שב"ק פרשת בהר 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
פרייטאג צונאכטס ארום 8:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: משב''ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו, נאך מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען צו ספירה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבהת הכוס לקידוש: הרה''ח ר' משה רוזנאי הי''ו (בית שמש).
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ח ר' משה רוזנאי הי''ו, מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יודא יחיאל שלעזינגער הי''ו (ביתר).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "ושבתה הארץ שבת לה'" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון קנין פירות.
קה אכסוף: הרה''ח ר' יצחק ארי' ווייס הי''ו (בני ברק), ברכהמ"ז: הרה''ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט''א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק הרבי רבי מענדל'ע מרימנוב זיע''א, וואס די יארצייט איז געווען פרייטאג י''ט אייר ל''ד בעומר. קה רבון עלם: הרה''ח ר' אברהם יושע גפן הי''ו.
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ח ר' יודא משה געלב הי''ו (מאנטריאל). מען האט געענדיגט ארום 1:30.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:35. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' ישראל שפיצער הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' אברהם ישעי' קויפמאן הי''ו, פסוקי שמע ישראל: הר''ר מיכל גרינפעלד הי''ו (וומסב''ג).
עליות. כהן: הרה''ח ר' ליפא פריעדמאן הי''ו (וומסב''ג), לוי: הרה''ג ר' חיים נחום גאטליעב הי''ו מו''ץ בקהלתינו, שלישי: החתן ב''ר משה יקותיאל שווארץ הי''ו, רביעי: החתן ב''ר אלעזר מענדל פילאפף הי''ו, חמישי: הרה''ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי''ו, שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה. ר' קלמן סאאל הי''ו. ר' זלמן לייבוש שווארץ הי''ו. ר' ארי' בר''ש הערשקאוויטש הי''ו. ר' אברהם פאגעל הי''ו.
שביעי: הרה''ח ר' אברהם פילאפף הי''ו, אחרון: בעל שמחה ר' אהרן הערש קאפל הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, מפטיר: הרה''ח ר' אברהם ווידער הי''ו, הגבה: הרה''ח ר' משה דוד אקערמאן הי''ו, גלילה: הר''ר נפתלי פריינד הי''ו.
מוסף: הרה''ג ר' דוד גרינפעלד שליט''א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' משה יקותיאל שווארץ הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 12:20.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן געהאט די זכיה מיטצועסן תלמידי ישיבה גדולה 'עסק התורה' סניף מאנסי, במשך די סעודה האט דער רבי פארציילט סיפורי צדיקים, און די בחורים האבן געפרעגט שאלות בהשקפה ובמנהגים אויף וואס דער רבי האט געענטפערט און מסביר געווען בטוב טעם ודעת א לענגערע צייט. רבינו שליט''א האט מכבד געווען די מנגנים צו זינגען די זמירות, מיט שיר היוחד פון פסח ביז שבועות האט דער רבי מכבד געווען נכדו הב' יואל בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, מיט ברכהמ''ז הב' בנש''ק הערשל אונגאר בן הרה''ג ר' אלעזר שליט''א מתלמידי הישיבה. מען האט געענדיגט ארום 3:00. רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:40. מנחה: ר' יעקב שלמה מיטטלמאן הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל ברד''מ ווייס הי"ו (בני ברק), כהן: הרה''ח ר' יוסף לייב סאנדער הי''ו (וומסב''ג), לוי: הרה''ח ר' משה מאיר גאטליעב הי''ו, שלישי: נכד רבינו הרב חיים יעקב רוקח שליט''א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ג ר' אלעזר מענדל פילאפף שליט''א (וומסב''ג).
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק ''כי תבאו אל הארץ ושבתה הארץ שבת לה''', און געטייטשט עס איז שוין געווארן גערעכנט פאר אידישע קינדער כאילו זיי זענען מקיים מצוות שמיטה שוין ביים אריינגעקומען אין ארץ ישראל מכח זײער השתוקקות צום קיום המצווה, די זעלבע היינטיגע צייטן בזמן הגלות אז מען איז משתוקק מקיים צו זיין מצוות התליות בארץ מחשבה טובה הקב''ה מצרפה למעשה און עס ווערט מקיום וצוותי את ברכתי עס קומט אריין א ברכה צו יעדעם אין שטוב און עס איז מקרב די גאולה.
ידיד נפש: הר''ר מיכל גרינפעלד הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' משה דוד אקערמאן הי''ו. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' אברהם ווידער הי''ו, נאך מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען צו ספירה. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט ארום 11:05.
מוצש''ק האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש חיזוק והדרכה דורך א הוקאפ, ביים מלוה מלכה פונעם היסטארישן שבת מלכתא פאר די אלמנות בקרב קהלתינו הק'.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגי"ט אייר תשפ"ב5/20/2022
באריכט
פרייטאג פרשת בהר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די הילולא קדישא פון הרה''ק רבי מנחם מענדל מרימנוב זיע''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת בהר ל''ג בעומר 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד לר' יוסף זונדל וויינבערגער הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר אברהם שלמה אפפעל הי''ו. תאומים בני ר' יואל פאוועל הי''ו. ב"ר אברהם יחיאל קליין הי''ו. ב"ר יואל ברש"ד מארקאוויטש הי''ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדען ליכט לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. נאכן דאווענען זענען אריין בקודש פנימה בחדרו הפרטי עטליכע בחורים תלמידי הישיבה וועלכע האבן איבערגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט געפרעגט ערב ל''ג בעומר אין די ישיבה.
ארום 12:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל הביהמ''ד צו די מסיבת לחיים לכבוד ל"ג בעומר אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא פון אלע סניפים, ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצען אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוטען און מען האט ממשיך געווען דערנאך בניגוני התעורורות. דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פאר אלע תלמידים, דערנאך האט מען געזינגען די זמירות היום פון בר יוחאי און ואמרתם און הב' שמעון ב"ר אליעזר דוב ענגעל הי''ו פון ירושלים עיה''ק האט פארגעזינגען אמר רבי עקיבא.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש לכבוד היום, א לענגערע דרוש במשנתו של רבי שמעון בר יוחאי, ביי רבי שמעון איז געווען א בחינה פון חרב און מען איז גראד געהאלפן געווארן, די זעלבע היינט ווען מען איז מתפלל ביים ציון הקדוש פון די נאנט פויעלט מען מיט די בחינה פון חרב, און פאר די אידן וואס פרייען זיך מיט און זענען מתפלל פון דערווייטענס פויעלן אלעס גוטס מיט די בחינה פון קשת. דערנאך האט דער רבי ארויסגעברענגט מיט התרגשות איבער די געוואלדיגע זכיה אז דא אין קרית יואל קומט פאהר אזא גרויסע כבוד פאר רבי שמעון, בפרט אז עס איז א שמחה פון בלויז חרדישע אידן, חסידים ואנשי מעשה, וזר לא יתערב בשמחתינו!, דער רבי האט ארויסגעברענגט בקול חונק מדמעות די שטארקע ווייטאג איבער דעם מצב באתרא קדישא מירון, אנשטאט עס זאלן שטיין אין די מערה אידן און פארגיסן טרערן זיצן דארט אידישע גוים און פרעסן מיט א הוילן קאפ במקום הקודש, עס איז א בחינה פון שועלים הלכו בה ר''ל, און ארויסגעברענגט אז ב"ה מען הערט אז יעצט איז שוין אביסל בעסער און מען קען שוין זאגן תהילים ביים ציון, דאס איז זיכער די כח הקדושה פון רשב"י וואס האט זיך מתגבר געווען אויפן כח פון די סטרא אחרא, און מסיים געווען בברכות קדשו בזכות התנא האלקי זאל מען פויעלן אלעס גוטס סיי פון די נאנט און סיי פון די ווייט.
נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען בניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצען פאר א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 1:30.
נאכמיטאג ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. פארנאכטס ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור לכבוד היום בהיכל בית מדרשינו הגדול אין וומסב''ג במקהלות אלפי אנשי שלומינו זקנים עם נערים ביים אנקומען האט דער רבי אויסגעבראכן אין א פייערדיגן ריקוד אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוטען, דערנאך האט זיך רבינו שליט"א געוואשן צו די סעודה לכבוד היום. בשעת'ן טיש איז פארקויפט געווארן די זכות הדלקת הנירות לכבוד התנא אלוקי, און איז אפגעקויפט און אנגעצינדן געווארן דורך הרבני הנגיד ר' יואל מיטטעלמאן הי"ו וועלכער האט מכבד געווען זיין טאט'ן הרבני הנגיד ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי''ו (ב''פ). און דורך הרבני הנגיד ר' מנחם ליבערמאן הי"ו וועלכער האט מכבד געווען זיין טאט'ן הרבני הנכבד ר' שלמה יעקב ליבערמאן הי''ו.
נאך די פיש האט דער רבי געטרינקען לחיים און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור, במשך די סעודה האט מען געזונגען נגוני התעוררות ונגוני שמחה בשירה ובזמרה, נאך די זופ האט זיך רבינו שליט"א אויפגעשטעלט טאנצן אין א פלאם פייערדיגן ריקוד פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט מען ממשיך געוועהן מיט די סעודה לכבוד היום, נאכן אויפגעבן אלע מאכלים ביי די סעודה האט מען פארגעזונגען די זמירות היום פון בר יוחאי, ואמרתם, און אמר רבי עקיבא.
נאך די זמירות האט רבינו שליט"א משמיע געוועהן דברות קודש במשנתו של התנא אלוקי רשב''י און געטייטשט אויף עטליכע אופנים פארוואס רשב''י איז מרומז אין בראשי''ת ברא אלוקים, די שמחה פון ל''ג בעומר איז ווייל ס'איז געווען פסקו למות, ווייל רשב''י האט אריינגעלייגט אור און מות איז עס געווארן מאורות, און אנגעווינטשן אז מען זאל זוכה זיין צו די 'אור' פון רשב"י און פון 'מת' זאל ווערן 'מאורות', עס זאל ווערן לעכטיג אין אידישע הייזער, ביום ל"ג בעומר קען מען מאכן פון מת צו מאורות און מען ווערט געהאלפן בזכות התנא האלוקי מיט רפואות, פרנסה, בנים, שידוכים, און מיט כל מילי דמיטב. דערנאך האט דער רבי דערמאנט אז דא אויף דעם מקום ביום ל"ג בעומר האט מען מייסד געווען די חבורה פון יסודי התורה, און מען האט שוין אדורכגעלערענט זייט דעמאלטס אזויפיל ווי 1,900 בלעטער גמרא! און אויף טויזענט בלאט האט מען געמאכט בחינות, דאס איז אור תורת רשב"י!, און דערמאנט חבורת שונה הלכות וואס מען הייבט אן דעם קומענדיגן ר"ח סיון פון פריש, אנהייב שו"ע אורח חיים, דאס איז חיים שיש בהם יראת שמים ויראת חטא, און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
נאך די דברות קודש האט מען ווייטער געזינגען ניגוני שמחה לכבוד היום און רבינו שליט"א האט מעודד געווען דעם ציבור ברשפי אש. מיט ברכת המזון האט רבינו שליט"א מכבד געוועהן הגה"צ רבי זלמן האלבערשטאם שליט"א אבד''ק טשאקאווע.
עטליכע מינוט נאכ'ן טיש איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מעריב, פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די הילולא קדישא פון הרה''ק רבי מנחם מענדל מרימנוב זיע''א, בעל תפילה איז געווען הרה"ח ר' יואל פריעדמאן הי''ו (ב''פ). און נאך מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.
ארום 11:00 איז רבינו שליט"א אריבער געפארן קיין בארא פארק ווי דער רבי האט מנחם אבל געוועהן הרבנים הגאונים שליט"א בני הגה"צ אבד"ק סארוואש זצ"ל. דערנאך האט זיך רבינו שליט''א אומגעקערט למעון קדשו בקרית יואל.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
א פראכטפולער סיום סדר נזיקין והתחלת סדר קדשים איז פארגעקומען פאר חברי חבורת 'תורתך שעשועי' אין ירושלים עיה"ק אינעם מושב קטרון אין צפון ארץ ישראל.
נואם הכבוד: הגאון רבי משה בראווערמאן שליט"א וואס האט געברענגט א לעבעדיגן גריס פונעם געהויבענעם 'שבת של תורה' פאר חברי החבורה אין ניו יארק.
משא הערב: הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו ירושלים עיה"ק שליט"א.
נזר פטרון החבורה: הרבני הנגיד ר' חיים לעבאוויטש הי"ו.
ברכת המזון: הרבני הנגיד ר' יצחק שווארץ הי"ו פטרון חבורת תורתך שעשועי.
א געהויבענעם שבת קודש ערווארט דארט די חברי החבורה, צוגעשטעלט אויף א פראכטפולן אופן ספעציעל פאר די בני החבורה, דורכ'ן פטרון החבורה ר' חיים לעבאוויטש הי"ו.
דער 'שבת של תורה' וועט זיין בראשות הגה"צ רבי חיים יוסף בידערמאן שליט"א מלעלוב.
▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
דאנערשטאגי"ח אייר תשפ"ב5/19/2022
באריכט
אשרינו מה טוב חלקנו בהילולא דבר יוחאי, ומה נעים גורלינו בזכות אדונינו בר יוחאי
ווי יאר יערליך איז די שטאט קרית יואל פארוואנדעלט געווארן אין א 'מעין קיבוץ גליות' ווי עס זענען זיך צונויפגעקומען שווערע צענדליגע טויזענטער אידן אנשים נשים וטף זיך מיטצופרייען און מיטצוהאלטן דעם 'מעמד הדלקה רבתי' אינעם 'מירון דאמעריקא' לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי וואס איז אפגעראכטן געווארן אויפן ריזן שטח צווישן ביהמ"ד הגדול אינעם מבצר הכוללים און אין די דערנעבענדיגע שטחים פון די גאסן ארום, דער מעמד מרומם איז געשאצט געווארן דורך די סטעיט פאליציי צו אריבער 65 טויזענט נפשות באטייליגטע, בליעה"ר כ"י.
גלייך נאך מעריב ארום 9:55 איז די רבי ערשינען צום מעמד קדוש און צוגעגאנגען אין צענטער פונעם בימת הכבוד וואס איז געווען פול באזעצט מיט הרבנים הגאוה"צ רבנים ודיינים שליט"א, ביים אנקומען אויפן פלאץ האט דער רבי אויסגעבראכן און פייערדיגע ריקודין פאר עטליכע מינוטען. מען האט אנגעהויבן זינגען נגוני התעוררות, נאך א קורצע צייט זינגען האט זיך די רבי אויפגעשטעלט און אנגעהויבן משמיע זיין זיינע דברות קודש מלהבת אש, בתורתו של רבי שמעון בר יוחאי, און האט ארויסגעברענגט אז רבי שמעון איז צוגעגליכן צו שב''ק און דער כח וסגולת השבת איז צו ווערן אפגעהיטן פון תאוות רעות, די תורה הק' הייבט זיך אן מיט בראשית ברא, 'בראשית' איז ר"ת א'ור ת'ורת ר'בי ש'מעון ב'ר י'וחאי, און דאס איז געווען די תירוץ פון הקב"ה פאר די מלאכי השרת וואס האבן געפרעגט 'אתי למיחטא קמיך' האט הקב"ה געזאגט אז מיטן כח פון רבי שמעון בר יוחאי וואס האט דעם זעלבן כח ווי שבת קודש קען מען ניצל ווערן פון אלע עבירות, און אונז זעמיר מתפלל צו הקב"ה "היה עם פפיות שלוחי עמך בית ישראל" אז דער הייליגער תנא זאל העלפן אהנצינדן די הדלקה בלב כל ישראל, און בזכות פונעם הייליגן תנא זאל מען ניצל ווערן פון אלע נסיונות דא אין דעם טריפה'נע מדינה. דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט לענגערע דברי התעוררות בבכיות איבער ישועות ורפואות וואס כלל ישראל דארף און זיך געבעטן ביים הייליגן תנא ער זאל בענטשן אידישע קינדער אויסרעכענדיג בקשות פאר אידישע קינדער, "אנה ה' הושיעה בזכות התנא רבי שמעון בר יוחאי" זאל שוין ווערן פון וי צו טוב און מען זאל געהאלפן ווערן מיט וואס מען דארף. און מסיים געווען מיט לענגערע ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור.
נאך די פייערדיגע דב"ק האט מען ממשיך געווען מיט נגוני התעוררות נאך לענגערע מינוטין, דער רבי האט מיטגעזינגען בהתעורורות רב ובבכיות, און דערנאך איז די רבי ארויף אויף די ספעציעלע פלאטפארמע ביים מקום 'מדורת האש' און ווייטער ממשיך געווען מיט נגוני התעוררות, בפרט דעם "ויהיו רחמיך מתגוללים" "רבונו של עולם האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערליך" וואס איז איבערגעזינגן געווארן צענדליגע מאל און דאס האט געריסן הערצער, דאן האבן די נדבני ההדלקה איבערגעגעבן די זילבערנע קריגלעך פון וואס דער רבי האט געגאסן אויל אויף די מדורה און הרה"צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א אב"ד חומעלניק - וואס די זכות הדלקה איז אפגעקויפט געווארן דורך בנו הרבני הנגיד ר' יודא ווייס הי''ו - האט איבערגעגעבן דעם גרויסן פאקל פאר רבינו שליט"א אין די האנט, און פאר לענגערע מוניט'ן איז די רבי געשטאנען מיטן פאקל בשעת מען זינגט דעם מקובל'דיגן ניגון התעוררות 'לכבוד התנא האלוקי', בערך 11:00 האט דער רבי אנגעצינדן ברגש קודש די הדלקה און זיך ארויסגעלאזט און א פייערדיגן ריקוד ביי די מדורה לכבוד התנא האלוקי וואס האט אריינגעשלעפט די רבוא רבבות מישראל אין פייערדיגע ריקודים.
נאך א לענגערע צייט איז דער רבי צוריק אריבער צום בימת הכבוד ווי מען האט געזינגען די זמירות היום פון 'בר יוחאי' 'ואמרתם' און 'אמר רבי עקיבא', דערנאך האבן זיך געשאפן צענדליגע רינגן פון די רבבות ישראל און געטאנצן פאר לענגערע שעות לכבוד דעם הייליגן תנא.
במשך די ריקודין האט די רבי אפגעשוירן נאנט צו 70 חאלאקע אינגלך מתלמידי מוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק וואס זענען אדורך כבני מרום, און דער רבי האט זיך אויך אהנגעטוהן א קאפל און א טלית קטן און געווינטשן ווארימע ברכות פאר די עלטערן און זיידעס.
נאך די חאלאקעס האט רבינו שליט''א ממשיך געווען און מעודד געווען די ריקודי אויפן פלאץ, ביז אים 11:50 ווען דער רבי האט פארלאזט דאס פלאץ און איז אהיים לביתו נאוהקודש.
אשרי עין ראתה כל אלה! תורתו מגן לנו ומאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ליל ל"ג בעומר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ביים זמן ר"ת איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל הביהמ''ד הגדול צו תפילת מעריב, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן פינעף אויל ליכט לכבוד התנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי, און נאך מעריב צוגעגאנגען צום עמוד און געציילט ספירה בהתרגשות והתלהבות דקדושה.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת בהר 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' שמואל מאיר דייטש הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב''ר מאיר מרדכי גלאנצער הי''ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור ווי דער רבי האט ארומגערעדט בעניני ל"ג בעומר, און דערביי געפרעגט א קשיא אין סוגיא וואס מ'לערנט פון די בחורים און געבעטן צו זוכן תירוצים אויף די קשיא. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
פארנאכטס ארום 8:50 האט רבינו שליט''א געדאווענעט מנחה בביהמ''ד הגדול, נאך מנחה איז רבינו שליט''א אריין בחדרו הפרטי און עוסק געווען בתורת התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת בהר 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בביהמ"ד רב טוב אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה סניף מאנסי. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור בן הרה''ח ר' יואל יאקאבאוויטש הי''ו (וומסב"ג).
נאכן דאווענען האט דער רבי משמיע געווען קורצע דב"ק, און ארומגערעדט איבער דעם מנהג פון נישט זאגן קיין תחנון בימי הוד, און פארציילט א סיפור פונעם הגה''ק מרן הדברי יחזקאל ז"ל. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים ווי מען האט זיך מפלפל געווען איבער די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט פאר די בחורים פארגאנגענעם סוף ווינטער ביים סיום הזמן מיט די תלמידי הישיבה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פארן בר מצווה בחור און אלע תלמידים.
דערנאך איז דער רבי ארויף צו די אויבערשטע שטאקן פונעם בנין 'בנין קעפעטש' ווי דער רבי איז ארומגעגאנגען אין באגלייטונג פונעם בוי מייסטער הרה"ח ר' משה נתן בן הרה"ח ר' אביגדור ראזענבערג הי''ו און זיך אומגעקוקט אויף די מקוה און די עזרת נשים וועלכע ווערט געבויעט פארן ביהמ"ד און דערנאך אויף די העכערע שטאקן פונעם בנין ווי עס ווערט געבויעט א שמחה זאל פאר די געגענט און אויפן אויבערשטן שטאק ווי ס'ווערט געבויעט און איינגערישט די ישיבה קטנה סניף זרע קודש, און וועט זיין אין באנוץ אי"ה אויף אינמיטן זומער, דער רבי איז ארום געגאנגן אין אלע שטיבער און זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' טובי' אבעלעס הי''ו ע"פ אחותו ע"ה.
נאכמיטאג ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. אין דער רבי איז אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה. ביים אנקומען האט דער רבי מנחם אבל געווען האדמורי''ם מקיוויאשד און מבארנוב שליט"א ע"פ אמם הרבנית מקיוויאשד ע"ה.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:40 ביז 12:30 בביתו נאוה קודש. דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:15 און נאך מעריב צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
צולעצט זענען אריין די עסקנים פינעם קומענדיגן שבת מלכתא מיוחד פאר די אלמנות דקהלתינו, און האבן איבערגעגעבן א אויספירליכע רעפאראט פאר רבינו שליט"א איבער אלע פלענער פונעם קומענדיגן שבת, און א רשימה פון די נדבנים מאנ"ש לכבוד דעם שבת, און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךי"ז אייר תשפ"ב5/18/2022
ווידיאו
סובסקרייבט צו סאטמאר'ע נייעס צו באקומען טעגליכע נייעס און אנטוויקלונגען מהנעשה והנשמע בצל הקודש ובחצר הקודש.
יעצט ל''ג בעומר זייט אויך פון די טויזענטער צו מיטהאלטן פון דער נאענט די גרעסטע מעמד ההדלקה לכבוד התנא אלוקי רשב"י, בעיר עוז לנו קרית יואל יצ"ו, במקהלות רבבות אלפי ישראל בראשות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.
אין די זעלבע צייט זייט מזכה אייערע חברים מיט די "סאטמאר'ע נייעס" דורכן שיקן די לינק.