נאך לאנגע וואכן פון אחריות'דיגע אסיפות לטובת הציבור והיחיד, ווי נאר עס איז באשלאסן געווארן אז לרגל דעם געשאפענעם מצב וועט נישט פארקומען די צענטראלע סעודת הודאה און דינער השנתי לטובת מוסדותינו הקדושים, איז באשלאסן געווארן ארויסצוקומען צום ציבור מיט א מעכטיגן ערשטמאליגן "צוויי טאג בליץ קאמפיין", וואס וועט ארייננעמען דעם גאנצן ציבור אנשי שלומינו, הורי תלמידי המוסדות, נדיבים בעם, אין לויף פון די ימי הצלה פון רבינו הק' זי"ע, קומענדיגן זונטאג און מאנטאג פר' וישב, כ' און כ"א כסלו הבעל"ט, ביי וועלכן דער ציבור וועט זיך אנשליסן מיט די יערליכע סכומים אין אזעלכע געהויבענע טעג, און זוכה זיין צו ברכת ה' בזכותו הגדול פונעם מייסד המוסדות, זי"ע. ווי מיר האבן שוין ערווענט ברבים, איז דער באשלוס געקומען נאך די אנערקענונג אז אפצורעכטן א גרויסע פארזאמלונג אין די יעצטיגע טעג איז פארבינדן מיט פארשידענע ריזיקעס פון חילול ה', און נאכן איבערקלערן אלע אפציעס איז מען געקומען צו די מסקנא אז ס'וועט אוממעגליך זיין איינצורישן דאהי אין די סיטי א גרויסע מאורע, אפילו בלויז אין פארעם פון א שולחן הטהור, אנע דעם וואס דאס זאל ציען דאס השתתפות פון שווערע אלפים מבני קהלתינו השמחים בהצלת רבינו הק' זי"ע וועלכע קומען זיך מסתופף זיין בצלא דמהימנותא קדישא פון כ"ק מרן רבינו שליט"א, דעריבער מוזן מיר מקיים זיין די משנה 'והוי מחשב שכר מצוה כנגד הפסדה', און ארויסצייגן א איינגעהאלטנקייט לטובתינו ולטובת הציבור. אבער טייערע אנשי שלומינו שיחיו: דער באשלוס טאר חלילה נישט קומען אויפן חשבון פון די טויזנטער תלמידים ותלמידות וועלכע זענען אנגעוויזן אויף אונזער הילף! דעריבער האבן אראנדזשירט דעם "צוויי טאג בליץ קאמפיין" צו שאפן די ריזיגע סכומים וואס מיר מוזן אריינבאקומען פונעם ציבור צו דעקן דעם יערליכן דעפעציט אינעם מולטי-מיליאן דאללער'דיגן בודזשעט, און מיר מוזן טאקע אנקומען צו די הילף פון יעדן יחיד. יעצט איז די צייט ווען איר וועט ארויסצייגן אייער פייערדיגע ליבשאפט און שטיצע צום "רבין'ס הייליגע מוסדות" און פארזיכערן זיין המשכת כח הקדושה, מיד ולדורות! צו דעם קאמפיין וועלן פארקומען רייכע "מסיבות לחיים" לרגל הצלת רבינו הק' והטהור זי"ע, קומענדיגן זונטאג און מאנטאג, כ' און כ"א כסלו, דורכאויס אלע פארמיטאג שעה'ן, אין די גרויסע בתי מדרשים דקהלתינו הק', בית המדרש הגדול (הופפער סט.), ביהמ"ד בית מנחם צבי (וואלאבאוט סט.), און ביהמ"ד ברך משה (סקיללמאן סט.). לרגל דעם קאמפיין האבן מיר אריינגעלייגט כוחות אין מערערע גורלות, בנוסף צו דעם יערליכן "ונתנו גורל" וואו דער געווינער באקומט צוריק 25 מאל דעם סכום פון נדבה אין לויף פון גאנצן יאר, און ס'איז פאראן די מעגליכקייט צו געווינען דעם אסטראנאמישן סכום פון 25,000$! האבן מיר אויך מסדר געווען נאך "צען גורלות" פאר "צען געווינער", מיטן סכום פון 1,000$ ווערד פער גורל, פאר יעדע נדבה פון 360$ להחזקת המוסדות. פאר אייער באקוועמליכקייט האבן מיר צוגעשטעלט א 24 שעה'דיגער אויטאמאטישער "נדבות ליין" וואס איז גרייט אויפצונעמען אייער נדבה אין אלע שעות דורכאויס דעם בליץ קאמפיין. רופט דעם נומער: 718-362-1404 #0 און לאזט איבער אייער נדבה, אדער לאזט א מעסעדזש און די עסקני המוסדות וועלן קומען אפנעמען אייער ברייטהארציגע נדבה להחזקת "דעם רבין'ס מוסדות". איר קענט אויך רופען דירעקט די ראשי העסקנים מו"ה נתנאל ברוין הי"ו: 917-574-6768 אדער מו"ה יואל מערץ הי"ו: 347-452-1411 און מ'וועט קומען פערזענליך אפנעמען אייער נדבה, אדער באשטייערן דורך quick pay email: qpcuta@gmail.com. אויך קענט איר אריינברענגען אייער נדבה צום פראנט-דעסק פון צענטראלן אפיס אויף 76 ראטלידזש סט. צווישן 9:00 אינדערפרי ביז 7:00 אווענט. טייערע אנשי שלומינו, הורי תלמידי ותלמידות המוסדות שיחיו! רבינו הק' זי"ע האט זיין הייליג לעבן אוועקגעגעבן פאר אונז און אונזערע דורות, אויפצושטעלן ערליכע און הייליגע מוסדות וואו אונזערע קינדער זאלן נתחנך ווערן בדרכי התורה והיראה, היינט איז די צייט ווען מיר צאלן צוריק פאר זיין יגיעה ועבודת הקודש! ענטפערט דעם רוף פון זיינע געטרייע שלוחים און שליסט אייך אן מיט גרויסע סכומים צום יעצטיגן "בליץ קאמפיין"! רופט דעם אויטאמאטישן "נדבות ליין":718-362-1404 #0 וכדאי היא זכותו הגדול אייך צו באצאלן מיט כל משאלות לבבכם לטובה, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות מיט תענוג ונחת פון די אייגענע קינדער לאורך ימים ושנים טובים, געזונטערהייט, מתוך עושר ואושר וכל טוב לנצח. בכבוד רב הנהלת המוסדות -דינער קאמיטע.
Report
חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!!! מיט א התרגשות דקדושה והתרוממות הנפש גרייטן זיך אלופי אלפי אנ"ש צום גרויסן טאג כ"א כסלו יום הצלה והשחרור פון מרן קוה"ק רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע דאנקן און לויבן דעם באשעפער "בימים ההם" אז ער אונז איבערגעלאזט לשארית לפלטה רביה"ק זי"ע וועלעכע האט צוריק אויפגעשטעלט אידישקייט, "און אפגעבן א שבח והודאה בזמן הזה" אז מיר קענען זיך האלטן בדרכו הקדוש בלי שום שינו כל שהו ואשרינו מה טוב חלקינו אז מיר זענען תלמידים פון מ"מ וממשיך דרכו בקודש שר צבא ה' כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועלעכע איז ממשיך דעם חינוך הטהור בדרך הסלולה לנו פון רבינו הקוה"ט בעל הנס זי"ע און גייט און די דרכים וואס די בעל הנס האט אונז געלערנט בדרך התורה והמסורה און רירט זיך נישט אוועק קיין זיז כל שהוא פונעם הייליגן דרך!
און די זעלבע צייט וועלן אנ"ש שטיצן ביד נדבה ובריח נדיבה דעם ירושה פונעם בעל הנס זי"ע די סאטמארע מוסדות אין וויליאמסבורג -וואס לאור המצב וועט נישט פארקומען דעם יערליכן דינער לטובות די מוסדות- און דערמיט פארשאפן דעם גרעסטן נחת רוח פאר רביה"ק הבעל הנס אז די מוסדות בליעט ב"ה לשם ולתפארת!!!
מודה אני לפניך ה' אלוקי על כל החסד אשר עשית עמדי!!!
Report
נעכטן מוצ"ש ביים דינער לטובות מוסדותינו הק' בקרית יואל מיט אירע אריבער 10,000 קינדער בליעה"ר האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ארויגעברענגט ביי דברות קודש שטארקע דברי הדרכה פאר אנ"ש תושבי ק"י, צום ערשט האט די רבי ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין קרית יואל און ארויסגעברענגט בשבח פון די נדובי בעם תושבי ק"י, ווי די רבי האט זיך אויסגעדריקט בלשק: "..מען קען ראוגערהייט זאגן אז עס איז נישטא אין די גאנצע וועלט אזעלעכע חשובע נדבנים וואס געבן בסבר פנים יפות אזעלעכע גרויסע סכומים צו קענען בויען אזעלעכע הערליכע גרויסע בנינים.." און דערנאך זיך באצויגן צו די שכונות וואס ווערן געבויעט אין ק"י וואס מען איז מיט דעם ממלא רצון קדשו פונעם מייסד הקריה רביה"ק זי"ע, און ארויסגעברענגט אז אין דעם יאר תשפ"א וועלן צוקומען צו ק"י אפאר הונדערט משפחות פון "אויסער ק"י" וואס וועלן זיך ארויסציען פון די שמיציגע גאסן -וואס דאס מיינט נאך טויזענט קינדער בליע"הר- אין די מוסדות, כן ירבו.
דערנאך האט די רבי ארומגערעדט א לענגערע צייט דברי הדרכה, בפרט איבער די כלים וואס מען האט אריינגעברענגט און די שטובער בימי המגיפה וואס מען דארף דאס אויסרייניגען פון די הייזער, און איבער די פירצות לגבי צניעות ביי די נשים בפרט איבער די נייע מאדערנע מאדע פון גיין מיט גאונ"ס ביי חתונות, און דערנאך אויסגעפירט בברכות קדשו פאר תושבי ק"י, און שטארקע ברכות רפואה שלימה פאר אלע חולי ישראל,
Shabbos Kodesh19 Kislev 578112/5/2020
Report
היינט מוצש"ק קומט פאר די יערליכע דינער "בנפשי" לטובות די ירושה פון רבותינו הק' זי"ע "מוסדותינו הק' בקרית יואל" וועלעכע ציילט זיך היינט צו אזויפיל ווי אריבער צען טויזענט קינדער בליעה"ר כן ירבו. קומט פאר אינעם גיגאנטישען אודיטאריום הענקי החדש ווי א גאר רייכע פראגראם איז צוגעגרייט, די מעמד ווען זיין מיט די השתתפות פונעם נשיא המוסדות מרא דאתרא קדישא כ"ק מרן רבינו הגאון הקדוש שליט"א וועלעכע וועט מפאר זיין בראש המעמד און אויפטרעטן מיט דברות קודש ודברי הדרכה פאר אנ"ש עס וועלן ווערן צוגעשטעלט טויזענטער ליינס פאר א לייוו הוק-אפ ריפט די בעק-אופ נאמבערס 339-207-8688 712-432-1001 #425354354 אדער אויב זענט איר א מעמבער אויף "קול סאטמאר" דריקט 311 פון די מעין מעניו. "צאו בהמוניכם להרמת קרן התורה והיראה"
Report
אין ליכט פון פרישע סטעיט-בריוון צו מערערע מוסדות:
כלל ישראל שרייט אויס מיט אנטשלאסנקייט און וועט קלארשטעלן פאר די רעגירונג:
מיר וועלן נישט איינגיין אויף קיין שום פשרות אינעם חינוך הטהור! "דער חינוך פון אונזערע קינדער געהער בלויז צו אונזערע רבנים און נישט קיין רעגירונג אגענטורן; מיר וועלן גארנישט טוישן פון 20 יאר צוריק" די קומענדיגע טעג זענען גאר גורל'דיגע פאר'ן יהדות החרדית אין ניו יארק, נאך וואס די סטעיט רעגירונג האט געשיקט צו א צאל מוסדות אין ניו יארק סיטי א "קוועשטענעיר" מיט ארום 100 פראגעס וואס זיי דארפן ענטפערן, וועלכע זוכט אריינצוקריכן טיף אינעווייניג אינעם הארץ פון די מוסדות הק' מיט'ן ציל צו עפענען די טיר פאר א פולקאמע רעגירונג אריינמישונג אינעם חינוך הטהור פון אונזערע טייערע הייליגע קינדערלעך, היל"ת.
דער קלארער שטעלונג פונעם יהדות החרדית: מ'טוישט גארנישט יהדות ניו יארק שטייט יעצט פאר א קריטישע ווענדפונקט, ווען אין די קומענדיגע טעג וועט זיך שליסליך ארויסשטעלן דער מהלך וויאזוי עס וועלן צוגיין די ווייטערדיגע פארהאנדלונגען מיט די רעגירונג, און דאס יהדות החרדית שרייט אויס בקול חוצב להבות אש: מיר מוזן, און וועלן, קלארשטעלן פאר די רעגירונג אז דער חינוך הטהור איז אונזער שווארץ אפל פון אויג, און קיינער וועט דערצו נישט צורירן! אלעס וואס איז גוט געווען ביז היינט וועט אויך זיין גוט פון יעצט און ווייטער. מיר פארמאגן דעם בעסטן חינוך סיסטעם, און עס איז בכלל נישט נויטיג קיין שום אריינמישונג פון די רעגירונג.
דער ערליכער היימישער ציבור אין ניו יארק איז נישט גרייט איינצוגיין אויף קיין שום פשרות. טראץ וואס עס זענען פאראן פרעמדע דרויסנדיגע עלעמענטן וועלכע זוכן דוקא יא - שוין מערערע יארן - צו נעמען א מהלך פון 'זיך פרובירן דורכצוקומען', ווערט כסדר אלס קלארער אז דער איבערוויגנדער רוב מנין ורוב בנין פונעם יהדות ניו יארק און אירע מנהיגים זענען פעלזן פעסט אנטשלאסן קלארצושטעלן פאר די רעגירונג באלד פון די ערשטע מינוט אז מיר זענען נישט גרייט פאר פארהאנדלונגען, מיר ווילן נישט הערן פון קיין פשרות, נאר אלעס זאל בלייבן ביים אלטן און אנגיין אויפ'ן זעלבן אופן ווי ביז היינט.
א בליק אויפ'ן 'עבר' - דער ציל פונעם "פעלדער געזעץ": קיין שום טויש אין די מוסדות! דורכאויס די שמועסן ארום טעמע איז אויפגעברענגט געווארן אויך דער 'עבר', וויאזוי מען האט פרובירט צו ראטעווען דעם חינוך דורכ'ן בארימטן "פעלדער געזעץ" וועלכע איז דורכגעפירט געווארן אינעם ליל שמורים פסח תשע"ח דורך דעם העלדישן ארטאדאקסישן סענאטאר ר' שמחה פעלדער נ"י, בהדרכתו פונעם שר צבא ה' כ"ק מרן הגה"ק מסאטמאר שליט"א. יעצט ווען מיר שרייען צו די רעגירונג אז "מיר גייען גארנישט טוישן", איז דא וואס קוקן צוריק און פרעגן צו דאס איז עפעס א טויש פון אמאל, זינט יענער געזעץ האט דאך ערהאלטן עטליכע 'סובדזשעקטס', ואם כן האט דאס אפשר געהאט א זייט-ווירקונג אז ס'האט 'געצייגט' פאר די רעגירונג א גרייטקייט אויף א טויש אין די מוסדות.
אלע עסקנים וועלכע האבן דאס באגלייט – לאנגיעריגע שטילע עסקנים וועלכע האבן יארן עקספערטיז אין געזעץ – ווייזן אבער אן זייער קלאר, אז אדרבא ואדרבא, די ערליכע מוסדות האבן דעמאלס פונקט ווי יעצט קיינמאל ח"ו נישט געגעבן קיין סטעיטמענט אדער ערקלערונג אז "מ'איז גרייט צו 'טוישן' סיי וואס! ס'האט אזא זאך קיינמאל נישט פאסירט ביי די ערליכע עסקנים. דאס וואס אונזערע געזעץ-פארשטייער האבן געוואלט אריינלייגן אינעם "געזעץ", איז געווען קלאר געצילט פאר'ן זעלבן קלארן צוועק אז מ'זאל "גארנישט" משנה זיין אינעם סדר ותוכן הלימודים! און מ'זאל געזעצליך קענען יוצא זיין בלויז נאר מיט די סאבזשעקטס וואס מ'האט שוין ממילא געלערנט אין די פריערדיגע יארן - ווי עס איז איינגעשטעלט געווארן דורך די גדולי ישראל נבג"מ פונעם דור הקודם, ובמיוחד דורך מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע, וועלכע האבן אהערגעשטעלט דעם חינוך הטהור דא אין אמעריקע, ועל פיהם ישק כל דבר - אבער מ'וועט נישט צולייגן גארנישט מער.
ווען יענער געזעץ ווערט ווען פולקאם באשטעטיגט לויט'ן ארגינעלן פלאן וואלט דאס געווען די ענדגילטיגע ישועה צו באפרייען אלע מוסדות התורה אין ניו יארק פונעם ערווארטעטן גזירת החינוך, און אפילו די געטוישטע ווערסיע וואלט געקענט גענוצט ווערן צו ראטעווען יהדות ניו יארק פון אירע רודפים - און איז טאקע דעריבער יענע טעג באגריסט געווארן דורכ'ן "גאנצן" יהדות החרדית אין ניו יארק, פון אלע שיכטן און קרייזן, וועלכע האט געזען אין דעם געזעץ א געוואלדיגע דערגרייכונג און האט אויסגעדרוקט א ווארימען און הארציגן דאנק פאר'ן העלדישן סענאטאר ר' שמחה נ"י, פאר'ן שטיין פעלזן פעסט על משמר החינוך הטהור. ליידער זענען אבער דאן געווען געוויסע ליבעראלע עלעמענטן וועלכע האבן אין די סאמע לעצטע מינוט דורכגעפירט עטליכע שינויים וועלכע האבן היפש פארדרייט דעם ארגינעלן ציל פונעם פעלדער געזעץ, און ערמעגליכט אז דאס זאל קענען ווערן אויסגעטייטשט "אויף צוויי וועגן", סיי 'לטב' אז דאס זאל אוועקנעמען די ביז-דעמאלסדיגע געזעצליכע 'עקוויווילענס' פראבלעם, און סיי 'למוטב' אז דאס זאל גארנישט אוועקנעמען פון די ארגינעלע געזעץ אז יעדע מוסד דארף זיין חלילה גלייך צו די פובליק שולעס.
למעשה, טראץ וואס דער געזעץ האט בעצם צוגעשטעלט פאר די סטעיט רעגירונג א וועג אראפ פון בוים, צו בלייבן שטיין ביי די סאבזשעקטס און נישט דורכפירן די שווערע און ביטערע גזירה, אבער לדאבונינו איז געווען הרשעים כים נגרש, און די מוסרים האבן געפינען אן אוזן קשבת ביי די פריערדיגע סטעיט עדיוקעישאן קאמישאנער, פרוי עליע, און זי האט יא באשלאסן צו נעמען דעם שענדליכן וועג און דורכפירן די ארגינעלע שווערע און ביטערע גזירה, וואס באדראעט רבבות תשב"ר איבער די לענג און ברייט פון ניו יארק.
און דא דארף מען אונטערשטרייכן, אז זי האט דאס געטאן טראץ וואס ס'שוין דעמאלס געווען עטליכע יאר וואס אנדערע האבן פרובירט צו זאגן פאר די רעגירונג - כאילו בשם געוויסע מוסדות - אז "מיר פארבעסערן זיך, מיר טוישן שוין די ביכער, און מיר גייען נאך טוישן די שעות וכו'", האט דאס טאקע גארנישט אויפגעטון! נאר אפשר זאגאר געעפנט דעם טיר אז די קאמישאנאר זאל זען אז ס'דא א שאנס מצליח צו זיין מיט די ביטערע גזירה. היל"ת.
אבער ווי געזאגט, דאס אלעס איז בלויז אויסצוקלארן די פאקטן פונעם 'עבר' פאר וועמען דאס איז נוגע. אויף למעשה וואו מען האלט יעצט איז די ארגינעלע גזירה געווארן דורכגעפירט, און 'על של עתה באו' די אלע גדולי ישראל וועלכע חזר'ן איבער אונזער קלארע שטעלונג אז מיר מאכן נישט קיינע שינויים.
אויך נאכ'ן דורכפירן די ביטערע גזירה: חלילה צו זאגן אז 'מיר גייען זיך טוישן'! אצינד ווען מ'שטייט אין א שעת מלחמה, מוז דאס יהדות החרדית פארזעצן ווייטער ארויסצושטעלן א פאראייניגטן פראנט און דערקלערן מיט פאטאס און א קלארע אומצוויידייטליכע שטימע: קיין שום פשרות וועלן נישט ווערן איינגעשטעלט, און די צענדליגער טויזנטער חרדי'שע עלטערן וועלן נישט ערלויבן די רעגירונג אריינצורעדן און איינטיילן דעם חינוך פון אונזערע קינדער!
די גדולי ישראל שטייען זייער פעסט מיט זייער מהלך, אז צו זאגן פאר די רעגירונג "מיר טוישן זיך, מיר גייען זיך טוישן נאכמער" איז א שרעקליכע טעות, און דער פאראייניגטער מהלך וועט זיין בלויז איינס: די מוסדות טוישן גארנישט! מיר האבן קיינמאל נישט מסכים געווען צו טוישן אונזער סטאטוס, און מיר גייען ווייטער גארנישט טוישן. אונזער חינוך איז דאס בעסטע וואס ס'קען זיין, די אומה"ע קענען זיך קומען ביי אונז לערנען... נישט ח"ו פארקערט!
מ'האט שוין געזען פאריאר אז ווען דאס יהדות החרדית האט געוויזן א פעלזן פעסטן פאראייניגטן פראנט און באוויזן צו עררייכן אן אומגלויבליכע 140,000 פעטיציעס קעגן די פריערדיגע ווערסיע פון דעם שענדליכן געזעץ, האט די רעגירונג זיך געבראכן, און אצינד ליגט אויף אונז א פליכט צו ווייזן ווייטער שטארקייט און אומבאויגזאמקייט. ובזכות פון זיך האלטן געטריי צו דרכי אבותינו ורבותינו, און מיט א פאראייניגטן כח הרבים, וועלן מיר זוכה זיין בשם ה' נעשה ונצליח, וכל כלי יוצר עליך לא יוצלח!
Friday18 Kislev 578112/4/2020
Report
"טועמי' ארויסגערינען פונעם דינער-הויפטקוואטיר" קורצע גריסן פון די הכנות צום גרויסן דינער "בנפשי" -במעמד קהל רב בליל המיעוד אודיטאריום הענקי בק"י -פאר מוסדותינו הק' קרית יואל מיט אירע אריבער 10,000 קינדער בליעה"ר.
#10 לעצטנס ווערן חתונות געשטערט. דאס יהדות החרדית פלאגט זיך מיט די ליבעראלע קאפריזן, אז 'בלעק לייווס מעטערס' ערלויבט יא מאסן פארזאמלומגען, משא"כ 'בלעק בעקיטשעס מעטערס' נישט.
ווען איר האלט ביים ארויסגיין מוצש"ק פון שטוב, איר ווייסט שוין מיט וועלעכע טיש בעקיטשע איר גייט, וואו צו פארקן, אא"וו, פארגעסט נישט פון אייער 'טייסטער', ווייל בייים דינער איז דאס די וויכטיגסטע און 'טייערסטער' זאך!
Thursday17 Kislev 578112/3/2020
ReportFrom: Moishy M
באקומען פין איינעם די פאקטן איבער די פעלדער געזעץ
די אלטע געזעץ האט טאקע נישט ארויסגעשריבן וועלכע און וויפיל לימודי חול יעדע מוסד דארף לערנען, ווייל עס האט נישט אויסגעפעלט! די געזעץ האט קלאר ארויסגעשריבן אז די לימודים אין די מוסדות דארפן זיין 'סובסטענשעלי עקוויווילענט', אין אידיש ווערט דאס איבערגעטייטשט צו 'מער ווייניגער די זעלבע' אדער 'גאר ענליך' צו די לימודים אין די פובליק שולעס.
פאר יארן לאנג האט די רעגירונג אוועקגעקוקט אויפן פאקט אז די לימודים ווערן נישט געלערנט, און די מוסדות האבן געלערנט נאר די מינימאלע ווי רביה"ק האט אונז געלערנט.
אבער, ליידער איז מקוים געווארן דעם 'ורדו בכם שנאיכם, מכם ובכם' און די רעגירונג האט אנגעהויבן באקומען קלאגעס אויף 28 מוסדות מ'כלומר'שט אין נאמען פון די עלטערן וואס האבן קינדער אין די מוסדות אז עס ווערן נישט געלערנט די אלע לימודים וואס ווערן פארלאנגט לויטן געזעץ. נאכן באקומען די קלאגעס האט די רעגירונג מער נישט געקענט אוועקקוקן, און האט זיך געמוזט נעמען אויף די מוסדות התורה, און זיי פארהאלטן פארוואס זיי קומען נישט נאך די געזעץ צו לערנען די אלע לימודים. יעצט איז אויסגעקומען אזוי: 1) די געזעץ פארלאנגט מען זאל לערנען 'מער ווייניגער' די זעלבע לימודי ווי די פובליק שולעס. 2) די אטאריטעט דערויף איז די עדיוקעישאן דעפט. די עסקנים זענען פארשטייט זיך געווארן אויפגעשוידערט פון די נייע גזירות אויף די חינוך פון אונזערע קינדער, אבער נאך א קורצע שמועס מיט אדוואקאטן איז קלאר געווארן אז די רעגירונג האט די געזעצליכע מאכט צו פארלאנגען די אלע לימודים, און די עסקנים זענען געווען אובד עצות. דא איז אריינגעקומען די 'פעלדער אמענדמענט' וואס דאס האט אוועקגעשטעלט אז ביי די היימישע מוסדות זאל מען נישט קוקן אויב די 'לימודים' זענען 'סובסטענשעלי עקוויווילענט' נאר אויב די 'תוצאות' זענען 'סובסטענשעלי עקוויווילענט'. דהיינו: 1) מען זאל קוקן אויב פון די גאנצע לערן פראגראם צוזאמען (אידיש און ענגליש) קומען די תלמידים ארויס מיט א נארמאלע שכל הישר צו מאכן ראציאנאלע באשלוסן (קריטיקעל טינקינג), וואס דאס שטעלט די גמרא צו, און עס פעלט נישט אויס צוצולייגן נאך לימודי חול. 2) עס לערנט ליינען ענגליש. 3) עס לערנט רעכענען. 4) עס לערנט היסטאריע. 5) סייענס. ביי ישיבות קטנות פארלאנגט עס אז מען זאל קוקן אויב זיי שטעלן צו א 'בעיסיק עדיוקעישאן'. די אריגינעלע לשון פון די געזעץ האט פארלאנגט נאך צוויי זאכן וואס זענען ליידער נישט געלונגען, 1) מען זאל נישט קענען פארלאנגען פון די מוסדות התורה צו לערנען מער לימודים (וואס אין די פאקטישע געזעץ איז אריינגעשטופט געווארן די ווערטער 'באט נאט לימיטעד טו' [אבער נישט געצוימט צו (די לימודים) ד.ה. די רעגירונג 'מעג' פארלאנגען מער] 2) מען האט געוואלט גרינדן אן עקסטערע קערפערשאפט וואס זאל פארפיגן אויף די מוסדות התורה און עס זאל נישט ליגן אין די הענט פון די עדיוקעישאן דעפט. [למעשה איז עס געטוישט געווארן אז עס בלייבט ביים עדיוקעישאן דעפט.] יעצט לאמיר זען די בעל החלומות'ס טענות. 1) די געזעץ זאגט וואס מ'דארף לערנען: עס פלעגט אלעמאל זאגן (נישט אזוי קלאר ווייל עס האט נישט אויסגעפעלט, עס האט פארלאנגט פונקט ווי די פובליק שולעס און שוין, עס האט נישט אויסגעפעלט ארויסצושרייבן אלע פרטים) 2) היינו הך 3) עס גיט די מאכט פאר די קאמישינער: זי האט עס אלעמאל געהאט. 4) עס זאגט אז זיי זענען נישט באגרעניצט צו פארלאנגען בלויז די לימודים: זיי זענען קיינמאל נישט געווען באגרעניצט. 5) היינו נומער 3 אבער אז איר וועט קוקן וועט איר זען אז מיט טענה נומער 4 איז ער זיך סותר מיט טענה נומער 1, ווייל עס שטייט אין די געזעץ א זי איז נישט פארפליכטעט זיך צו רעכענען נאר מיט די לימודים נאר 'זי קען אויך פארלאנגען אלעס וואס ווערט פארלאנגט דורכ'ן אלגעמיינעם געזעץ!!!' (די פעלדער געזעץ איז נישט א געזעץ בפני עצמו, עס איז א צוגאב צום אלגעמיינעם חינוך געזעץ און עס זאגט אז די מוסדות התורה דארפן נישט לערנען אלעס וואס די אלגעמיינע געזעץ פארלאנגט [וואס ביז איצט איז דאס יא פארלאנגט געווארן לויט'ן געזעץ] און די צוגעלייגטע ווערטער האבן געזאגט אז מען מעג אויך מחייב זיין די מוסדות צו לערנען דאס וואס איז פארלאנגט לויט'ן אלגעמיינעם געזעץ [וואס דאס איז פונקט ווי ביז יעצט]) אין קורצן קומט אויס אזוי: די געזעץ פארלאנגט 'ווייניגער' פון די מוסדות ווי ביז יעצט, און עס לייגט צו אז אויב די רעגירונג וויל קען זי פארלאנגען 'מער' ווי די פעלדער געזעץ און 'צולייגן' אויך די 'ביז יעצטיגע געזעץ', קומט אויס אז מען האט אראפגענומען רוב פונעם ביז איצטיגן געזעץ און געגעבן די מעגליכקייט פאר די רעגירונג צוריקצוקומען צום ביז יעצטיגן געזעץ, מען האט אבער נישט צוגעגעבן קיין שום מאכט אדער לימודים. איך וואלט ווען געקענט אנהייבן די מעסידש מיט א קעפל: שוידער! ראו וכו' וכו' וכו', אבער היות עס איז ניכרין דברי אמת פעלט נישט אויס צוצולייגן דראמא אזויווי די וואס פראבירן צו פארקויפן לאקשן צוזאמען מיט'ן וואשינגטאן בריק, וואס זיי מוזן שרייבן דראמאטישע ווערטער צו פארטושן די מוחות מען זאל נישט כאפן וואס פארא שטותים זיי שרייבן, ווייל אנדערש האבן זיי נישט קיין שאנסן אז די עולם זאל קויפן זייערע לאקשן קעגן די קלארע מציאות. יעצט, די סיבה פארוואס זיי זענען אזוי צולאזט איז ווייל זיי האבן געהאלטן אז זיי זענען ממה נפשך'דיגע געווינערס, אויב ווער מהר"א מיטשטיין מיט זיי אין די מערכה איז דאך גוט, און אויב ער וועט נישט מיטשטיין וועט מען אים צולייגן צום לאנגן ליסטע פון 'אנטי פיפעל' און מען וועט אום באשמוצן און אראפרייסן פארן זיך צושטעלן צו די סיקריקים [הגם וואס אין דעם חלק זענען זיי בעצם עקספיריענסד, און אונז דארף מיר זיי פארשטיין, ווייל זיי עסן נאך יעצט די שיריים פון מיטשטיין מיט די סיקריקים ביי, גיוס, טעכנעלאגיע, עירוב, מצות, פלייש, וכו', ווייל זיי ווייסן נישט פון קיין מיטלוועג, אויב די שטיינמאניסטן זאגן אז ס'נישטא קיין זכר פון גיוס, שרייען זיי אז מ'כאפט מענטשן אין די גאסן, הגם די מציאות איז נישט אזוי און נישט אזוי, אויב עס איז דא א פראבלעם מיט טעכנאלאגיע, האלטן זיי אז ס'נישט דא קיין ברירה חוץ גיין צום כינוס כל ישראל, אפגעזען פון די פראבלעמען, א.א.וו.] ממילא ווען מהר"א האט גענומען די מהלך וואס גייט מיט'ן מציאות, נישט עקסטרעם רעכט אדער לינק, זענען זיי ארויסגעשפרינגען פון די הויט. אבער מיט די ארויסשפרינגען פון די הויט האבן זיי אפגענויגט פון די געווענליכע כלל פאר א ליגנער, דהיינו: ער דארף האבן א גוטן זיכרון, זיי האבן פארגעסן וויאזוי זיי האבן מסביר געווען מיט א פרישקייט אז די וואס טענה'ן אז די רבנים אדער עסקנים מיינען נישט אידישקייט זענען צודרייט אינגאנצן, זיי האבן אפילו ארויסגעגעבן א גאנצע פורים ביכל דאס אויפצו-ווייזן (ווי זיי האבן נישט געקענט שרייבן וואס קאממאן קאור איז יא, נאר וואס נישט...) סתם צו-צוענדיגן, זיי שרייבן דארט אינעם ביכל אז 'קיין איין גוי'אישע סטאנדערט טויג נישט' און אז 'מען האט קיינמאל נישט געקוקט אויף וועלכע סטאנדערט די ביכל איז געשריבן', נו, אויב אזוי על מה יצא הקצף? פארוואס דארף גאנץ כלל ישראל אריינגעשלכפט ווערן אין א סומעטאכע איבער די ביכער אויב עס גייט קיינע נישט אן? לאמיר שוין זאגן אז עס איז נישט כפירה, נו, אויב עטליכע ליידיג-גייער האבן באשלאסן אז עס איז כפירה טויש ביכער, עס איז דאך נישט קיין שום חילוק אויף וועלכע סטאנדארט מען רערנט, נישט אזוי? פארוואס ווען א גדול בישראל קומט ארויס קעגן קאממאן קאור קומט עטס ארויס קעגן אים? עס איז דאך נישט קיין שום חילוק, און נאכמער! איר טענה'ט דארט אינעם ביכל אז די ביכער פון היינט זענען פונקט ווי די ביכער פון ביז יעצט, נו, דאס האט דאך מהר"א געזאגט אז מען וועט נישט טוישן!!!
Report
"טועמי' ארויסגערינען פונעם דינער-הויפטקוואטיר" קורצע גריסן פון די הכנות צום גרויסן דינער "בנפשי" -במעמד קהל רב "בליל המיועד" אודיטאריום הענקי בק"י -פאר מוסדותינו הק' קרית יואל מיט אירע אריבער 10,000 קינדער בליעה"ר.