומסב''ג און בארא פארק.

ארום 10:10 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום 'בחורים קעמפ' מחנה רב טוב אין סוואן לעיק, רבינו שליט''א האט געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי כתה מכינה לישיבה כתה ט' פון וומסב''ג און ב"פ, דער רבי האט געלייגט טו''ת אין ביהמ"ד. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר אברהם גאלדבערגער הי"ו.
ב"ר יוחנן מאנן הי"ו.
ב"ר יואל שווארץ הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

דערנאך איז דער רבי אריבער אויף אן ארוחת בוקר אין שטוב פון הרה"ח ר' אהרן וויינבערגער הי"ו בשכינות פונעם קעמפ, ווי עס איז אויך פארגעקומען די חתימת שטרות וואס הרה"ח ר' אהרן הי"ו האט אפגעקויפט דעם זכות המקוה בבית מדרשינו אין שכונות קוועיקער היל בגלילות קרית יואל, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 1:30 איז דער רבי צוריק אריבער אינעם בחורים קעמפ אין סוואן לעיק, און אריין אין די בתי מדרשים ווי די בחורים לערנען, דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א שטארקן קורת רוח, דער רבי איז ארום צווישן די טישן און פארהערט די בחורים די לימודים, צום ערשט אין ביהמ"ד פון תלמידי כתה ט' דמוסדותינו הק' פון וומסב''ג בהנהלת הרה"ג ר' יודא בער טעללער שליט"א און דערנאך אין ביהמ"ד פון תלמידי כתה ט' דמוסדותינו הק' פון ב''פ בהנהלת הרה"ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט"א.

אויפן וועג ארויף איז דער רבי אריבער צו די ילדי המחנה ווי דער רבי האט פארטיילט ממתקים פאר די קינדער.

דערנאך איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט די בחורים אין ביהמ"ד. מען האט געזינגען חרוזים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו און משמיע געווען לענגערע דברות קודש והדרכה פאר די בחורים. מען האט געענדיגט ארום 2:40.

פון דארט איז רבינו שליט''א צוגעפארן צו די 'אינגל קעמפ' מחנה רב טוב אין מאנטיסעלא, דער רבי איז ארויף צו די בתי מדרשים פון די עלטערע כתות, סניף הר"ר יואל שטערן שליט"א, סניף הר"ר יואל מאיר פריעדמאן שליט"א, סניף הר"ר זרח שפירא שליט"א, סניף הר"ר משה אלי' גרין שליט"א, און פאר נאענט צו א שעה ארום שפאצירט צווישן די קינדער און זיך אומקוקנדיג מיט א שטארקע קורת רוח אויף די לימודים און פארהערט די קינדער.

דערנאך האט דער רבי באזוכט ביי די חדרים פון כתות א' ב' ג'.

נאכן באזוך אין די בתי מדרשים זענען זיך אלע תשב"ר צוזאמגעקומען אינעם חדר האוכל צום מעמד קבלת פנים, אינטערוועגנס ארויף צום חדר האוכל האט דער רבי באגריסט מיט א ברכה מיוחדת די גירי צדק וועלכע האבן זיך לעצטענס מגייר געווען דורך הגה"צ אב"ד סענדזשארזש שליט"א.
די קינדער האבן מקבל פנים געווען בשירה וזמרה, און דאן פארגעזונגען ווארימע חרוזים לכבוד המאורע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די תשב"ר און דערנאך משמיע געווען דברות קודש בדברי מוסר והתחזקות. דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים אויסצוטיילן פאר אלע קינדער.

איידערן פארלאזן די מחנה האט דער רבי ספעציעל ארויסגערופן די איר-אייניקלעך מתלמידי המחנה און זיי געבן טאשן געלט.

ארום 4:40 האט דער רבי פארלאזט דעם קעמפ, בשעת די קינדער שטייען אויסגעשורה'ט אויף די צוויי זייטן פונעם קעמפ און וואונטשן א כתיבה וחתימה טובה.

אינטערוועגנס האט דער רבי טעלעפאניש מבקר חולה געווען קיין אר"י ר' יהושע צבי בן שרל ובנו החתן ברוך בענדיט בן חנה גיטל גליק לרפו"ש וועלכע זענען געווען צווישן די געשעדיגטע ביי די טעראר אטאקע דער פארגאנגענעם מוצש"ק אין ירושלים עיה"ק, דער רבי האט גערעדט פריוואט צו יעדן עקסטער, און זיך נאכגעפרעגט אויפן מצב הבריאות און געוואונטשן ברכת קדשו לרפואה שלימה וגמורה בקרוב ובניקל.
ארום 5:00 איז דער רבי אנגעקומען אין מחנה בית רחל ווי עס איז פארגעקומען א מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם דארמיטארי בנין וואס וועט קווארטירן קרוב צו פיר הונדערט תלמידות, דער רבי איז תיכף צוגעפארן צום פרייען פעלד ווי עס זענען געווען פארזאמלט די טויזענטער בית רחל תלמידות, די הנהלה רוחניות וגשמיות און אזוי אויך די תלמידי הכולל שע"י המחנה, עס האט אויפגעטרעטן הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א מנהל בית רחל און ווארעם באגריסט רבינו שליט"א, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש והדרכה פאר די תלמידות, און ארומגערעדט איבער די מדת החסד פון די תלמידות פונעם קעמפ, און איבער דעם נייע בנין וואס ווערט געבויעט און ארויסגעברענגט לשבח פון די הנהלה און מסיים געווען בברכות לרוב פאר די הנהלה און די נדבנים.

דערנאך האט הר"ר אלי' שלמה שליט"א פארגעזאגט די פרקי תהילים קאפיטל ל' און קכ"א וואס רביה''ק זי''ע האט איבערגעגעבן מען זאל זאגן ביים הנחות אבן הפינה ביים ביהמ"ד הגדול קר"י קיץ שנת תשל"ו לפ"ק, דערנאך האט רבינו שליט''א געלייגט דעם אבן הפינה און געגאסן די יסודות און מתפלל געווען א תפילה חרישה פאר א לענגערע צייט.

נאכן גיסן דעם אבן היסוד האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו מהנהלת המוסדות בקר"י ומראשי המחנה, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען די רבני המחנה, די הנהלה און נדבנים צו גיסן דעם אבן הפינה, און דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר אלע חברי הכולל פון די כולל פונעם מחנה ספרו לב אהרן - דברים און ווארעם געווינטשן ברכת קדשו.

מען האט געענדיגט ארום 5:45, און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש בקרית יואל.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יעקב משה ווערצבערגער הי"ו - ר' אברהם שמואל גוטמאן הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון 8:00 ביז 12:00 אויפדערנאכט.

ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענגע מחותנים.
ר' יואל פאללאק הי"ו (וומסב''ג) - ר' דוד חיים מאשקאוויטש הי"ו.
ר' שלמה אלי' ווייס הי"ו - ר' יואל ברא"מ פאלקאוויטש הי"ו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 בביתו נאוה קודש.

ארום 12:50 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול וויזניץ מאנסי צום שמחת החתונה בבית גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א און הגה"צ רבי יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א אבד''ק ראשית חכמה מאנטריאל, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן חתן, מחותנים, און זיידעס, און זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיטן חתן און דערנאך אין א מחול לצדיקים מיט די זיידעס און מחותנים, און אין א עקסטער טאנץ מיט גיסו האדמו"ר מסקווירא שליט"א, און דערנאך מיט האדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, און דערנאך מיט ידידו אבד''ק ראשית חכמה שליט"א. ארום 1:15 און אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴

Wednesday20 Menachem Av 57828/17/2022

Report
דינסטאג פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר אברהם יונה שווארץ הי"ו (ב"פ).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת אין באגלייטונג פון גיסו הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ ארה''ק שליט"א ובני משפחתו.

נאכמיטאג ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענגע מחותנים.
ר' יודא הערש שווארץ הי"ו - ר' חיים מאיר ווייס הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' ישראל לאנדא הי"ו - ר' יודא לייב לאוב הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

נאך די חופות ארום 8:00 איז דער רבי אריבער אויף א ביקור גומלין ביי כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א בבית הרבני הנגיד ר' יודא ווייס הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א מסיבה לטובת מוסד חסד לאברהם, מיט נגידים נכבדים מאנ''ש שיחי', עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בסיפורי צדיקים, האדמו''ר מסקולען האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו, און עקסטער געווינטשן פאר'ן בעל אכסניא ר' יודא הי"ו ובני משפחתו.

ארום 8:45 איז דער רבי אנגעקומען אין די זאלן פון קרן ויואל משה ווי עס איז פארגעקומען די שבע ברכות דורכ'ן רבין שליט"א פאר די בני המשפחה, ווי עס זענען געלאדענט געווארן די אנשי החברה קדישא דקהלתינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק, רבינו שליט"א האט זיך געוואשן צו די סעודה און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו חבר הוועד פון די צענטראלע חברה קדישא און פארגעשטעלט די זכי' וואס די חברה קדישא האבן צו זיין די געלאדענטע געסט ביים פריוואטן שבע ברכות אינאיינעם מיט מרן רבינו שליט"א, נאך די פיש האט דער רבי געווינטשן לחיים פארן גאנצען ציבור.

במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן עטליכע פון די חברה קדישא און פארגעלייגט פארשידענע שאלות בעניני ומנהגי החברה קדישא וואס מאכן זיך כסדר, אויף וואס רבינו שליט"א האט געענטפערט און אויסגעשמועסט באריכות בטוב טעם ודעת, צווישן אנדערע האבן אויפגעטרעטן הר"ר חיים אלעזר שפיטצער הי"ו, הרה"ח ר' יצחק ברוך ברוין הי"ו, הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו, הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו, הרה"ח ר' יוסף ווייס הי"ו, און נכד רבינו הרב מנחם שלמה אשכנזי שליט"א.

רבינו שליט''א האט דערנאך משמיע געווען דברות קודש און געגעבן חיזוק והדרכה פאר די חברה קדישא, און משלב געווען דאס ענין פון קידושין ושמחת נישואין מיט חברה קדישא, און מסיים געווען בברכות לרוב פאר אלע חברה קדישא בברכת ובלע המות לנצח בביאת גואל צדק בב"א.

דערנאך האט מען זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט, פאר ברכת המזון האט אויפגעטרעטן בדברי בדחנות הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן הי"ו.

ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו משמש קהלתינו הק' וומסב''ג ומראשי חברה קדישא, ברכות ראשונות: הגה"צ רבי יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א אבד''ק ראשית חכמה מאנטריאל, ברכה אחריתא: הרה"ח ר' יוסף ווייס הי"ו מראשי חברה קדישא. מען האט געענדיגט ארום 10:55.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 בביתו נאוה קודש.

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

Tuesday19 Menachem Av 57828/16/2022

Report
מאנטאג פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א - שמחת החתונה פון נכד רבינו החתן הרב אשר אנטשיל אשכנזי שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, חדב"ן, מיט הכלה בת הגה"צ ר' חיים מאיר ארנסטר שליט"א אב"ד וויזניץ מאנטשעסטער בן הגה"צ ר' מנחם שליט"א ראש ישיבת וויזניץ בני ברק וחתן כ"ק אדמו"ר זידיטשויב שיקאגא שליט"א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד לר' מרדכי יודא פאלקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל ברמ"י ווערטהיימער הי"ו.
ב"ר יואל ברמ"ח ווייס הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכען תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

קול רנה וישועה באהלי צדיקים

ארום 5:30 איז רבינו שליט"א אריין געקומען אין ביהמ"ד הגדול ווי דער גאנצער ציבור זקנים עם נערים איז אריבער אין א שורה להתברך ביום החופה.

תיכף דערנאך אום 5:50 איז פארגעקומען דער מעמד קבלת פנים בהיכל ביהמ''ד הגדול, מען האט געזונגען ניגוני התעוררות, מיט חרוזים ודברי כיבושין האט אויפגעטרעטן הר"ר שמואל קרויס שליט"א. דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות און דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן, די געהויבענע מחותנים און זיידעס, דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש לעורר זכות אבות ביום החופה כנהוג.
ביים קבלת פנים האט זיך אויך משתתף געווען כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א.

רבינו שליט"א האט מסדר געווען די כתובה, און דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון קרן ויואל משה. איידערן באדעקן האט דער רבי געהייסן רופן צו הערן דער מצב ביי ר' יושע צבי בן שרל ובנו הבה"ח ברוך בענדיט בן חנה גיטל לרפו"ש, וועלכע זענען פון די געשעדיגטע אינעם טעראר אטאקע דעם פארגאנגענעם מוצש"ק בארה"ק.

דערנאך איז פארגעקומען דער מעמד החופה פארענט פונעם ביהמ"ד הגדול, מיט סידור קידושין האט רבינו שליט''א מכבד געוועהן דעם שוואגער דער זיידע פון די כלה הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א מארה"ק.
ביי די חופה האט זיך משתתף געווען דער שוואגער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
קריאת הכתובה: הרה"צ ר' ישכר דוב אייכענשטיין שליט"א מזידיטשוב באלטימאר - א פעטער פון די כלה, ברכות ראשונות: כ"ק אדמו"ר מאלעסק שליט"א - א פעטער פונעם חתן, ברכה אחריתא: הגה"צ אב"ד קהלתינו ב"פ 15 שליט"א.

עדי קידושין: הגה"צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א און הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א.
עדי יחוד: הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א און הר"ר פנחס אלימלך גליק הי"ו.

נאך די חופה האט דער רבי געוואונטשן ברכות קדשו לכל הקהל הקודש און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידע'ס און און מחותנים.

נאך די חופה אים 7:45 האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה אין חדר אהרן צבי בביהמ"ד הגדול.
ובכן צדיקים יראו וישמחו

ארום 8:15 איז רבינו שליט''א ערשינען צו די סעודת החתונה, דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודת החתונה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור.

נאך עטליכע מינוט איז דער חתן אריינגעקומען, דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן און מכבד געווען די זיידעס און מחותנים צו טאנצן. און דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט''א.

ביי די סעודת החתונה האבן זיך צווישן אנדערע אויך משתתף געווען כ"ק האדמורי"ם מוויזניץ מאנסי און וויזניץ וומסב"ג שליט"א, און דער רבי האט מכבד געווען צו טאנצן מיטן חתן און דערנאך אויך אליינס מיט געטאנצן במחול לצדיקים.
בערך אים 9:45 האט דער רבי פארלאזט דעם ביהמ"ד און איז אהיים לביתו נאוה קודש אויף א קורצע הפסקה, ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב.
אזוי אויך איז אריין בקודש פנימה הגה"צ ר' ישכר דוב אייכענשטיין שליט"א אב"ד זידיטשויב באלטימאר בן כ"ק אדמו"ר מזדיטשוב שיקאגאו שליט"א וחתן הגה''צ אב''ד ראשית חכמה מאנטריאל שליט''א אינאיינעם מיט בנו החתן מקבל זיין ברכות קדשו און איינלאדענען רבינו שליט"א צום שמחת החתונה וועלכע קומט פאר דעם קומענדיגן מיטוואך אין ביהמ''ד הגדול שיכון סקווירא, מיט הכלה נכדת כ"ק האדמורי''ם מסקווירא און וויזניץ מאנסי שליט"א.

ארום 11:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו ברכהמ''ז און מצוה טאנץ. מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' ברוך שטערנבוך שליט"א אב"ד וויזניץ בראכפעלד, ברכות ראשונות: הגה''צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א, ברכה אחריתא: הגה"צ ר' יצחק אייזיק שנעהבאלג שליט"א אב"ד מ'קאלייעוו.

נאכן בענטשן האט דער בדחנא דמלכא הרב מרדכי דוד עסטרייכער הי''ו מייסטערהאפטיג אויסגערופן רבינו שליט''א צום מצוה טאנץ און מען האט ממשיך געווען בניגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן, מחותנים און די זיידעס און פארן גאנצן ציבור און דערנאך אפגעראכטן די געהויבענע ריקודין של מצוה לפני הכלה ברשפי אש קודש פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט מען פאר עטליכע מינוטן געזינגען ניגוני התעוררות בשעת רבינו שליט"א שטייט אויפן פלאץ און איז מעורר דעם גאנצן ציבור, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן, מיט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט''א ובני משפחתו, און מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה''ק בעל ברך משה זי"ע.

דערנאך האט מען אויסגערופען צו מצוה טאנץ דעם זיידן הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א, די פעטערס בני וחתני כ"ק אדמו"ר זידיטשויב שיקאגא שליט"א, דער אבי החתן שליט''א און דער אבי הכלה הגה''צ אב''ד וויזניץ מאנטשעסטער שליט''א. דערנאך האט דער בדחן געזאגט דברי בדחנות און אויסגערופן דעם חתן, מען האט געטאנצן אשת חיל. אויפ'ן וועג ארויס האט דער רבי געוואונטשן מזל טוב פאר די כלה. מען האט געענדיגט ארום 2:15.

ויהי''ר שמשמחה זו ישפע שפע רב לנו ולכל ישראל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Monday18 Menachem Av 57828/15/2022

Report
זונטאג פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד לר' דוד שמואל ברמ"י גאלדבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל, און לבן הנולד לר' ישי שטיין הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
בהר"ר דניאל דוד שטיינבערג שליט''א.
ב"ר יואל פנחס זיכערמאן הי"ו.
ב"ר אליעזר דוד איצקאוויטש הי"ו.
ב"ר יעקב צבי טייטלבוים הי"ו.
ב"ר יואל משה פריעדמאן הי"ו.
ב"ר שלמה ברוך יודא טייטלבוים הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

דערנאך ארום 12:00 איז רבינו שליט''א ארויף צום ציון רבותינו הקדושים לרגל די שמחת החתונה פון נכדו וואס קומט פאר היינט מאנטאג אין ביהמ"ד הגדול אין קר"י, ביים אנקומען אין ביה"ח האט דער רבי געמאכט די ברכה און דערנאך אריין אין אוהל הק' און אנגעצינדן 5 ליכט ביי די ציונים הק' און ביי קבר אמו הרבנית ע''ה. דער רבי געזאגט די תפילה פונעם ישמח משה זי"ע און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג, און געזאגט קדיש, נאך קדיש האט דער רבי געליינט קוויטלעך פאר א לענגערע צייט בשעת מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה. מען האט געענדיגט ארום 1:00.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענגע מחותנים.
ר' ליפא שפילמאן הי"ו - הר"ר חיים יעקב הערשקאוויטש שליט''א, באולם כינור דוד.
ר' יונתן בנימין וויינגארטן הי"ו הי''ו - ר' אלכסנדר נחום גאטליעב הי"ו, באולם ן בית רחל פאראדייס.

ארום 8:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. אינאיינעם מיט די בחורים תלמידי ישיבה קטנה סניף אהבת התורה וומסב''ג, בהנהלת הרה''ג ר' משה שמואל ראטענבערג שליט"א, די כיתה פון נכד רבינו הרה"ג ר' יואל אשכנזי שליט"א.

נאכן דאווענען זענען די בחורים און מגי"ש אריין אל הקו"פ, ווי רבינו שליט''א האט זיי פארהערט גאנץ הלכות ברכת הפירות, און די בחורים האבן אויך געפרעגט פון רבי'ן עטליכע שאלות ומנהגים אין די מקצוע פון ברכת הפירות וויזוי מ'האט זיך געפירט, ס'האט זיך פארמירט א שיינעם שמועס אין די ענינים. רבינו שליט"א האט געזאגט קורצע דברי הדרכה וברכה פאר די בחורים, און דערנאך זענען די בחורים אריבער נעמען ברכת הקודש און דער רבי האט געגעבן פאר יעדן א מתנה ספרו לב אהרן - דברים.

דערנאך זענען אריין תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה סניף מאנסי בהנהלת הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לקראת די נסיעה מארגן מאנטאג למקומות הקדושים קיין אייראפע, דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטי הנסיעה און משמיע געווען דברי הדרכה וברכות קדשו, און פארטיילט שליח מצוה געלט פאר אלע בחורים, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו פארן מנהל און פאר די בחורים.

דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 12:45 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענגע מחותנים.
ר' שמשון גפן הי"ו - ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו.
ר' ראובן אריאל מאואס הי"ו - ר' יואל סאאל הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה"צ ר' יעקב יוסף האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, מקבל זיין ברכות קדשו און איינלאדענען רבינו שליט"א צו די שמחת החתונה פון בתו הכלה וועלכע קומט פאר דעם מיטוואך אויפדערנאכט, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Sunday17 Menachem Av 57828/14/2022

Report
שב"ק פרשת ואתחנן - נחמו, שבת עלי' לתורה פון נכד רבינו החתן הרב אשר אנטשיל אשכנזי בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

ערש''ק נאכמיטאג פארן זמן הדלקה''נ איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א און אנגעטוהן דעם שטריימל פארן אייניקל החתן הרב אשר אנטשיל אשכנזי שליט''א.
אזוי אויך האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר די חתנים.
החתן אברהם עביר ב''ר יודא הערש שווארץ הי''ו.
החתן אביעזר מרדכי ב''ר יואל שווארץ הי''ו.

פון דארט איז רבינו שליט''א ארויס מיטן חתן בשושבינון אויפן וועג צום ביהמ"ד און מען האט באגלייט בשירה וזמרה. ארום 8:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד אבני צדק, מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: נכד רבינו הרב מנחם שלמה אשכנזי שליט''א (מאנטיסעלאו), מ'האט געענדיגט דאווענען ארום 10:00. דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 10:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בביהמ''ד אבני צדק אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא ובני המשפחה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה.

אשת חיל: נכד רבינו החתן הרב אשר אנטשיל אשכנזי, הגבהת הכוס לקידוש: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הגה''צ רבי משה טייטלבוים שליט''א דומ"ץ קהלתינו ירושלים, מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' משה טייטלבוים שליט''א מו''ץ ביהמ"ד בית שמואל בנימין.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "ואתחנן אל ה' בעת ההוא לאמר" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו עשה לפני הדיבור דוחה לא תעשה לאחר הדיבור.

קה אכסוף: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט''א רב דביהמ''ד דברי חיים, ברכהמ"ז: דער מחותן הגה''צ אב''ד וויזניץ מאנטשעסטער שליט''א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה"ק רבי סענדר'ל מקאמארנא זצוק"ל, וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג כ''א אב. רבינו שליט''א האט מכבד געווען הרה''צ ר' יעקב שמעון ארנסטר שליט''א (ירושלים), קה רבון עלם: הרב ברוך ארנסטר שליט''א (ב''פ).

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, און עס איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ב''ר ברוך מרדכי אקערמאן הי''ו, אז ביום השביעי: הרב שלמה הערש ראזענפעלד הי''ו (וומסב''ג), און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה ביז ארום 1:40, און דאן האט רבינו שליט''א אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול ארום 9:40. פסוקי דזמרה: נכד רבינו הרב ליפא אשכנזי שליט''א (ב"פ), צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' אייזיק הערש שפילמאן הי''ו, פסוקי שמע ישראל: הרה''צ ר' יעקב שמעון ארנסטר שליט''א.

עליות. כהן: בעל שמחה ר' מאיר זלמן כהן הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט. לוי: הרה''ח ר' שלמה ברא''ח ווערצבערגער הי''ו. שלישי: נכד רבינו החתן הרב אשר אנטשיל אשכנזי שליט''א, מ'האט געזינגען נגוני שמחה לכבוד'ן אויפרוף. רביעי: הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א. חמישי: דער מחותן הגה''צ אב''ד וויזניץ מאנטשעסטער שליט''א. שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה.
ר' דוד דוב וויינבערגער הי''ו
ר' חיים אלעזר שווארץ הי''ו.
ר' חיים הערש מיטעלמאן הי''ו (וומסב''ג).
ר' אליעזר מאיר סאמעט הי''ו.

שביעי: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א. הוספה: החתן ב''ר יונתן בנימין וויינגארטן הי''ו - באווארפן, אחרון: החתן ב''ר ליפא שפילמאן הי''ו - באווארפן, מפטיר: הגה''צ דומ"ץ קהלתינו ירושלים שליט''א. הגבה: הרה''ג ר' ארי' אשר שטעסל שליט''א. גלילה: הרה''ח ר' מרדכי גימפאל וויינגארטן הי''ו (וומסב''ג).

מוסף: הגה''צ אב''ד וויזניץ מאנטשעסטער שליט''א. פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' שלום יוסף גאטליעב הי''ו (וומסב''ג).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הקידושא רבה בחדרי הפאליש בביהמ''ד הגדול, דער רבי האט קידוש געמאכט און געוואונטשן פארן חתן מחותנים און פארן גאנצן ציבור, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און עס האט אויפגעטרעטן חדב''ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דברי תורה לרגל די שמחה, מען האט געענדיגט ארום 1:00.
די מיטאג טיש האט רבינו שליט''א געפירט מיט די בני המשפחה אינעם זאל שע''י ביתו נאווה קודש. מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען: ברוך ה': הרב דוד טייטלבוים שליט''א בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א. ברוך קל עליון: הרב יואל טייטלבוים שליט''א בן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'נחמו נחמו עמי יאמר אלוקיכם' יאמר איז אותיות מאיר און געטיישטש בדרך דרוש אז ר' מאיר לשיטתו וואס האלט אז מען קען מקדש זיין במלוה איז חל די קידושין אויף אידישע קינדער דורך יציאת מצרים, ברכהמ''ז: החתן הרב אשר אנטשיל אשכנזי שליט''א.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:30. מנחה: הר''ר יואל בר''ע הירש הי''ו, הוצאה והכנסה: הרב יצחק טווערסקי שליט''א (ירושלים). כהן: הרה''ח ר' שלמה בר''י כ''ץ הי''ו, לוי: הרה''ח ר' שמואל בערגער הי''ו (וומסב''ג). שלישי: הגה''צ ר' מרדכי בצלאל קליין שליט''א רב ודומ''ץ סאטמאר לעיקוואד. הגבה: רבינו שליט"א. גלילה: הרה''ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי''ו (וומסב''ג).

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' יצחק פרענקל הי"ו (מאנטריאל).

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק 'נחמו נחמו עמי יאמר אלוקיכם' אין געטיישטש, וואס איז די נחמה פאר אידישע קינדער נאכן זיין אינעם לאנגן גלות שוין באלד 2 טויזענט יאר, די נחמה איז אז דאס וואס די אידישע קינדער זענען געבליבן מיט די ריינע אמונה אפילו אין אלע שווערע צובראכענע זמנים, און אין דעם זכות וועט מען אויסגעלייזט ווערן און זוכה זיין צו די גרויסע השגות און אורות וואס וועלן אראפקומען דורכן מנחם ציון בונה ירושלים.

ידיד נפש: הרה''ח ר' נפתלי לעבאוויטש הי''ו. קל מסתתר: הרה''ח ר' שמעון עוזר מיטעלמאן הי''ו (וומסב''ג). פארן בענטשן האט מען ממשיך געווען מיט ניגונים לכבוד די שמחה. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצ"ש: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 10:55.

מוצש''ק ארום 12:00 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט אריינגעגעבן דורך די תושבי שכונת בראדוועי עסטעיט אין מאנטיסעלאו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין פארשידענע געגענטער איבער די קעטסקילס, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Friday15 Menachem Av 57828/12/2022

Report
פרייטאג ואתחנן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
נכד רביה"ק זי"ע בן הגה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט''א רב קהלתינו הק' בלומינגראוו.
ב''ר יוסף יפה הי"ו.
ב''ר יעקב יחזקי' גאנדל הי"ו.

נאכן דאווענען זענען די בחורים אריבער שלום נעמען. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די מיטאג שעות איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א מסיבת לחיים לרגל קישור החיתון פון די מחותנים הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו און הרה"ח ר' ארי' לייבוש טייטלבוים הי"ו.

נאכן טרינקן לחיים האט דער רבי געוואונטשן מזל טוב ברכות לרוב פאר חתן וכלה און פאר די חשובע מחותנים, זיידע'ס און אלע קרובי המשפחה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת ואתחנן 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
התאומים בני ר' אברהם שמואל שווארץ הי"ו.
ב"ר יעקב יחזקי' ווייס הי"ו.

ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' אלעזר וויינשטיין הי"ו (מאנסי) - ר' אברהם עמרם מארקאוויטש הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

ארום 8:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 12:50 אויפדערנאכט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א וועלכע וויילט אין די יעצטיגע וואכן אויף אפרוה אין קרית יואל, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער'ן נס הצלה פון סקולענער רבי זצ"ל.
האדמו''ר מסקולען האט געבעטן רשות פון רבינו שליט''א צו פארבלייבן אויף שבת און פראווען באתרא דמר אין קר''י, און דערביי געלאדענט רבינו שליט"א צו באשיינען די יערליכע סקולענע סעודת הודאה וועלכע קומט פאר דעם מוצ"ש אינעם בית רחל אודיטוריום בקר''י.
רבינו שליט''א האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, און דערנאך ארויסבאגלייט ביזן גאס.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאווה קודש פון די פאלגענגע מחותנים.
ר' בנציון קליין הי"ו - ר' אברהם שמואל פארקאש הי"ו.
ר' יואל ברש"ח מענדלאוויטש הי"ו - ר' יואל בר"ש רובינשטיין הי"ו.

ארום 12:50 האט רבינו שליט''א געדאווענעט מעריב בביתו נאוה קודש, און נאך מעריב האט זיך פארמירט א שמועס איבער די גרויסקייט פון חמשה עשר באב און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז כידוע איז דער טאג מסוגל פאר שידוכים, און האט דערביי ווארעם אנגעווינטשן פאר די אנוועזענדע בחורים זיווגים הגונים במהרה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך ואתחנן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:45. בעל תפילה: הרה"צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א אב''ד חמעלניק מאנסי. נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זיך געזעגענען פון רבינו שליט"א, דער רבי האט זיך באדאנקט פארן געטרייען משמש פונעם ביהמ"ד הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו, דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט.

ארום 3:10 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אין בעטלעהעם ניו העמפשיר אויפן וועג צום נאנטן מאונט וואשינגטאן רידזשענעל עירפארט ווי דער רבי האט זיך געהויבן אום 3:40 מיט א פריוואטן פליגער אויפן וועג אהיים נאכן וויילן די לעצטע פיר וואכן אויף מנוחת הנפש.

ארום 4:30 האט די פליגער געלאנדעט אינעם קינגסטאן אולסטער עירפארט, ווי דער רבי איז געפארן קיין פליישמאנס אויף א באזוך ביי די קעמפ'ס פון ישיבתינו הקדושות פון בארא פארק.

ביים אנקומען ארום 5:30 איז דער רבי צום ערשט אריבער אויף א באזוך ביי כ''ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א וועלכע האלט זיך דארט אויף אין די זומער וואכן, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בתורה וחסידות, האדמו"ר מספינקא שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט פירות און לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

פון דארט איז דער רבי אריבער צו די תלמוד תורה פון די מחנה, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט משמיע געווען קורצע דברות קודש וברכה פאר די קינדער.

דערנאך איז דער רבי אריין בהיכל הביהמ''ד פון ישיבתינו הק' ישיבה גדולה ויואל משה ווי עס איז פארגעקומען דער מעמד חנוכת הבית פאר די נייע פראכטפולע ביהמ''ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן דער ראש ישיבה הגה"צ רבי חיים יעקב רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב, וועלכע האט ווארעם באגריסט רבינו שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן ראש ישיבה, מגידי שיעור און פאר אלע בחורים, און משמיע געווען לענגערע דברות קודש והדרכה.

דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי הגה''צ אב''ד ציעשנוב שליט"א עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס, עובדות וסיפורים פון הרה''ק בעל דברי חיים זי"ע און איבער די קשר פונעם קדושת יו"ט זי"ע מיטן צאנזער רב זי"ע, ציעשנובער רב שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי ישיבתינו הק' ישיבה קטנה סניף ויואל משה בהנהלת הרה''ג ר' יצחק אהרן גרין שליט"א, די בחורים האבן געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פאר די רמ''י הישיבה און אלע בחורים, און משמיע געווען דברות קודש והדרכה פאר די בחורים.

נאכן לחיים האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ביהמ"ד ווי עס האבן אויך מיטגעדאווענט די תלמידי ישיבה גדולה.

עטליכע מינוט נאך מנחה איז דער רבי צוריק אריין אין ביהמ"ד ווי די בחורים זענען געזעצן און געלערענט, דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די בחורים פאר א לענגערע צייט מיט א שטארקע קורת רוח און זיך מפלפל געווען מיט די בחורים אין די לימודים.

ארום 9:00 האט דער רבי פארלאזט פליישמאנס אויפן וועג לביתו נאוה קודש אין קרית יואל, ווי דער רבי איז אנגעקומען ארום 10:15, עס האבן אפגעווארט און שלום גענומען תלמידי הישיבה און אנשי שלומינו, ארום 10:30 האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה


▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
Report
דינסטאג ואתחנן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:50.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יוחנן שור הי"ו (ב"פ). נאכן דאווענען זענען די געסט אריבער זיך געזעגענען, און דער רבי האט אהיים שפאצירט.

אין די פארמיטאג שעה'ן האבן זיך געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א אויף דיטאראסע בחצר ביתו נאוה קודש, א קבוצה בחורים ממציוני ישיבה קטנה סניף רב טוב בקר''י בהנהלת הרה''ג ר' וואלף לאנדא שליט"א, אויף שו"ע יורה דעה ח"א, דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט מיט א שטארקע קורת רוח און דערנאך מאציל געווען מברכות קדשו.

רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 8:50. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אין ביהמ"ד. און ביים זמן ר"ת ארום 9:15 געדאווענט מעריב. נאך מעריב האט דער רבי אהיים שפאצירט
נאך מעריב זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש א קבוצה תלמידי ישיבת מתיבתא פון לעיקוואד, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און משמיע געווען קורצע דברי הדרכה פאר די בחורים.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת ואתחנן 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:50.
בעל תפילה: הב' בהר"ר חיים בנימין כהנא שליט''א (קר"י).
עליות: כהן: ר' יעקב בר"י פריעדמאן הי"ו (קר''י), לוי: ר' שלמה היימליך הי"ו (קר''י), שלישי: רבינו שליט"א, הגבה: הב' ב"ר אברהם שמואל פריעדלענדער הי"ו (קר''י), גלילה: הב' ב"ר אברהם יושע גפן הי"ו (קר''י).

נאכן דאווענען זענען די געסט זיך אריבער געזעגענען, און ס'איז געווען די חאלאקע לבן ר' דוד ווייס הי"ו (קר''י), דער רבי האט אפגעשוירן די האר און אנגעטוהן די ציצית און קאפל, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און דערנאך אהיים שפאצירט.

רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 8:45. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אין ביהמ"ד. און ביים זמן ר"ת ארום 9:15 געדאווענט מעריב. נאך מעריב האט דער רבי אהיים שפאצירט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Monday11 Menachem Av 57828/8/2022

Report
צום התשעה באב בצל הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר

מצוש''ק ליל תשעה באב ארום 10:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת מעריב אינעם זאל פונעם דערנעבענדיגן טשענדלעיר האטעל.
בעל תפילה: ר' אהרן הערש וועבער הי"ו (וומסב''ג). נאך מעריב האט דער רבי געמאכט ברכת בורא מאורי האש.

בכו תבכה בלילה
נאך מעריב האט רבינו שליט''א געזאגט מגילת איכה וקינות לליל תשעה באב און מקונן געווען על חורבן ביהמ''ק בבכיות עצומות, עס האט פארגעזאגט הר"ר שמואל קרויס שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:00.

זונטאג תשעה באב אינדערפרי ארום 9:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם זאל פונעם האטעל, ביי די ברכות האט דער רבי אויך געמאכט די ברכה פון שעשה לי כל צרכי. בעל תפלה: הרה"ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש הי"ו.

עליות. כהן: ר' יעקב בר"י פריעדמאן הי"ו (קר"י), לוי: ר' משה ארי' פריעדמאן הי"ו (קר"י), שלישי - מפטיר: רבינו שליט''א, הגבה: נכד רבינו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א, גלילה: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די ברכות און די הפטרה א לענגערע צייט בדמעות שליש.

נאכן ליינען האט דער רבי געזאגט די קינות ליום תשעה באב בבכי ומספד, עס האט פארגעזאגט הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו, משב"ק. נאך די קינות האט מען געענדיגט אשרי ובא לציון, און עלינו. מען האט געענדיגט ארום 1:00.

ביים ארויסגיין האט זיך דער רבי באדאנקט פארן די נישט אידישע בעלי בתים פונעם האטעל פארן געבן רשות צו ניצן דעם זאל פאר די תפילות.

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מנחה ארום 6:45. דער רבי האט געלייגט טלית ותפילין אין ביהמ"ד, געזאגט די ד' פרשיות, ווי דער רבי האט גענומען די ציצית ביי קר"ש, און דערנאך משלים געווען דעם שיר של יום און קוה. בעל תפלה: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים.

עליות. כהן: הרה"ח ר' חיים שאול קאהן הי"ו (קר"י), לוי: הרה"ח ר' הערשל לעווי הי"ו (קר''י), שלישי - מפטיר: רבינו שליט''א, הגבה: הרה"ח ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער הי"ו (קר"י), גלילה: הרה"ח ר' ליפא מענדלאוויטש הי"ו (קר"י).

נאך מנחה האט דער רבי געזאגט די פינף טעגליכע קאפיטלעך תהילים, און דערנאך אנגעטון תפילין דר"ת. מען האט געענדיגט ארום 7:45.

נאך מנחה האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס ווי מען האט ארומגערעדט איבער דעם מנהג צו מען זאגט ברכת כהנים תשעה באב ביי מנחה, און דערנאך האט דער רבי פארציילט די בלוטיגע היסטאריע פון די קרייצצוגלער און איבער פארשידענע קינות וועלכע זענען געמאכט געווארן נאך פארשידענע צרות, דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מעריב ארום 9:20. בעל תפלה: ר' אהרן הערש וועבער הי"ו.

נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה און אויסגעפאסט, און מען האט געזינגען ניגוני נחמה וגאולה. דערנאך האט זיך דער רבי אנגעטון די שיך.

פון דארט איז דער רבי ארויס פארענט פון ביהמ"ד און אראפשפאצירט די גאס פאר עטליכע מינוט ווי דער רבי האט מחדש געווען די לבנה בשמחה של מצוה, און דערנאך צוריק אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

יהי"ר שיבנה ביהמ''ק בהמהרה בימינו, והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב"ק פרשת דברים שבת חזון 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, במקום הנופש בעטלעהעם, ניו העמפשיר.

די וואך האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן דעם שב''ק בצל הקודש תלמידי המתיבתא סניף 'ברך משה', אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה 'עסק התורה' סניף מאנסי.

ערש''ק נאכמיטאג אויפן וועג גייענדיג צום מקוה האבן שלום גענימען תלמידי ישיבה גדולה 'עסק התורה' אינאיינעם מיט'ן מנהל הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט''א.

נאך די מקוה האבן די פאלגענדע בחורים תלמידי הישיבה איבערגעגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט בהיכל המתיבתא:
הב' אהרן ב"ר זלמן לייב פילאפף הי''ו.
הב' ליפא ב"ר חיים עזריאל פריעד הי''ו.
הב' ליפא ב"ר יואל קויפמאן הי''ו.
הב' ישעי' מאיר ב"ר יואל בלייך הי''ו.
הב' יוסף זונדל בהר"ר דוד הירש שליט''א.
הב' וואלף ב"ר יואל שטיין הי''ו.
הב' משה עמרם ב"ר יצחק מיכאל גראד הי''ו.
הב' אליעזר יו"ט בהר"ר אשר אנטשיל גרובער שליט''א.

פרייטאג צונאכטס ארום 8:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, ביי חזרת הש''ץ האט דער רבי מאריך געווען בבכיות ובפרט ביי די ברכות פון גאולתן של ישראל. קבלת שבת: הרה''ג ר' שמואל קרויס שליט''א ר''מ במתיבתא.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:10. דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן און שלום גענומען, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 10:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל הביהמ''ד מיט די תלמידי המתיבתא און פילצאליגע געסט אנ''ש, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבהת הכוס לקידוש: הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט''א מנהל ישיבה גדולה עסק התורה.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: נכד רבינו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט''א. מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' יואל מייזליש שליט''א (מאנסי) בן הגה''צ אב''ד ווייטצען שליט''א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק ''אלה הדברים אשר דבר משה'' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון קנין פירות כקנין הגוף.

קה אכסוף: הרה''ג ר' חיים אלימלך יאקאב שליט''א ר''מ במתיבתא, ברכהמ"ז: הרה''ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט''א מנהל ישיבתינו סניף ברך משה.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה"ק החוזה מלובלין זיע''א, וואס די יארצייט איז געפאלן בו ביום שב"ק ט' אב. קה רבון עלם: הר''ר מרדכי הערש גאלדמאן הי''ו (מאנטריאל).

די פרישע חתנים זענען אדורך געגאנגן נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ח ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער הי''ו (קר''י). מען האט געענדיגט ארום 1:55.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום דאווענען אים 9:40. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' יונה צבי האפמאן הי''ו (קר''י), צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' אהרן מתתי' פריעדלענדער הי''ו (מאנטריאל), פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט''א, בעל קורא: משב''ק הרה''ח ר' יהושע מענדלאוויטש הי''ו.

עליות. כהן: הרב יצחק אייזיק כהנא הי"ו (קר"י), לוי: הב' ב''ר הערשל לעווי הי"ו (קר''י), שלישי: הרה''ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש הי''ו (קר''י) רביעי: הבה''ח ב''ר יואל ווייסמאן הי''ו (וומסב''ג), חמישי: הרה''ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א, שישי: רבינו שליט''א.

דעם רבינ'ס עליה איז געקויפט געווארן דורך הרה''ח ר' הערשל לעווי הי''ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
אזוי אויך האט רבינו שליט''א געהייסן מאכן א מי שברך ליולדות פאר נכדו הרב נחמן כהנא שליט''א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.

שביעי: הרה''ח ר' יעקב פריעד הי''ו (קר''י), הוספות: הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א, הרה"ח ר' זלמן לייב בראך הי"ו (קר"י), הרה"ח ר' יעקב לאנדא הי"ו (ב"פ), הרה"ח ר' אברהם מרדכי גראס הי"ו (וומסב''ג), הבה"ח ב"ר יעקב לאנדא הי"ו, הר"ר מרדכי הערש גאלדמאן הי"ו, ר' אלטר ברוך גפן הי"ו (וומסב''ג), אחרון: הרה"ח ר' אהרן שווארטץ הי"ו (קר"י), מפטיר: הב' ב"ר הערשל לעווי הי''ו, הגבה: ר' יצחק לעווי הי"ו (קר"י), גלילה: הב' ב"ר יואל חיים לעבאוויטש הי"ו (קר"י).

מוסף: הרה''ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט''א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה''ח ר' משה יואל שפירא הי''ו (מאנטריאל). מען האט געענדיגט 12:45.
ארום 2:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו די זמירות ביים מיטאג טיש, מען האט געזינגען נגוני שמחה לרגל די שמחת הקידושא רבה פון נכדת רבינו בת הנולד לנכדו הרב נחמן כהנא שליט''א.

מען האט מאריך געווען מיט נגוני אמונה, גלות וגאולה, בהתעוררות רב.

מען האט אריינגעברענגט קיגל און לחיים. מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען: ברוך ה': הרה"ח יוסף דוב ראזענפעלד הי''ו (קר''י), ברוך קל עליון: הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי''ו (קר''י).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק ומפני חטאינו גלינו מארצינו און ארום גערעדט בעניני חורבן ביהמ''ק.
ברכהמ''ז: הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט''א. מען האט געענדיגט 3:10.

עטליכע מינוט נאך דע סעודה איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, מנחה: הרה''ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אהרן שווארץ הי"ו (קר''י), כהן: הב' משה ב''ר אברהם שלמה כ''ץ הי''ו (לאנדאן), לוי: הב' ב''ר הערש יוסף לעווי הי''ו (קר''י), שלישי: הב' בן הר''ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט''א (קר''י), הגבה: רבינו שליט"א, - עס איז געקויפט געווארן דורך ר' אברהם מרדכי גראס הי''ו (וומסב''ג) - גלילה: הב' ב''ר אברהם מרדכי גראס הי''ו.

רעוא דרעווין

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו די זמירות פון רעווא דרעווין ארום 7:50. דער רבי האט געגעסן א כזית חלה און געוואונטשן לחיים.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' יעקב פריעד הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' אברהם מרדכי גראס הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט''א געשטעלט אויפן פסוק אויפן פסוק 'גלתה יהודה מעוני' און געטייטשט אז אויב איז מען נישט נזהר בעניני קדושה פארלירט מען די צלם אלוקים ווערן נישט די תפילות נתקבל, און טאקע פארדעם אפילו די אידן האבן מתפלל געווען בציבור איז געקומען דער חורבן ווייל די תפילות זענען נישט נתקבל געווארן, דערנאך האט רבינו שליט''א מאריך געווען בבכיות 'כל דור שלא נבנה בימיו כאילו נחרב בימיו', דער חתם סופר זי"ע זאגט כשאתם זוכים אתם מונים לבנינה ואם אי אתם זוכים אתם מונים לחורבנה, ''מען שטייט שוין 1954 יאר נאכן חורבן ביהמ"ק ועדיין לא נושענו'', און דאס איז וויבאלד מען איז מוסיף חטא על פשע און מען טוט נישט תשובה אויף די חטאים, דער רבי האט צוגעענדיגט מיט די ווערטער פונעם רבין פון לובלין זי"ע 'ווען משיח וועט קומען וועט תשעה באב זיין א יו"ט און מען וועט זאגן ותתן לנו ה' אלוקינו את יום התשעה באב הזה' און געווינטשן מען זאל שוין זוכה זיין צו דעם במהרה, ויה"ר שהימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה.

ידיד נפש: הר''ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט''א (קר''י). קל מסתתר: הרה''ח ר' יעקב לאנדא הי''ו.

פארן בענטשן האט מען ממשיך געווען מיט נגוני גלות וגאולה, דערנאך האט דער רבי שליט''א געבענטשט אויפן כוס. מען האט געענדיגט ארום 9:10 און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Friday8 Menachem Av 57828/5/2022

Report
זמנים לשבת חזון ותשעה באב בצל הקודש בעיר הנופש בעטלעהעם, ניו העמפשיר

זמן הדלקה"נ: 7:51.
מנחה וקבלת שבת: 8:30.
עריכת שלה"ט בליל שב''ק: ארום 15 מינוט נאכן גוט שבת זאגן.
סוף זמן קרי"ש: 8:39.
שחרית: 9:30.
דער רבי וועט אריינקומען צו די זמירות ודברי תורה ביי די סעודה ביום שב''ק אין ביהמ"ד ארום איינס און א האלב שעה נאכן דאווענען, מנחה תיכף אחר ברכהמ''ז בערך בשעה 3:30.
זמירות לסעודת רעווא דרעווין: 7:45.
שקיעה: 8:05.
זמן מוצש''ק: 9:17.
מעריב וקינות (אינעם האטעל): 9:45.

תשעה באב
שחרית (אינעם האטעל): 9:30.
מנחה (בביהמ"ד): 6:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרייטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית ארום 8:50.
בעל תפילה: הב' שלמה זלמן ב"ר שמעון דוב פילאפף הי"ו (מאנסי).

נאכן דאווענען האבן די פילצאליגע געסט שלום גענומען, און דער רבי האט אהיים שפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער פארשידענע מנהגים פון תשעה באב שחל בשבת.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית ארום 8:45.
בעל תפילה: ר' יחיאל פעקעטע הי"ו (קר''י).
עליות: ראשון: הגה"צ ר' ברוך הורוויץ שליט"א דומ"ץ מעליץ, שני: הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' קר"י, שלישי: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' יצחק יוסף גראד הי"ו (וומסב''ג), גלילה: הבה"ח בנימין בן הרב אשר זעליג סאסמאן (לעיקוואד).
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט.

רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 8:50. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר"ת ארום 9:20 געדאווענט מעריב. נאך מעריב האט דער רבי אהיים שפאצירט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית ארום 8:50.
בעל תפילה: ר' אהרן הערש וועבער הי''ו. און נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט.

רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 8:55. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר"ת ארום 9:25 געדאווענט מעריב. נאך מעריב האט דער רבי אהיים שפאצירט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית ארום 8:45. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר ליפא דרעזדנער הי"ו (קר"י).
ב"ר קלמן אייזדארפער הי"ו (ב''פ).

פאר שחרית האט דער געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל''ק פונעם אר''י הקדוש זיע''א, בעל תפילה: הרה"ח ר' משה נח גאלדשטיין הי"ו (קר''י).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פאר די בר מצוה בחורים און פארן גאנצן ציבור, און ס'האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס איבער פארשידענע זכרונות פון די בראשית יארן אין אמעריקע, און דער רבי האט דערציילט עובדות וסיפורים ומנהגי קודש פונעם אר''י הקדוש זיע''א. דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט.

רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 8:50, פאר מנחה האט דער געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל''ק. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר"ת ארום 9:25 געדאווענט מעריב. נאך מעריב האט דער רבי אהיים שפאצירט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית ארום 8:45.
בעל תפילה: ר' אהרן הערש וועבער הי"ו (וומסב''ג).
עליות: ראשון: הגה"צ ר' ברוך הורוויץ שליט"א דומ"ץ מעליץ. שני: הרה"צ ר' ישראל שמעון מאיר לייפער שליט"א מטעמעשוואר קר"י. שלישי: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' שמואל גוטטמאן הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הב' ב"ר קלמן אייזדארפער הי"ו (ב"פ).
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט.

רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 8:55. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר"ת ארום 9:25 געדאווענט מעריב, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל''ק פונעם אר''י הקדוש זיע''א. נאך מעריב האט דער רבי אהיים שפאצירט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרשת דברים 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר

זונטאג


רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית ארום 9:00.
בעל תפילה: הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו (וומסב''ג). נאכן דאווענען האבן זיך די געסט געזעגענט. אויך האט הב' יצחק ב"ר יוסף מיטטעלמאן הי"ו (וומסב''ג) איבערגעגעבן פאר'ן רבין א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט בהיכל המתיבתא.
דערנאך האט דער רבי האט אהיים שפאצירט.

אין די פארמיטאג שעה'ן האט זיך געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א הב' ברוך בענדיט ב"ר יעקב גליק הי"ו (וומסב''ג), אויף קרוב צו טויזענט בלעטער גמרא.

רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 8:45. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר"ת ארום 9:25 געדאווענט מעריב. נאך מעריב האט דער רבי אהיים שפאצירט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Sunday3 Menachem Av 57827/31/2022

Report
שב"ק פרשת מטו''מ 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, במקום הנופש בעטלעהעם, ניו העמפשיר.

די וואך האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן דעם שב''ק בצל הקודש תלמידי המתיבתא 'סניף קדושת יואל'.

ערש''ק נאכמיטאג נאך די מקוה האבן די פאלגענדע בחורים תלמידי הישיבה איבערגעגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט בהיכל המתיבתא:
הרה''ג ר' משה יוסף אשכנזי שליט"א ר"מ בישיבה.
הב' ליפא ב"ר ברוך פרענקל הי''ו.
הב' שלום ב"ר פנחס פרענקל הי''ו.
הב' שלמה יעקב ב"ר מרדכי יחזקאל לעווי הי''ו.
הב' מענדל וואלף ב"ר יחזקאל מאקובעצקי הי''ו.
הב' נטע ב"ר יוסף עמרם מארקאוויטש הי''ו.
הב' זלמן ב"ר אנטשיל זאלדאן הי''ו.
הב' משה ב"ר זלמן לייב פילאפף הי''ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 8:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה''ג ר' דוד שלמה לאוב שליט''א (מאנסי) ר''מ במתיבתא.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:20. דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן און שלום גענומען, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל הביהמ''ד מיט די תלמידי המתיבתא און פילצאליגע געסט אנ''ש, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר''ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט''א (מאנסי), מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' יואל יצחק שטערן שליט''א ר''מ במתיבתא - מו''ץ, ודומ''ץ ביהמ''ד דינוב בקר''י.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויף די מסורה ''נחנו נעבר חלוצים'' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון 'אין עשה דוחה לא תעשה שבמקדש'.

קה אכסוף: הרה''ג ר' מענדל בר''מ פריעדמאן שליט''א ר''מ במתיבתא, ברכהמ"ז: הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט''א אב''ד צאנז קר''י ומנהל ישיבתינו סניף קדושת יואל.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פונעם אר''י הקדוש זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג ה' אב. קה רבון עלם: הרה''ח ר' אהרן הערש מיטטלמאן הי''ו (ב''פ).

די פרישע חתנים זענען אדורך געגאנגן נעמען פירות, אז ביום השביעי: הר''ר יוסף מאסרי הי''ו ר''מ במתיבתא. מען האט געענדיגט ארום 2:10.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום דאווענען אים 9:45. פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' יואל יצחק שטערן שליט''א, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו חזרת הש''ץ הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט''א.

הוצאה והכנסה: הב' ב''ר קלמן אייזדאפער הי''ו (ב''פ), פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' יוסף משה אונגאר הי''ו (מאנסי), בעל קורא: משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו.

עליות. כהן: הב' ב"ר יצחק פריעדמאן הי"ו (קר"י), לוי: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו, שלישי: הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א, רביעי: הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א, חמישי: הרה''ג ר' מענדל פריעדמאן שליט"א, שישי: רבינו שליט''א.

דעם רבינ'ס עליה איז געקויפט געווארן דורך הרה''ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי''ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.

שביעי: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א, הוספות: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי''ו (קר''י), הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי''ו (קר''י), הרה"ח ר' דוד יודא פריעדמאן הי''ו (קר''י), הרה"ח ר' קלמן אייזדארפער הי''ו (ב''פ), הרה"ח ר' יצחק עהרענפעלד הי''ו (קר''י) הרה"ח ר' משה אהרן שטיינבערג הי''ו (קר''י) הרה"ח ר' ישראל יעקב דייטש הי''ו (קר''י) החתן ב"ר יואל קרויס הי''ו (קר''י), החתן ישראל ב"ר חיים יעקב זופניק הי"ו (וומסב''ג), הרה''ח ר' משה מארקאוויטש הי''ו (קר"י), החתן ב"ר נתן יואל גרינפעלד הי''ו (לאנדאן), החתן ב"ר יעקב יצחק שטיינמעץ הי''ו (קר''י), ר' ישראל יעקב זילבערשטיין הי''ו (קר''י), הב' יצחק ב"ר יוסף מיטטעלמאן הי''ו (וומסב''ג), אחרון: הרה"ח ר' אייזיק ברוין הי"ו (סיגעיט), מפטיר: הב' הבר מצוה ב"ר קלמן אייזדארפער הי''ו, הגבה: הב' ב"ר יחזקאל משולם חיים אייזדארפער הי"ו (ב"פ), גלילה: הב' ב"ר נחום צבי פישביין הי"ו (ב"פ).

מוסף: הרה''ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט''א (וומסב''ג), פתיחה לאנעים זמירות: הרה''ג ר' שלמה סעקולא שליט''א (מאנסי) ר''מ במתיבתא. מען האט געענדיגט 1:25.
ארום 3:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו די זמירות ביים מיטאג טיש, מען האט אריינגעברענגט קיגל און לחיים, און מען האט געזינגען מערערע נגוני גלות וגאולה בשעת רבינו שליט''א האט מאריך געווען בבכיות.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען: ברוך ה': הרה"ח אליעזר ווייס הי''ו, ברוך קל עליון: הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי''ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויף די מסורה ''נחנו נעבור חלוצים'' און געטייטשט אז אידישע קינדער ווערן נישט בטל ברוב ווייל די אמונה שלימה איז א וודאי.
ברכהמ''ז: הרה''ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט''א. מען האט געענדיגט 3:45.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:45. מנחה: הר''ר אברהם לייב לאנדא שליט''א ר''מ במתיבתא, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ראובן גלאנץ הי"ו (קר''י), כהן: הרב יצחק אייזיק כהנא הי''ו, לוי: הב' ב''ר יודא הערש בערגער הי''ו (קר''י), שלישי: הרה''ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי''ו, הגבה: רבינו שליט"א, - עס איז געקויפט געווארן דורך ר' אברהם יוסף שאלאמאן הי''ו (וומסב''ג) - גלילה: הב' ב''ר יצחק יודל שאלאמאן הי''ו (ב''פ).

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' משה אהרן שטיינבערג הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט''א געשטעלט אויפן פסוק 'ויכתוב משה את מוצאיהם למסעיהם על פי ה', און געטייטשט אז מיט'ן כח פון שם הוי''ה די שם הרחמים איז מען זוכה אז הקב''ה שטראפט דורך געבן אסאך גוטס און אזוי מאכט מען זיך א חשבון הנפש, אבער אויב איז מען פוגם געווען בעניני קדושה איז מען פוגם אינעם שם הוי''ה, און טאקע וועגן דעם איז געקומען דער חורבן, אויף דעם דארף מען זיך מקבל זיין צו מוסיף זיין א שמורה וועט מען זוכה זיין צו בנין ביהמ''ק.

ידיד נפש: הר''ר יוסף טייטלבוים שליט''א (וומסב''ג). קל מסתתר: הרה''ח ר' שמואל עקשטיין הי''ו (קר''י).

פארן בענטשן האט מען געזינגען דעם אידישע פיוט אויף איזהו מקומן, דערנאך האט דער רבי שליט''א געבענטשט אויפן כוס, הגבהת הכוס: הגה''צ ר' ברוך הורוויץ שליט''א דומ''ץ מעליץ.

מעריב מוצ"ש: ר' אהרן הערש וועבער הי''ו (וומסב''ג), נאך הבדלה איז מען אריבערגעגאנגן זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט 11:20.

דערנאך האבן עטליכע בחורים תלמידי הישיבה איבערגעגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט בהיכל המתיבתא, צווישן זיי.
הב' יוסף זונדל ב''ר אהרן זאב גלויבער הי''ו.
הב' משה אריה ב''ר שלמה זלמן ברוין הי''ו.
הב' יצחק ב"ר יואל שרייבער הי''ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days