בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

בילדער

← ווייזט אלעס

מאנטאגי"ט תמוז תשפ"ב7/18/2022

בילדער · 5
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א ביי תפילת שחרית היינט במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א קביעות מזוזה אויפ'ן נייעם חדר הפרטי פון רבינו שליט''א אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
רבינו שליט''א ביי תפילת מנחה, פאר מנחה האט שלום גענימען ביי רבינו שליט''א דעם רבינ'ס לאנג יעריגער חברותא הגה''צ אבד''ק ראשית חכמה מאנטריאל שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביי תפילת שחרית היינט שבעה עשר בתמוז במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר, נאכן דאווענען האט דער רבי איבערגעקוקט די תירוצים פון תלמידי ישיבתינו הקדושה אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט בהיכל המתיבתא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגי"ח תמוז תשפ"ב7/17/2022

בילדער · 3
הרב הגאון רבי אברהם שמואל ענגלענדער שליט''א דומ"ץ קהלתינו לעיקוואד יצ"ו, אינאיינעם מיט א גרופע פון פופצן מבחורי אנ''ש תושבי לעיקוואד, וועלכע האבן געוויילט אויף שב''ק בצל הקודש אין ניו העמפשיר, בקו''פ ביי רבינו שליט''א בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביי סעודת רעוא דרעווין, מעריב און הבדלה מוצש''ק, במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגט"ז תמוז תשפ"ב7/15/2022

ווידיאו
הרב הגאון רבי אברהם שמואל ענגלענדער שליט''א דומ"ץ קהלתינו לעיקוואד יצ"ו, אינאיינעם מיט א גרופע פון פופצן מבחורי אנ''ש תושבי לעיקוואד, זיך געקומען מסתופף זיין בצל הקודש אין ניו העמפשיר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביי תפילת שחרית היינט אין ניו העמפשיר און ביים אהיים שפאצירן נאכן דאווענען.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 7
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביי תפילת מעריב נעכטן במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר, נאך מעריב זענען די געסט אריבער שלום נעמען און דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די נייע איינריכטונגען וועלכע זענען צוגעבויעט געווארן לתועלת די פילצאליגע געסט וועלכע קומען וויילן בצל הקודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגט"ו תמוז תשפ"ב7/14/2022

ווידיאו
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א ביים באזוכן און פארלערנען א שיעור פלפול אינעם ארטיגען שטאטישע 'כולל אברכים דוואטערבערי'.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א ביים באזוכן, אינטערוועגנס אויפן וועג קיין בעטלעהעם ניו העמפשיר, אין ישיבת אהל תורה אוסטרובצא אין וואטערבערי קאנעטיקוט, בראשות הרב הגאון ר' אברהם עמרם מייזעלס שליט"א אב''ד מיהאלדי, ווי עס איז אויך אנוועזנד געווען די ראשי הישיבה און די רבנים פון די געגענט, דער רבי איז מכובד געווארן מיט לחיים און משמיע געווען דברות קודש פאר די בחורים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
וקוי ה' יחליפו כח!

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים פארלאזן ביתו נאוה קודש היינט מיטאג צייט און באגלייטונג פון תלמידי הישיבה, אויפן וועג קיין בעטלעהם ניו העמפשיר, ווי דער רבי וועט זיך אויפהאלטן אויף מנוחת הנפש.

פאר הזכרות קען מען רופן דעם הויז בחור.
917-378-3387

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 8
מעמד הקמת ''ועדי הוראה בתוככי בית הוראה דק''ק קרית יואל'', על ידי רבני מבצר הכוללים בקרית יואל, פארגעקומען היינט נאכמיטאג בראשות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 9
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים מעמד קביעות מזוזה וחנוכת הבית פארן נייעם בנין פון ישיבה קטנה אור החיים בקרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךי"ד תמוז תשפ"ב7/13/2022

באריכט
מה טובו אוהליך יעקב משכנותיך ישראל

נעכטן אויפדערנאכט איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש פון רבינו שליט''א אין וומסב''ג, א מסיבת לחיים ומעמד היסוד פאר קהלתינו ומוסדותינו הקדושים "תלמוד תורה ובית רחל" אין לינדען ניו דשערסי, על דרך רבותינו הק' זיע''א תחת נשיאות הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א, אינאיינעם מיט די התמנות פון הרה"ג רבי אליעזר מרדכי סופר שליט"א מרבני כוללינו ומרביץ תורה בבתי מדרשינו אין וומסב"ג, אלץ רב הקהלה.

דער נייער רב הרה''ג ר' אליעזר מרדכי שליט''א איז אהנגעקומען און איז תיכף אריין בקו"פ שלום נעמען, אינאיינעם מיט זיין טאטן הרה"ג ר' יצחק צבי שליט"א דומ"ץ בב"פ, זיין זיידן הרה"ג ר' חיים ארי' געללער שליט"א ר"מ בישיבת באבוב, און זיין שווער הרה"ג ר' אשר אנשיל שעהר שליט"א אב"ד קלעסן, ווי עס האט זיך פארפירט א שיינער שמועס איבער די שייכות פונעם ערוגת הבושם זצ"ל צו רבותינו הק' לבית סיגוט וצאנז, און דערנאך איז דער רבי אראפ בביהמ''ד עצי חיים סיגוט ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל המאורע, בהשתתפות ראשי הקהלה, עסקני ותושבי עיר לינדען יצ"ו

תשית לראשו עטרת פז!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגי"ב תמוז תשפ"ב7/11/2022

בילדער · 3
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אין שטוב פון האשה החשובה מרת גלאנצער תחי', אלמנת הרה"ח ר' אברהם יעקב הכהן ז"ל, ווי עס איז פארגעקומען די חתימת שטרות, וואס די אלמנה תחי' אינאיינעם מיט די קינדער האבן אפגעקויפט פאר א גרויסן סכום א זכות נכבד אינעם בנין בית חינוך לבנות בנות ארץ ישראל בית פיגא בבני ברק יצ"ו, לע"נ אביהם החשוב ז"ל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

פרייטאגט' תמוז תשפ"ב7/8/2022

בילדער · 4
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' העניך קרויס הי''ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
עסקני קהלתינו הק' פון לינדען ניו דזשערזי, בקודש פנימה ביי כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א לרגל פתיחת מוסדותינו הק' בעיר לינדען אויף קומענדיגן שנת הלימודים הבעל''ט,

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגח' תמוז תשפ"ב7/7/2022

בילדער · 5
כ''ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א בביקור בקו''פ ביי כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, נעכטן בביתו נאווה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךז' תמוז תשפ"ב7/6/2022

ווייז פריערדיגע טעג