זונטאג פרשת בהר פסח שני 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד לר' יואל ברי"א לעווי הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד לר' בנימין אליעזר פראנצויז הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. לבן הנולד לר' אברהם יושע טעללער הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים: ב''ר גרשון מענדל פעלדמאן הי''ו. ב''ר יואל ווערצבערגער הי''ו. ב''ר ישעי' מנחם אהרן פריעדמאן הי''ו. ב''ר חיים צבי ראטה הי''ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש הגאון רבי ישראל יצחק מענדלסזאהן שליט''א גאב''ד קוממיות ירושלים, וועלכע איז צוגאסט אין קרית יואל אויפצוטרעטן ביים מעמד הרמת קרן התורה פאר די רבני ולומדי מבצר הכוללים בקר''י, עס האט זיך פארמירט א הערליכע שמועס בדברי תורה וחסידות, אויך האט ער איבערגעגעבן א גריס פון מוסדותינו הק' אין בית שמש ת"ו ווי ער האט לעצטענס פארהערט אין די ת"ת, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט א לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 2:10 איז דער רבי אנגעקומען בביהמ"ד הגדול צום 'מעמד פתיחת זמן הקיץ והרמת קרן התורה' פאר די אכט הונדערט רבני ולומדי מבצר הכוללים. הגה"צ גאב"ד קוממיות ירושלים שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דברות קודש און האט צום ערשט באגריסט דעם חשובן גאסט דער קוממיותער רב שליט"א, און דערנאך משמיע געווען לענגערע דברי דרוש ופלפול אויף פסח שני, און ארויסגעברענגט דאס חשיבות פון די אברכי הכולל, די פירות וואס זענען שוין ארויסגעקומען פון דעם כולל, דאס הייבט די גאנצע שטאט זיי היטן און זענען מגין אויף די גאנצען שטאט, דער רבי האט מסיים געווען מיט דברי ברכה פאר די הנהלת הכולל וועלכע שטרענגען זיך אהן זיך צוצושטעלן צו די כולל אינגעלייט, בפרט מיטן העכערן יעצט די תמיכה פאר די אינגעלייט, און מסיים געווען מברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 3:00.
נאכמיטאג ארום 5:40 איז דער רבי אריבערגעקומען באולם כינור דוד, ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל פסח שני אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף היכל התורה שע"י מוסדותינו הק' בוומסב''ג בהנהלת הרה''ג ר' יודא שטאלצבערג שליט"א. דער רבי האט זיך געוואשן און געגעסן חלה און מצה, און מען האט אויפגעבן די מאכלים אזוי ווי יו"ט, במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגוני פסח און ניגוני יו"ט, דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש בדרוש ופלפול לכבוד היום, ודברי הדרכה פאר די בחורים און מסיים געווען בברכות קדשו.
פארנאכטס ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 11:00 אויפדערנאכט. דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב"ק פרשת אמור 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן דעם שטריימל פאר החתן מאיר יואל ב''ר משה יקותיאל שווארץ הי''ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 8:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: ר' שלום יצחק ווידער הי''ו, און נאך מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:10, און עס איז פארגעקומען אן אפיעל פאר מוסד מנוחה וקדושה בעיר בית שמש עטה''ק. דער עולם אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אריין בחדרו הפרטי.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבהת הכוס לקידוש: הר"ר משה אהרן דאווידאוויטש שליט''א מסעקעלהעיד בני ברק. ביי די זופ האט מען אויפגעגעבן מצה, כנהוג.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' יוסף לייב קאהן שליט''א מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט''א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויף די פרשת המועדים און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.
קה אכסוף: הרה''ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי''ו (וומסב''ג), ברכהמ"ז: הר"ר משה אהרן דאווידאוויטש שליט''א מסעקעלהעיד בני ברק.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט מעשיות אויף די פרשת השבוע. קה רבון עלם: הרה''ח ר' ישראל לאנדא הי''ו (וומסב''ג).
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרב מאיר פאנעט שליט''א בן האדמו''ר מדעעש שליט''א. דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ריקודים אויף תורתו מגן לנו לכבוד ל''ג בעומר הבעל''ט. מען האט געענדיגט ארום 1:20.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום דאווענען אים 9:30. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' יוסף קאהן הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' שמשון בוים הי''ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: הר"ר משה אהרן דאווידאוויטש שליט''א מסעקעלהעיד בני ברק.
עליות. כהן: הר''ר יעקב ברז''ל גליק הי''ו (וומסב''ג), לוי: הרה''ג ר' שמואל אפרים גאלד שליט''א, שלישי: החתן ב''ר יואל אונגאר הי''ו - באווארפן, רביעי: הרה''ח ר' משה יצחק לאנדא הי''ו (מאנסי), חמישי: בעל שמחה ר' שמואל מאיר דייטש הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, שישי: רבינו שליט''א, שביעי: ר' אברהם עבער בר''י שווארץ הי''ו, אחרון: הרה''ח ר' עמרם אונגאר הי''ו (מאנסי), מפטיר: הרה''ח ר' אייזיק זילבערשטיין הי''ו, הגבה: הרה''ח ר' יואל בר''ע אונגאר הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' יואל בוים הי''ו (מאנסי).
מוסף: הרה''ג ר' אברהם הערש זאלדאן שליט''א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' פנחס טייכמאן הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 12:20.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:30. מנחה: הר''ר נפתלי משה ווייס הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה יודא בר''ש הירש הי''ו (וומסב''ג) הי"ו, כהן: הרה''ח ר' ישראל מאיר קאהן הי''ו, לוי: ר' חיים יושע לעווי הי''ו, שלישי: הרה''ח ר' ברוך יצחק ווייס הי''ו, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' יצחק חיים ברי''ה פריינד הי''ו. מען האט נישט געזאגט צדקתך.
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק ''ובקצרכם את קציר ארצכם'' און געטייטשט אז מיט דעם וואס מען פירט זיך בחסד, איין איד האט מיטגעפיל פאר א אנדערע אידן ווען עס פעלט עפעס פאר א צווייטן, איז מען מעורר מדות רחמים בשמי מעל און עס ברענגט כל מיני השפעות.
ידיד נפש: הרה''ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי''ו, קל מסתתר: הרה''ג ר' דוד פערל שליט''א דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.
מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' שלמה זלמן שטיין הי''ו, און נאך מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 10:50.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Friday12 Iyar 57825/13/2022
Report
פרייטאג פרשת אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב''ר חיים מאיר טייטלבוים הי''ו. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
דערנאך איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' שלמה יעקב ניישטאדט הי''ו בבית זקנו הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף זרע קודש, בהנהלת הרה''ג ר' יואל אשר ווידער שליט"א, וואס איז סטאנציאנירט אין ביהמ"ד ראפשיץ. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר ליפא פאלקאוויטש הי''ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יודהל"ק פון הרה"ק בעל זרע קודש מ'ראפשיץ זי"ע. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן בר מצוה בחור, דערנאך האט מען געזונגען עטליכע ניגונים, און דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש והדרכה און דערנאך עובדות וסיפורים פונעם בעל הילולא און מסיים געווען בברכת קדשו פאר אלע בחורים און פארן בעל אכסניא של תורה פון די ישיבה הרה''צ ר' אלחנן האראוויץ שליט"א רב דביהמ"ד ראפשיץ.
דערנאך איז רבינו שליט"א ארויף אויף א באזוך בבית הרה''צ ר' אלחנן שליט"א ווי עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
פארנאכטס ארום 8:20 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אויפן צווייטן שטאק נעבן די עזרת נשים, ווי עס איז פארגעקומען די קביעות המזוזה פאר די נייע אפיסעס פון קהלתינו הק' און אירע פילצאליגע אפטיילונגען, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן פלאץ און דערנאך געדאווענט מנחה. נאך מנחה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי''ו פרעזידענט דקהלתינו הק' ווי ער האט פארגעלייגט די פלענער אויף ווייטער להרחיב ולפאר הביהמ"ד הגדול, דער רבי האט געטרינקן לחיים און פארטיילט שריים פאר די גבאי ועסקני ביהמ''ד הגדול, און משמיע געווען קורצע דב"ק ודברי ברכה פאר די ראשי קהלה און ארומגערעדט בחשיבות פון די עסקני קהלתינו הק'. דערנאך האט דער רבי קובע מזוזה געווען אויפן צענטראלן אפיס פון קהלתינו הק' און זיך אומגעקוקט אויף די נייע אפיסעס פון קהלתינו הק' און אירע אפטיילונגען, צווישן אנדערע דער מפעל קביעות עיתים, וועד הכשרות, מפעל בית נאמן, און נאך, מען האט געענדיגט ארום 9:00.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה ביי רבינו שליט''א מחותנו הרה"צ ר' מאיר איתמר שליט"א מטרעבישאן, בן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאווה קודש פון די מחותנים. ר' יואל בר"י מיטעלמאן הי''ו - ר' יודל פריעדמאן הי''ו. ר' יואל בר"ה כ"ץ הי''ו - ר' שלמה לייב גליק הי''ו.
ארום 10:15 האט דער רבי געדאווענט מעריב, און נאך מעריב צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Thursday11 Iyar 57825/12/2022
Report
מיטוואך פרשת אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' נחמן מיללער הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב''ר יקותיאל צבי לעווי הי''ו. ב''ר הערשל שווארטץ הי''ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י' פסוק ד'. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדר הפרטי.
נאכן דאווענען האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' בנציון בערקאוויטש ומוה"ר חיים בערקאוויטש הי''ו ע"פ אחיו/אביו ע"ה.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין די ישיבה בסניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאווה קודש, פון די מחותנים ר' משה דוד וויינגארטן הי''ו - ר' ליפא פרידריך ע"ה.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15 און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד'. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט' פסוק י"א.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין די ישיבה בסניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און אום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:20 ביז 12:45 בביתו נאוה קודש בוומסב''ג. דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 בביתו נאוה קודש, און צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Tuesday9 Iyar 57825/10/2022
Report
מאנטאג פרשת אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב''ר שמעון הערשקאוויטש הי''ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י' פסוק ד'. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט'ן מצוה בחור בחדר הפרטי.
נאכמיטאג ארום 4:15 איז רבינו שליט''א אריבערגעקומען בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט משמיע געווען די דרשת פתיחת הזמן פאר די אלפי תלמידי הישיבה גדולה פון אלע סניפים. דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש ואגדה אויף די וואכעדיגע סדרה, און דערנאך מעורר געווען איבער זיך צושטעלן צו די סדרי הישיבה און אלע שיעורים, צו לערנען ספרי מוסר בקביעות, גיין אין מקוה יעדן טאג וכ"ש שבת ויו"ט, און ארומגערעדט איבער די שיינקייט פון די שבתים אין ישיבה די דערהויבענקייט פון סעודת רעוא דרעווין, טוהן חסד און גיין נאך געלט, זיך אפהיטן פון די כלים, און מחזק געווען די תקנה פון רביה"ק מייסד הישיבה זיע''א נישט צו גיין צו חתונות, און צוגעענדיגט מיט דברי חיזוק פאר די בחורים, די זכי' וואס די בחורים האבן צו לערנען אין די ישיבה פון רביה"ק זי"ע און מסיים געווען בברכות קדשו.
פארנאכטס האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' אליעזר היילברוין הי''ו ע"פ אמו ע"ה.
ארום 10:00 האט דער רבי געדאווענט מעריב און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה. און נאך מעריב האט דער רבי געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' אברהם יושע גלויבער הי''ו - ר' משה רובין הי''ו.
נאך די תנאים האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Sunday7 Iyar 57825/8/2022
Report
שב"ק פרשת קדושים 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
פרייטאג צונאכטס ארום 8:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס הי''ו.
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען אן אפיעל פאר'ן מוסד דרכי שמואל עטה''ק בבני ברק, מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:10. דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אריין בחדרו הפרטי.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבהת הכוס לקידוש: הרה''צ ר' חיים בנימין כהנא שליט''א. ביי די זופ האט מען אויפגעגעבן מצה, כנהוג.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ח ר' ישראל מאיר העכט הי''ו (ירושלים), מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' מיכאל ניימאן הי''ו (ירושלים).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "קדושים תהיו" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון ספיקא דאורייתא.
קה אכסוף: הרה''ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט''א מו''ץ בקהלתינו, ברכהמ"ז: הרה''ג ר' מאיר סימאן שליט''א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק ר' נפתלי צבי מראפשיץ זצ"ל וואס זיין יארצייט געפאלט דאנערשטאג י''א אייר. קה רבון עלם: הר''ר נתן דוב ברש''ז שווארץ שליט''א.
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט''א מו''ץ בקהלתינו. מען האט געענדיגט ארום 1:25.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:30. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' שמואל לאנדא הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' מנחם ברודא הי''ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' אפרים שווארץ הי''ו (מאנסי).
עליות. כהן: הרה''צ ר' חיים בנימין כהנא שליט''א, לוי: בעל שמחה ר' יחזקאל שרגא ברי''ז ווערצבערגער הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, שלישי: הרה''ג ר' נתן דוב שווארץ שליט''א מו''ץ בקהלתינו, רביעי: בעל שמחה הרה''ח ר' יואל דוד שווארץ הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, חמישי: בעל שמחה ר' שלום בר''ש לאנדא הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, שישי: רבינו שליט''א, שביעי: בעל שמחה ר' ארי' שמחה קויפמאן הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, אחרון: הרה''ג ר' דוד פערל שליט''א, מפטיר: הרה''ח ר' שאול פריעדמאן הי''ו (ב''פ), הגבה: הרה''ח ר' שלמה ווערצבערגער הי''ו (וומסב''ג), גלילה: הרה''ח ר' יואל בעריש עקשטיין הי''ו (וומסב''ג).
מען האט געזאגט די הפטורה פון אחרי, און מען האט געמאכט דעם מי שברך לבה''ב.
מוסף: הרה''ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי''ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם הערש שעהר הי''ו. מען האט געענדיגט 12:30.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:30. מנחה: ר' יוסף יואל לעווי הי''ו, הוצאה והכנסה: הר''ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט''א, כהן: הרה''ח ר' יוסף רפאל האפער הי''ו, לוי: הרב שמואל דוד הורוויץ שליט''א (וומסב''ג) שלישי: הרה''ח ר' אברהם פילאפף הי''ו, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' בערל ברמ''א פאלאטשעק הי''ו.
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק ''קדושים תהיו'' און געטייטשט אז דער כלל איז טאקע שכר מצוה בהאי עלמא ליכא אבער אויף די הכנת המצות איז יא דא שכר אויף דעי וועלט און איז מציל אפילו אויף א מחשבת עבירה, דארף מען וועגן דעם ספעציעל נזהר זיין צו גיין אין מקוה יעדן טאג און דורך דעם זוכה זיין צו א הזמנה לקדושה.
ידיד נפש: הרה''ח ר' שאול פריעדמאן הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' שלמה ווערצבערגער הי''ו. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.
מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 10:55.
נאך הבדלה זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים תלמידי ישיבת באבוב וועלכע האבן געוויילט אויף שב''ק בצל הקודש, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודי הישיבה, וואס מען לערנט אין די ישיבה באבוב, און מאציל געווען מברכות קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Friday5 Iyar 57825/6/2022
Report
פרייטאג קדושים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב''ר אברהם גברא הי''ו. ב''ר יואל גלאנצער הי''ו.
ביים דאווענען האט מען געזאגט תחנון כנהוג אצל רבותינו הק' ביום המר והנמהר - ה' אייר אפי' בערש''ק. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז געקומען אויף א באזוך בקודש פנימה בביתו נאוה קודש כ''ק אדמו''ר מקהל חסידי ירושלים שליט''א וועלכע וויילט אויף דעם שבת אין קרית יואל, ער האט איבערגעגעבן א שיינעם גריס פאר רבינו שליט''א פון די ישיבה קטנה במוסדותינו הק' בירושלים עיה''ק ווי ער האט לעצטענס פארהערט די בחורים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די מנהגים פון בני ארץ ישראל בחוץ לארץ בנוגע די חילוקי הפרשיות, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו און דערנאך ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת קדושים 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. תאומים בני הרה"ג ר' חיים יעקב הערשקאוויטש שליט''א. ב"ר יואל טאבאק הי''ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור עיון בשיעורי הישיבה, און דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה. נאך מעריב זענען אריבער שלום נעמען עטליכע עסקנים מטעם הכנסת אורחים איהעל שע''י חברה קדישא דקהלתינו הק', וועלכע האבן זיך נארוואס צירוק געקערט פון איהעל אונגארן און האבן געגעבן א באריכט פון די פולע אקטיוויטעטן אינעהאלב די הכנסת אורחים לטובת די פילצאליגע רייזענדע.