בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Reports

← Show all

Thursday10 Sivan 57826/9/2022

Report
מיטוואך פרשת נשא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד לר' אברהם שמחה פעלדמאן הי''ו ולבן הנולד לר' יוסף מאיר סאאל הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב''ר שלמה אלעזר שפילמאן הי''ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יואל וואגשאהל הי''ו - ר' חיים פארקאש הי''ו, באולם כינור דוד.
הר"ר מענדל ווייס שליט''א - ר' יואל ברי"ל פייערווערגער הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' משה מונטאג הי''ו, ר' יושע אלעזר קליין הי''ו, באולם קרן ויואל משה.

נאך די חופות אום 8:20 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בביהמ"ד החדש דקהלתינו הק' בשכונת ויואל משה "בית מנחם זאב" נדבת לבו פון הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי''ו, לרגל דעם מעמד חנוכת הבית וקביעות מזוזה, און התמנות פון נכד רבינו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א חדב''ן אלס רב דביהמ"ד.

דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן ביהמ"ד און קובע מזוזה געווען אויפן הויפט שער, און דערנאך געדאווענט מנחה, נאך מנחה האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די פראכטפולע מקוה וואס האלט אין די לעצטע פאזעס אין וועט זיין גרייט אין די קומענדיגע וואכן.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די באטייליגונג פון די חשוב'ע עלטערן און שווער פונעם רב הביהמ"ד און די זיידע הגה"צ אב"ד נעפלימעץ שליט"א, ראשי והנהלת קהלתינו הק' ותושבי השכונה, מען האט געזינגען ניגוני שמחה, עס האט אויפגעטרעטן בשם קהלתינו הק' הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי''ו ראה''ק, און בשם די תושבי השכונה הרבני הנגיד ר' מאיר יעקב אינדיג הי''ו, בוי מייסטער פון שכונה, דער זיידע הגה"צ אב"ד נעפלימעץ שליט"א, און דער רב הביהמ"ד הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן רב הביהמ''ד און פארן גאנצן ציבור און עקסטער פארן נדבן הביהמ''ד ר' עקיבא הערש הי''ו ושותפו ר' מאיר יעקב הי''ו.
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש אויפן פסוק 'כה תברכו את בני ישראל' אזוי ווי ווען הקב"ה האט געגעבן די תורה האט ער עס געגעבן פאר גאנץ כלל ישראל, די זעלבע דארף א רב וויסן אז ווען מען נעמט אים אויף צו פירן א ביהמ"ד דארף ער זיך אפגעבן מיט אלע סוגים אידן תלמידי חכמים בעלי בתים יעדער אויף זיין שטייגער, און ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה וואס עס איז פאר קרית יואל בכלל און פאר תושבי שכונת ויואל משה בפרט, מיטן עפענען א פרישן ביהמ"ד, און ארויסגעברענגט בשבח פונעם חשובן רב און אנגעווינטשן אז ער זאל קענען מצליח זיין צו פירן דאס ביהמ"ד ווי עס פאסט פאר א סאטמארע ביהמ"ד 'בשכונת ויואל משה אין קרית יואל' כפי תקנת רביה"ק זי"ע וואס די שכונה און קריה איז לשמו ולזכרו, און דערמאנט לשבח דעם חשובן נדבן הביהמ"ד הרה"ח ר' עקיבא הערש וואס האט מנדב געווען די ביהמ"ד לע"נ חותנו הרה"ח ר' מנחם זאב הירש ז"ל מוותיקי תושבי קר"י, ועוד ידו נטיה מיטן אויפבויען די צענטראלע ביהמ"ד הגדול והמפואר פון שכונת ויואל משה, און מסיים געווען מיט גאר ווארעמע דברי ברכה פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 9:50.

דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 1:30 אויפדערנאכט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ א קבוצה אינגעלייט תלמידי תולדות אברהם יצחק בשליחות פון רבם כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א צו נעמען רשות און מקבל זיין ברכת הקודש לרגל דעם פתיחת בית המדרש אין קרית יואל.

שפעטער האט הרה"ח ר' יואל פאגעל הי''ו מגדולי עסקני קהלתינו הק' באנטווערפען אריבערגעברענגט די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך חברי קהלתינו הק' באנטווערפען, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט, און דערנאך ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Wednesday9 Sivan 57826/8/2022

Report
דינסטאג פרשת נשא אסרו חג שבועות 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית'ן.
לבן הנולד לר' יואל בר"י פארגעס הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד לר' יואל האלצמאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
לבן הנולד לר' גדלי' דוד זאלדאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל עפשטיין הי''ו.
ב"ר יואל קליין הי''ו.
ב"ר שלום יוסף גאלדבערגער הי''ו

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און אום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:30 ביז 12:00 בביתו נאוה קודש בוומסב''ג.

בעת די זמני כניסה זענען אריין די הנהלת התאחדות אברכים וועלכע זענען געשטאנען בראש פון די מעמדי 'נעשה ונשמע' מיט'ן מסדר זיין אין אלע סאטמארע צענטערן איבער דער גארער וועלט בפקודת הקודש, דעם סדר הלימוד ביום ב' דשבועות העעל"ט, לעשות רצון צדיק.
דער רבי האט געהערט א רעפאראט וויזוי ס'האט זיך מסדר געווען איבעראל, און אויך איבער אלע זייטיגע קהלות וועלכע האבן זיך אהנגעשלאסן און די עסקנים האבן זיי ארויסגעהאלפן מסדר צו זיין דעם סדר הלימוד. דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו און געגעבן א מתנה א תהלים 'תהלה למשה' לאות הכרת הטוב פאר די חשובע נדבנים ממשפחת הגאון ר' פנחס חיים רובינפעלד ז"ל.

אויך איז אריין בקודש פנימה הרב מרדכי אהרן מייזליש בן הגה"צ רב דקהלתינו ב"פ שליט"א אינאיינעם מיט בנו החתן, מקבל זיין ברכות קדשו לרגל די שמחת החתונה פון בנו וועלכע קומט פאר דעם קומענדיגן זונטאג שלח בשעטו"מ.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 10:00, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרייטאג פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. ביים אנקומען אין די ישיבה האט זיך דער רבי אומגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח ביים שיעור הכנה לחג השבועות בחבורת 'התלהבות' שע''י ישיבתינו הק' דורך הרה''ג ר' חיים הערש מענדלאוויטש שליט''א בעמח''ס שפתי חן.

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב''ר אברהם שלמה כ''ץ הי''ו.
ב''ר יחיאל יודא פריעדמאן הי''ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף רב טוב בהנהלת הרה''ג ר' וואלף לאנדא שליט"א, וואס דאס ביהמ"ד איז נתנדב געווארן דורך רביה"ק בעל ברך משה זי"ע לע"נ חותנו בעל ההילולא הגה"ק מוואלאווע זצ''ל וע"ש נקרא 'היכל בית אהרן'.

רבינו שליט''א האט געצינדן 5 ליכט צוגעגאנגען צום עמוד און געזאגט די קדישים לרגל די יארצייט, ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ''ד, מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פאר די מגידי שיעור, און אלע בחורים, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש הכנה ליו"ט שבועות.

נאכן דאווענען האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' משה ואחיו ר' יצחק פנחס גלאנצער הי''ו ע"פ אחיהם ע"ה.
און הרה"ח ר' אברהם משה קליין הי''ו, ע"פ בתו ע"ה.

פארנאכטס ארום 8:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. פאר מנחה האט דער רבי געצינדן 5 ליכט צוגעגאנגען צום עמוד און געזאגט די קדישים לרגל די יארצייט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 12:30 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הר"ר שמואל שלמה טעלער שליט"א - ר' יואל בר"מ ווערצבערגער הי''ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30 און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. נאכן דאווענען האט דער רבי משמיע געווען דברי הכנה צום יו"ט שבועות, די ריכטיגע הכנה צו קבלת התורה איז מיט לימוד התורה, און מעורר געווען די בחורים זיך צו משתתף זיין ביים מעמד 'לימוד שעות רציפות' דעם צווייטן טאג שבועות אינדערפרי פארן דאווענען.

פארנאכטס ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 9:00 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש, פון די מחותנים ר' שמואל זאנוויל פרענקעל הי''ו - הר"ר יואל שפיטצער שליט''א.

דערנאך איז דער רבי אריבער געפארן קיין מאנסי, ביים אנקומען האט זיך דער רבי משתתף געווען ביים סעודה לגומרה של תורה פאר די ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך הרבני הנכבד ר' וואלף רעטעק הי''ו נכד רביה"ק בעל עצי חיים זי"ע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר הרה"ח ר' וואלף און פארן גאנצן ציבור.

פון דארט איז דער רבי אריבער צו די אטריום זאלן ווי עס איז פארגעקומען דער יערליכער דינער "גדלו והצליחו" לטובת מוסדותינו הק' במאנסי מיט אירע נאענט צו צוויי טויזענט קינדער בליעה''ר.

ביים אנקומען האט דער רבי צום ערשט געדאווענט מעריב אין א זייטיגע שטוב אינעם זאל, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט, צוגעגאנגען צום עמוד און געזאגט די קדישים לרגל די יארצייט פון זקינו הגה"ק מוואלאווע זצ''ל.

נאך מעריב ארום 10:40 איז דער רבי ארויפגעגאנגען צום דינער, עס האט ממשיך געווען מיט די דרשה דער יושב ראש הרה"ח ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש הי''ו און דערנאך מיטן דבר המעמד הגה"צ אבד"ק מאנסי שליט"א, דערנאך איז פארגעקומען א רייכע פרעזענטאציע פארגעשטעלט דורכן בעל מנגן ר' מרדכי אילאוויטש הי''ו אין באגלייטונג פון אחד מתלמידי המוסדות.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש, און געטיישטש דורך געבן צדקה איז א סגולה צו תורה ויראת שמים, במילא איז א דינער להחזקת התורה א גוטע הכנה צו קבלת התורה, און דערנאך ארומגערעדט בדברי שבח פון קהלתינו ומוסדותינו הק' פון מאנסי וועלכע וואקסט פון יאר צו יאר בכמות והאיכות סיי חינוך הבנים און חינוך הבנות, אינטער די השפעה פונעם חשוב'ן רב שליט"א און מיט די הילף פון די חשוב'ע הנהלת המוסדות, און ארויסגעברענגט אז די מוסדות איז מיוסד אויף די יסודות פון רבותינו הק' זי"ע, איינער וואס שטעלט זיך נישט צו די יסודות און תקנות פון מוסדותינו הק', וועלן זיינע קינדער נישט קענען ווערן א טייל פון די תלמידי המוסדות, עס זאל זיין מעלין בקודש ולא מורידין, אונזער מוסד איז געמאכט פאר סאטמאר'ע חסידים וואס פירן זיך ווי סאטמארע חסידים, און זיך באדאנקט פאר די הנהלה גשמי וועלכע שטייען בראש, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע הרחבת גבולי הקדושה ''מען בויעט בנינים נפלאים פאר חינוך הבנים והבנות, צו בויען אזויפיל בנינים און אזעלכע גרויסע בנינים איז א זעלטענהייט'' יעדער ווייסט און פארשטייט די נחיצות מען קען נישט ארייננעמען קיין קינד אין מוסד ווייל עס איז נישטא קיין פלאץ, עס נישט קיין גוזמא! און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכת קדשו פאר די הנהלת המוסדות מען זאל זוכה זיין עס צו קענען באווייזן און עס זאל זיין כי אתה ה' הרחיב לנו, און מסיים געווען בברכות קדשו פאר די נדיבים בעם און פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 11:45. און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
תלמידי וחסידי סאטמאר די בכל אתר ואתר מברכין:

ברכת צאתכם לשלום למשמר היוצא

הבחור החתן הנעלה והנאמן
כמר אלתר ברוך גפן הי"ו
שזכה לשרת בקודש במסירות ונאמנות
בתור הויז בחור
לימין קדשו של כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א.

ברכת צלח ורכב למשמר הנכנס

הבחור החשוב הנעלה והנאמן
כמר חנני' יו"ט ליפא דייטש הי"ו
שזכה להיבחר לתפקיד הנכבד והמרומם
לעמוד ולשרת בקודש
בתור הויז בחור
לימין קדשו של כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א
--

להתקשר ע"י ההויז בחור לבית כ"ק רבינו שליט"א
אפשר על מספר התמידי:
917.378.3387

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
ליל ב' דשבועות

עטליכע מינוט נאכן זמן איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד, מערבית האט געדאווענט פארן עמוד הרה''ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א (מאנסי).

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:10. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט יום טוב, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 12:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלח''ה בהיכל השלחנות. הגבהת הכוס לקידוש: הרה''ג ר' אברהם שמחה פריעדמאן שליט''א.

במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגונים לכבוד יו''ט. מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. פיוט מערבית: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ בקהלתינו, אהבה רבה: הרה"ג ר' יחזקאל לאקס שליט"א מו"ץ בקהלתינו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'בשעה שקבלו ישראל את התורה נתקנאו בהם אומה"ע' אברהם אבינו האט ארייינגעברענט אין זיינע קינדער ווען עס קומט צו טוען מצוות וועלן די אברים אליינס טוען דעם רצון ה'.

ברכהמ''ז: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א. מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:30.

יום שני של שבועות

אינדערפרי אום 8:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד זיך משתתף זיין ביים מעמד הנשגב לימוד התורה ברבים און זיך אומגעקוקט אין אלע סניפים פון ביהמ"ד דערנאך אריין בחדרו הפרטי עוסק זיין בתורה מיט א חברותא נכדו הב' יואל בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, ארום 9:50 איז דער רבי ארויסגעקומען און אדורך שפאצירט נאכאמאל אינעם גאנצן היכל ביהמ"ד און דערנאך אראפ אויך אינעם היכל התורה און זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט בקורת רוח אויף די טויזענטער לומדים זקנים עם נערים, ומה נהדר היה המראה, דערנאך איז דער רבי אריין אין 'חדר דוד' ווי עס איז פארגעקומען די חברת תהילים פאר די תשב"ר, דער רבי האט מיטגעזאגט פסוקי תהלים, און דערנאך צוריק אריין לחדרו הפרטי און ממשיך געווען בעסק התורה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלאזט רופן דער פטרון המעמד הרה''ח ר' יואל יודא רובינפעלד הי''ו, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 10:50. פתיחת התפילה: הרה"ג ר' יואל פר"מ שליט"א מו"ץ קהלתינו מאנסי. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א, דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק און צוגעגאנגען צום עמוד צו שחרית יוצר והלל וכמעשיהו ביום ראשון כך מעשיהו ביום שני בהתעוררות עצימה, נאכן שיר של יום האט מען געזאגט מגילת רות.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מרדכי וויינבערגער הי''ו (לאנדאן), און הרה"ח ר' שאול פריעדמאן הי''ו (ב"פ), פסוקי שמע ישראל: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים.

עליות כהן: הרה"ח ר' אברהם יושע הכהן גלאנץ הי''ו, לוי: הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, רביעי: הגה"צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א רב קהלתינו ב"פ 18'טע עוו., חמישי: רבינו שליט"א, הגבה ספר ראשון: הרה"ח ר' אברהם בראך הי''ו, גלילה: הרה"ח ר' יואל ברא"ש שווארטץ הי''ו.

מפטיר: הרה"ח ר' מאיר הירש הי''ו, הגבה ספר שני: הרה"ח ר' מרדכי רובין הי''ו (וומסב''ג), גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"א טירנויער הי''ו (וומסב''ג). נאכן ליינען האט מען געזאגט יזכור.

מוסף: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. נאך עלינו האט דער רבי געזאגט קדיש לע"נ די משפחה פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע בזיוו"ר, וועלכע זענען אומגעקומען עקה"ש, און די יארצייט געפאלט דעם צווייטן טאג יו''ט. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יעקב שרייבער הי''ו (לאנדאן).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' לייבוש ברמ"ש פרענקל הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט ארום 3:10.

ביים מיטאג טיש בביתו נאווה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט אתה נגלית: נכדו הרב אברהם רוקח חתן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק עלית למרום שבית שב''י, ר''ת רשב''י רבי שמעון דרש'נט די ה' פון השישי אויפן תנאי פון מעשי בראשית דורכדעם העלפט תשובה און די אידן האבן מקבל געווען די תורה. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.
נאכמיטאג ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד, מנחה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי''ו.

נאך מנחה איז דער רבי ארויף אויפן פלאץ צום נעילת החג טיש און געטאנצן אופן פלאץ פאר עטליכע מינוט, מען האט מאריך געווען בשירה וזמרה ניגוני יו"ט שבועות און ניגוני מתיקות התורה, דער רבי האט געמאכט דעם סיום אויף מסכת כתובות והתחלת מסכת נדרים במסגרת יסודי התורה און געזאגט דעם הדרן, און מכבד געווען הרה"ג מרביץ תורה ר' יעקב הערש פריעדמאן שליט''א (וומסב''ג) צו זאגן קדיש.
און מ'האט ממשיך געווען בניגוני שמחה.

דערנאך האט הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי''ו משמש דקהלתינו הק' בוומסב''ג אנגעגאסן פארן רבי'ן דעם כוס דער רבי האט געווינטשן פאר די חברא קדישא און פארן גאנצן ציבור, און עקסטער פאר הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי''ו פטרון חבורת יסודי התורה בקר"י.

מיטן פיוט פון אתה נגלית האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב אלעזר טייטלבוים שליט"א (לאנדאן) און דערנאך האט דער רבי געליינט די כתובה.

נאכן זמן האט דער רבי געזאגט ברוך המבדיל און משמיע געווען דברות קודש אויף א מייק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'כה תאמר לבית יעקב ותגיד לבני ישראל' עס איז דא 2 בחינות די בני עליה איז מען משפיע רוחנית און דערנאך גשמיות פאר די פשוטי עם ערשט גשמיות און דערנאך רוחניות אבער יעדער באקומט פון ביידע, און דערמאנט רגשי לבבו פונעם מעמד לימוד התורה ברבים זקנים עם נערים, "אשריכם ישראל דאס וועט משפיע זיין השפעות טובות תיכף ומיד און וועט נאכברענגן איבערן יאר", און דערנאך מעורר געווען אויף פארשידענע ענינים הצריכים תיקון ובפרט קביעת עיתים לתורה, און לבושי צניעות, און מסיים געווען בברכות קדשו.

מעריב מוצאי יו''ט האט געדאווענט פארן עמוד חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, און נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.

נאך הבדלה איז רבינו שליט''א ארויסגעקומען פארענט פון ביהמ"ד הגדול צו קידוש לבנה ומעמד ברכות הקודש בשירה וזמרה בתוף ומחול, במקהלות אלפי ישראל אנשים נשים וטף, נאך קידוש לבנה האט מען געזינגן ניגוני שמחה און דער ציבור לאלפים האבן געטאנצן בהתרוממות הנפש, רבינו שליט''א האט משמיע געווען ברכת הקודש און נאכגעזאגט פונעם תפארת שלמה "עצרת איז א לשון איינהאלטן מען דארף איינהאלטן אלע קבלות טובות וואס מ'האט זיך דעם יו"ט מקבל געווען בתורה ומצוות און מען דארף זיך איינהאלטן פון תאוות עולם הזה בפרט אויף די כלים טמאים און האלטן די הייזער הייליג און ערליך מיטן ערליכן לבוש, און געוואונטשן ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 11:00.

בביתו נאווה קודש זענען אריין בקודש פנימה בחורי אנ''ש תושבי מאנטריאל דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און אנגעוואונטשן.

ויו''ט היה עושים וחסידים היו מרקדים א לענגערע צייט פארענט פון ביהמ" ד הגדול, נישט קענעדיג זיך געזעגענען פון די געהויבענעם יו''ט און אהיים נעמעדיג אלע השפעות טובות בגשמיות וברוחניות עדי נזכה לביאת הגואל

אשרי עין ראתה כל אלה, אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
ליל א' דשבועות

ביי די קורצע הפסקה האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה לכבוד החג הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב"ג, נאכן זמן איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד, מערבית האט געדאווענט פארן עמוד הר"ר זלמן לייב פילאפף שליט"א שו"ב. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:10, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט יום טוב, און דער רבי איז דערנאך געגאנגען אין מקוה לכבוד יו"ט און אהיים געגאנגן לביתו נאוה קודש, ווי דער רבי האט געזאגט דעם תיקון און עוסק געווען בתורה ביז צום טיש.

ארום 1:45 איז דער רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור בביהמ"ד הגדול. הגבהת הכוס לקידוש: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.

במשך דעם טיש האט מען געזינגען נגוני התעוררות ותפילה לכבוד קבלת התורה.

מיטן פיוט מערבית האט דער רבי מכבד געווען: הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א אב"ד צאנז קר"י. אהבה רבה: הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב קר"י. דערנאך האט מען געזינגען דעם 'והאר עינינו' פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התעורורות.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'בשעה שקבלו ישראל את התורה נתקנאו בהם אומה"ע' דער כח פון משה רבינו איז געווען בשעת מען איז געשלאפן אויסצוואשן די נשמות פון אידישע קינדער, גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהן היינט איז זיין גרויסע כח צו וואשן די נשמות אפילו ביים אויפזיין די נאכט, אונז האף מיר שבועות צו קענען מקבל זיין די תורה מחדש און זוכה זיין משה רבינו זאל אונז מזכך זיין די נשמה פארן הייליגן באשעפער צו קענען מקבל זיין די תורה באנפין נהירין.

ברכהמ''ז: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. מען האט געענדיגט די טיש אום 3:50. פארן עלות איז דער רבי געגאנגען אין מקוה, און דערנאך אהיים געגאנגן לביתו נאוה קודש.

יום ראשון של שבועות

אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 10:45.

פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד לר' שמחה קרויס הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

פתיחת התפילה: הרה"ג ר' ישראל שלמה ליכטנשטיין שליט"א מו"ץ קהלתינו ב"פ. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א מו''ץ בקהלתינו ב''פ, צו שחרית יוצר והלל איז דער רבי צוגעגאנגען, ביי אהבה רבה האט מען כנהוג געזינגען דעם ניגון פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימונוב זי"ע מיט גרויס התעוררות בשעת דער רבי האט מאריך געווען בבכיות. נאך שחרית איז דער רבי ארויס.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי''ו ראה"ק, און הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי''ו מנהל מוסדותינו מאנסי. פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יואל האלבערשטאם שליט"א רב דבית מדרשינו בלומינגראוו.

מען האט אויסגערופן דעם כהן הרה''ג ר' בערל גלאנץ שליט''א מבארדיוב קר''י, און דער רבי האט פארגעזאגט דעם אקדמות בקול חוצב להבות אש בהתרגשות ובהשתפכות הנפש, און געליינט די קריאה בהתעוררות רב.

לוי: הרה"ח ר' חיים לעווי הי''ו (וויען), שלישי: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, רביעי: הרב ר' מרדכי ראזענפעלד שליט"א (וומסב''ג), חמישי: רבינו שליט"א, הגבה ספר ראשון: הרה"ח ר' דוד פריינד הי''ו(לאנדאן), גלילה: הרה''ח ר' יואל יודא רובינפעלד הי''ו (וומסב''ג).

מפטיר: הרה"ח ר' שמואל חיים בראך הי''ו (ב"פ), הגבה ספר שני: הרה"ח ר' וואלף פערל הי''ו, גלילה: הרה"ח ר' משה אברהם לעפקאוויטש הי''ו (וומסב''ג). דער רבי האט געזאגט די הפטורה שטייענדיג.

מוסף: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יוסף קליין הי''ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 3:20.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום קרעפל טיש אויפן ארון הקודש, דער רבי האט געמאכט קידוש און טועם געווען מזונות פיש און מיליכיגע קרעפלעך און פון די פלאדין, און געטרינקען א קאווע. און מען האט געזינגען ניגוני יו"ט.

רבינו שליט''א האט געזאגט דעם פשעטיל בריתחא דאורייתא ובשמחת התורה אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה און פארענטפערט די קשיות אויף 3 אופנים. מען האט געענדיגט ארום 4:05.

ביים מיטאג טיש בביתו נאווה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט אהבה רבה: נכדו הרב דוד בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק עלית למרום שבית שב''י, די ראשי תיבות איז שמעון בר יוחאי, לויט די שיטה פון רשב''י אז מען איז חושש אויף חשדא ביי מראות העין ווייל סאיז א דאורייתא האבן די מלאכים נישט געמעגט מאכן מראות העין ווי זיי עסן בשר וחלב. ברכהמ''ז: נכדו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט''א חתן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.
נאכמיטאג ארום 8:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד, מנחה: הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק' במאנטריאל.

נאך מנחה האט זיך דער רבי אראפגעזעצט אויפן פלאץ ביים ארון הקודש צום קריאת התנאים, מען האט געזינגען לכבוד יו''ט,
דער רבי האט געמאכט א ברכה אויף מזונות און געטרינקן לחיים. מיטן פיוט פון אהבה רבה האט דער רבי מכבד געווען הר"ר נתן דוד אשכנזי שליט"א מסטאניסלוב מאנסי.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'בשעה שקבלו ישראל את התורה נתקנאו בהם אומה"ע' דורכדעם וואס משה רבינו האט מוסיף געווען יום אחד עס זאל זיין לילה עמו ווייזט עס אז אין דעם זעלבן טאג קען זיין טינקל און דערנאך ליכטיג אן קיין שום רושם, דורכדעם העלפט תשובה און עס בלייבט נישט קיין שום רושם פון קיין חטא.

דער רבי האט געליינט די תנאים, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה לכבוד היום כנהוג. מען האט געענדיגט ארום 9:30, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
ליל שבת קודש

פרייטאג ערש''ק נאכמיטאג האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר די חתנים.
הבה"ח אברהם כהנא בן הרה"ג ר' אהרן יעקב שליט"א.
הבה"ח מענדל גרשון פעלדמאן ב"ר בעריש הי"ו.

פארן זמן האט דער רבי אנגעצינדן א יזכור ליכט אויף 3 טאג.

ארום 8:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.
נאך מנחה איז רבינו שליט''א ארויף אויפן ארון קודש און משמיע געווען דברות קודש אויפן פסוק 'ועת"ה אם שמוע תשמעו בקולי' און בתו"ד ארויסגעברענגט אז מען פירט איין דעם יו''ט א סדר לימוד התורה ברבים, יעדער איד האט א התעוררות במשך דעם יו''ט אויף לימוד התורה מען דארף אבער זעהן צו מאכן א כלי צו מקבל זיין תיכף ומיד, די 2 שעה וועט זיין אן איינגאבע און די רעשט וועט זיין איבערן יאר, מדה כנגד מדה וועט זיין די השפעות טובות פונעם יו''ט, די איינגאבע פון השפעות משמים וועט זיין שוין, און די איבריגע וועט נאכקומען איבערן יאר משמי מעל.

קבלת שבת: הרה"ג רבי אברהם שלמה כ"ץ שליט"א מרבני קהלתינו הק' בני ברק, נאך מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד און געציילט די לעצטע ספירה בלהב אש, מען האט געענדיגט ארום 10:30. דער ציבור איז אריבער גוט שבת זאגן און די געסט האבן שלום גענומען גאר א לאנגע צייט, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

א קורצע צייט דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און פילצאליגע געסט אנ"ש, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס לקידוש: הרה"ג רבי אברהם שלמה כ"ץ שליט"א. ביי די זופ האט מען אויפגעגעבן מצה כנהוג.

מיט די זמירות האט רבינו שליט"א מכבד געווען. כל מקדש הרה"ג ר' בעריש ראזענבערג שליט"א (וומסב"ג), מנוחה ושמחה: הר"ר הערשל כהנא שליט"א (ב"פ).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'בשעה שקבלו ישראל את התורה נתקנאו בהם אומה"ע' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון טעם כעיקר, און דערמאנט די הילולא פונעם בעש''ט הק' וואס האט ארייינגעברענט א ברען אין א טעם אין קיום המצוות עס זאל זיין טעם כעיקר.

קה אכסוף: הרה"ג ר' יוסף מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד"ק מאנטריאל שליט"א (ב"פ),
ברכהמ"ז: הגה"צ אבד"ק מאנסי שליט"א.

עובדות וסיפורי קודש די וואך האט רבינו שליט"א דערציילט פונעם בעל שם הקדוש, וואס די יארצייט געפאלט שבועות. קה רבון עלם: הרב חיים מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד"ק מאנטריאל שליט"א.

די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרב הלל בן הגה"צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א. מען האט ממשיך געווען מיט נגונים ובאו כולם און עליונים ששו לכבוד שבועות.
מען האט געענדיגט ארום 2:00.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום דאווענען אום 9:40. פתיחת התפילה: הרב החסיד ר' שלמה זלמן דאסקאל הי"ו (בני ברק). פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' אהרן יעקב כהנא שליט"א (מאנסי), צו שחרית איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען, ביי אהבה רבה האט דער רבי מאריך געווען בהתעורורות רב ובהשתפכות הנפש, און צו חזרת הש"ץ צוגעשיקט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

הוצאה והכנסה: הרה''ג ר' יצחק אהרן גרין שליט"א, פסוקי שמע ישראל: הרה"צ ר' הערשל ווייס שליט"א אב"ד אוהעל ב"פ.

עליות. כהן: החתן בן הר"ר אהרן יעקב כהנא שליט"א - באווארפען, לוי: הרה"ח ר' שלמה ברא"ח ווערצבערגער הי"ו, שלישי: הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, רביעי: בעל שמחה נכד רבינו הרב דוד אלימלך האלבערשטאם שליט"א, - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, ויקרא שמה בישראל רייזל נאך די באבע די קאלובער רביצין ע"ה, חמישי: החתן בן הר"ר מענדל ווייס שליט"א - באווארפען, שישי: רבינו שליט"א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט"א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה.
ר' שלמה הערש ברמ"ז עקשטיין ע"ה.
ר' חיים הערש ווייס הי"ו.
ר' יעקב יודא טויב הי"ו.

שביעי: החתן ב"ר בעריש פעלדמאן הי"ו - באווארפען, אחרון: הר"ר אלי' גרויס שליט"א מבערבעשט ב"פ, מפטיר: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.

נאכן ליינען האבן די פולע געסט גומל געבענטשט. הגבה: הרה"ח ר' בעריש פעלדמאן הי"ו, גלילה: ר' ברוך ליפא לעווי הי"ו. מען האט געזאגט אב הרחמים.

מוסף: הגה"צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א רב דבית מדרשינו 18'עוו ב"פ, פתיחה לאנעים זמירות: הרב יחזקאל בראך שליט"א (ירושלים).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הקידושא רבא פון נכדת רבינו שליט"א בת הנולדה להרב דוד אלימלך האלבערשטאם שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, דער רבי האט קידוש געמאכט, מען האט געזינגען נגוני שמחה און עס האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרב דוד אלימלך שליט"א. דער רבי האט געוואונטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור און משמיע געווען דברות קודש אויפן פסוק 'כה תאמר לבית יעקב' די אמירה רכה פאר די נשים איז געווען אז א מסייע איז אזוי חשוב נאך מער ווי דער וואס טוט די מצוה אליין. מען האט געענדיגט ארום 1:15.

ביים מיטאג טיש בביתו נאווה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט די שיר היחוד ליום השבת נכדו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א, ברכהמ"ז הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 7:45. מנחה הרה"ח ר' ישכר יאקאב הי''ו מנהל מוסדותינו ירושלים. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל בלייער הי''ו (מאנטריאל). בעל קורא הרה''ח ר' חיים העלער הי''ו, כהן: הרב יואל הכהן מייזליש הי''ו (וויען), לוי: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי''ו (וומסב''ג), שלישי: הרה"ח ר' שלום מאיר קעסטענבוים הי''ו (ב"פ), הגבה רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' אהרן משה שלאגער הי''ו (וומסב''ג).

זמירות ביי של"ש האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרב שלום מרדכי מאיער הי''ו חתן הר''ר זלמן לייב מייזליש שליט"א. שיר המעלות: הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק' במאנטריאל.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'בשעה שקבלו ישראל את התורה' און געטיישטש אז כדי צו קענען לערנען תורה דארף מען האבן תפילה, סיי מען זאל האבן די זכיה צו קענען לערנען און פארשטיין די לערנען, דורך טוען חסד איז מען זוכה במדה כנגד מדה אז די תפילת זאל נתקבל ווערן.

ידיד נפש: הרה"ג ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א, קל מסתתר: הרה"ג ר' יוסף פריעדמאן שליט"א (וומסב''ג). דער רבי האט געבענטשט על הכוס, און אויסגעטרינקען דעם כוס. מען האט געענדיגט ארום 9:15, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת במדבר - יו''ט שבועות 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

הֲדָרָא דְּלָא אֶפְשַׁר לְמִפְרַט בשפְוָתָא!!

אשר בחר בנו מכל עם ורוממנו מכל לשון, מתוך שבח והודאה צום הייליגן באשעפער האמיר געהאט די זכיה נתרומם צו ווערן דעם פארלאפענעם יו''ט שבועות העעל"ט בצילא דמהימנותא קדישא, יחד קהל ועדה אינאיינעם מיט א רבבה חסידים ואנשי מעשה א קיבוץ גלויות פון אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר, מימינו אש דת למו מקבל צו זיין די תורה הק' כנתינתן מסיני. וביום הבכורים בהקריבכם מנחה חדשה לה' בשבועתיכ"ם, כל השבועי"ן חביבים - 7 מאל במשך דעם יו''ט זיך צוזאמגעקומען צו די הייליגע תפילות און די 7 געהויבענע טישן, צו נהנה זיין משלחן גבוה, און זוכה זיין צו עשר"ת הדיברות מפ"ק - 10 מאל דברות קודש מלהבות אש, בהקריבכם מנחה חדשה, א מתנה פאר'ן נותן התורה שת"י הלח"ם - די 2 שעה לחמי של תורה במעמד אלופי אלפי ישראל, אשרי עין ראתה זאת ריח ניחוח לה'. און ווי רבינו שליט"א האט געזאגט, איז עס נאר א איינגאבע און וועט ברענגן כל מיני השפעות טובות ברוחניות ובגשמיות, ובתפילה לאל חי: ימים על ימי מלך תוסיף, עוד ינוב בשיבה טובה דשנים ורעננים, ונזכה עוד רבות בשנים לשאוב ממעיין טהור, ולחסות בצל תומר מתוך בריות גופא ונהורא מעליא:


דְּיוֹ אִלּוּ יַמֵּי וְכָל מֵי כְנִישׁוּתָא, דָּיְרֵי אַרְעָא סָפְרֵי וְרָשְׁמֵי רַשְׁוָתָא
איז נאך אלץ שווער און כמעט אוממעגליך צו קענען אראפלייגן מיט ווערטער די רגשי הלב פונעם פייערליכן יום טוב בצל הקודש. דא וועלען מיר בלויז איבערגעבן דברים כהוויתן סדר הימים הנעלים והקדושים העעל"ט, ויותר ממה שקראנו לפניכם כתוב כאן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Tuesday8 Sivan 57826/7/2022

Report
הֲדָרָא דְּלָא אֶפְשַׁר לְמִפְרַט בשפְוָתָא!!


דְּיוֹ אִלּוּ יַמֵּי וְכָל מֵי כְנִישׁוּתָא, דָּיְרֵי אַרְעָא סָפְרֵי וְרָשְׁמֵי רַשְׁוָתָא
איז נאך אלץ שווער און כמעט אוממעגליך אז אפאר בילדער זאלן קענען רעפלעקטירן דעם מהות און התרוממות פון אזא געהויבענעם יום טוב שבועות העעל"ט בעיר עוז לנו קרית יואל בצל הקודש פון רבינו הגה"ק שליט"א. וואס בלויז די וואס זענען געווען א טייל פון די רבבה תלמידים וחסידים כ"י בליעה"ר דעם פייערליכן יום טוב וועלן דאס קענען בכלל פארשטיין און משיג זיין.

אזוי אויך איז אין אזאלכע געהויבענע זמנים נישט געווען כמעט קיינעם'ס מוח צו לייגן א דגוש אויף סיי וועלכע בילדער ענינים.

עכ"ז כדי להרוות צמאי אנשי שלומינו שיחיו די בכל אתר ואתר, וועלכע האבן נישט געהאט די זכי' להסתופף בצלא דמהימנותא, וועלן מיר ארויסשיקן אפאר בילדער וואס עטליכע האבן אריינגעשיקט צו די מערכת, והרבה יותר ממה שכתו"ב לפניכם קרה כאן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days