בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Reports

← Show all

Thursday4 Iyar 57825/5/2022

Report
מיטוואך פרשת קדושים 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד לר' שלמה משולם לאנדא הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד לר' חיים דוד פארגעס הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד לר' אלי' פריעד הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל משה יצחק הערשקאוויטש הי''ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י' פסוק ב', און דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען. און עס איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארים 1 אזייגער מיטאג (8 פארנאכטס - אר"י זייגער) האט רבינו שליט''א משמיע געוועהן דברות קודש והדרכה דורך א הוק-אפ פאר תלמידי ישיבתינו הק' מהרי''ט בבני ברק לרגל התחלת זמן הקיץ הבעל"ט.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

פארנאכטס ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:30 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' אהרן שאול סאנדעל הי''ו - ר' שלמה שעהנברוין הי''ו.
ר' נפתלי יעקב דרעזנער הי''ו - ר' יואל ברמ"ל ראטה הי''ו.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה די רבני וועד העירוב קרית יואל והגלילות אינאיינעם מיט די לומדים בחבורת הלכות עירובין שע''י מבצר הכוללים קרית יואל, ווי זיי זענען איבערגעגאנגען די פלענער צו פארברייטערען דעם עירוב, ווי אויך האבן זיי אנגעפרעגט איבער שאלות וואס האט זיך געמאכט במציאות ובהלכה.

ווי אויך איז אריין בקודש פנימה הרב דניאל כהן שליט''א רב דקהל דברי אמת לעדת הספרדים אין קווינס, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער זיין יוגענט אינעם שטאט סאמארקאנד וואו ער האט געלערנט אונטער דעם אייזערנעם פארהאנג. דער רב שליט"א האט איבערגעגעבן א מנחת ביכורים, פירות און וויין, פאר רבינו שליט"א, און געוויזן פארן רבי'ן דעם נייעם ש"ס 'ממלכת כהנים' וועלכע פארמאגט די פסקי הראשונים, פונעם רמב"ם, ראב"ד, טור, שו"ע, וכו' אלעס אויפן דף הסוגיא.
דער רבי האט א לענגערע צייט מעיין געווען און אויסגעשמועסט די פרטי הדפוס, און האט מאציל געווען מברכות קדשו ער זאל מצליח זיין מיט די עבודת הקודש.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30 און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Wednesday3 Iyar 57825/4/2022

Report
דינסטאג פרשת קדושים 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל מנחם יודא גאנדל הי''ו.
ב"ר משה אליעזר שווארטץ הי''ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י' פסוק ד', און דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען. און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

פארנאכטס ארום 7:45 איז דער רבי אהנגעקומען לביתו נאוה קודש אין וויליאמסבורג ווי דער רבי האט געהאט אן אסיפה מיט די מנהלים רוחניים פון אלע סניפי ישיבה קטנות שע"י מוסדותינו אין וומסב"ג, איבער דאס נחיצות פון מקצר זיין די ליידיגע בין הזמנים טעג.

דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה, און ס'האט זיך פארצויגן די זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 1:00 אזייגער אויפדערנאכט.

בעת די זמני כניסה זענען אויך אריין בקו''פ תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה במוסדותינו הק' בוומסב''ג וועלכע האבן ארייגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת די מוסדות במשך די ימי הפורים העעל''ט, רבינו שליט''א האט פארטיילט מתנות ומאציל געווען מברכות קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 בביתו נאוה קודש, און איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה, און נאכדעם ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Tuesday2 Iyar 57825/3/2022

Report
מאנטאג פרשת קדושים ב' דר''ח אייר 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יצחק נתן גאנדל הי''ו.
ב"ר יואל מרדכי בערקאוויטש הי''ו.

רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו הלל, און ביים ליינען עולה געווען רביעי און דערנאך האבן די אויסלענדישע בחורים תלמידי הישיבה גומל געבענטשט. נאכן דאווענען זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען און דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד לר' יצחק יאזשעף הי''ו, בבית אביו הרה"ח ר' יו"ט יאזשעף הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

פארנאכטס ארום 8:20 איז רבינו שליט''א אריבערגעקומען אויף א בליץ באזוך בבית מדרשינו החדש 'בית אלעזר' אין שכונת ויואל משה, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א קורת רוח אויפן ביהמ''ד און זיך נאכגעפרעגט א לענגערע צייט ביי די מתפללים ותושבי השכונה, דערנאך האט דער רבי געדאווענט דארט מנחה, און דערנאך זיך אומגעקוקט אויפן טעגליכן שיעור וואס קומט פאר דארט בהיכל הביהמ"ד דורך הרה''ג ר' יחזקאל לאקס שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק'.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען ביז 11:45 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש, פון די מחותנים ר' אברהם יודא לעבאוויטש הי''ו - ר' אהרן שווארטץ הי''ו.

במשך די זמני כניסה האט רבינו שליט''א פארהערט אויף גאנץ הלכות שבת, הב' החתן כמר מנחם גרשון ב"ר בעריש פעלדמאן הי''ו (קר''י), און הב' החתן כמר חיים ארי' ב"ר אברהם שמואל מאשקאוויטש הי''ו (קר''י), ממציוני תלמידי המתיבתא הק'.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Monday1 Iyar 57825/2/2022

Report
זונטאג פרשת קדושים א' דר''ח אייר 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד לר' ארי' בר"מ הערשקאוויטש הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
תאומים בני ר' יושע קאהן הי''ו.
ב"ר בנציון מעזעי הי''ו.
ב"ר מנחם זאב שטערן הי''ו.

רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו הלל, און ביים ליינען עולה געווען רביעי. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד. דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט.

פארנאכטס ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז 12:30 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יואל ברב"מ מארקאוויטש הי''ו - ר' יעקב וויזעל הי''ו.
ר' חיים פאלאק הי''ו - ר' משה הערש קליין הי''ו.

במשך די זמני כניסה האט דער רבי אויך פארהערט הב' החתן כמר מרדכי שמואל הכהן בינדער הי"ו פון ירושלים עיה"ק ממצייני תלמידי המתיבתא הק' אויף גאנץ הלכות שבת.

ארום 12:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Sunday30 Nissan 57825/1/2022

Report
שב"ק פרשת אחרי מברכים חודש אייר 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

פרייטאג צונאכטס ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' ישראל יעקב בראך הי''ו.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:00. און ס'איז פארגעקומען דער אפיעל פאר ישיבת נתיבות התורה עטה''ק בעיר בני ברק. דער עולם אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 12:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות, און אנגעהויבן 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' ישראל דושינסקיא בן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, הגבהת הכוס לקידוש: נכד רבינו הרב זלמן טייטלבוים שליט''א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ח ר' חיים יאקאב הי''ו (וומסב''ג), מנוחה ושמחה: נכד רבינו הרב ליפא טייטלבוים שליט''א (ירושלים).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "אחרי מות שני בני אהרן" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצוות צריכות כוונה.

קה אכסוף: נכד רבינו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט''א, ברכהמ"ז: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק רבי ר' שמעלקא מניקלשבורג זי"ע, וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג ב' דר''ח אייר. קה רבון עלם: נכד רבינו הרב ברוך רוקח שליט''א.

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, און עס איז פארגעקומען דער שלום זכר ביי ב''ר חיים יחזקאל בר''וו לאנדא הי''ו. אז ביום השביעי: הרה''ח ר' מרדכי יצחק מאשקאוויטש הי''ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 2:15.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:40. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' שמואל לייבוש וויינבערגער הי''ו, רבינו שליט''א האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק און צוגעגאנגען צו שחרית.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' מענדל ווערטהיימער הי''ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' ישראל יעקב סופר הי''ו.

עליות. כהן: הרה''ח ר' מרדכי יצחק מאשקאוויטש הי''ו, לוי: הרה''ח ר' יעקב אלי' רייזמאן הי''ו, שלישי: הרה''ג ר' יעקב זיידא שליט''א דומ''ץ דקהל צמח צדיק וויזניץ וומסב''ג, רביעי: הרה''ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט''א, חמישי: הרה''ח ר' משה אהרן שטיינבערג הי''ו, שישי: רבינו שליט''א, שביעי: הרה''ח ר' אברהם מאסרי הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, אחרון: הרה''ח ר' העניך קרויס הי''ו, מפטיר: הרה''ח ר' ליפא גראס הי''ו, הגבה: הרה''ח ר' וואלף פארקאש הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' יצחק יודא פארגעס הי''ו (וומסב''ג).

רבינו שליט''א האט ר''ח געבענטשט, און מען האט נישט געזאגט אב הרחמים.

מוסף: הרה''ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט''א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' ישראל ראזענפעלד הי''ו (מאנסי).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' עמרם ברי''י בראך הי''ו, ווי רבינו שליט''א איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט ארום 12:30.
נאכמיטאג אום 7:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו פרקי אבות, דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די משנה פרק א' משנה ז' 'הרחק משכן רעה ואל תתחבר לרשע' און געטייטשט אויף עטליכע אופנים בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצוות צריכות כוונה, ובגנות התחברות לרשעים, ובשבח דביקות אין ערליכע אידן, חשיבות פון יעדע איד, און ביים סוף מעורר געווען איבער די גרויסקייט פון זיך צו פירן במנהגי ישראל, און ארויסגעברענגט אז די מכשולות וואס האט פאסירט פארגאנגענעם פסח, פאסירט אזעלכע זאכן יעדעס יאר, דאס נעמט זיך פון דעם אז מען פירט זיך נישט ווי אמאל מען דארף איינהאלטן די מנהג אבותינו אז מען מישט זיך נישט אום פסח. און מעורר געווען צו בלייבן וואוינען צווישן ערליכע אידן אין קרית יואל, און זיך נישט ארויסציען צו די גלילות אויב ווייסט מען נישט ווער די שכנים זענען. מען האט געענדיגט 8:10.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:25. מנחה: ר' אלי' ברח''א שפיצער הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' דוד ווערטהיימער הי"ו, כהן: ר' לוי יצחק שעהנברוין הי''ו, לוי: הרה''ח ר' שמואל דוד וויינבערגער הי''ו, שלישי: הרה''ג ר' דוד ליבערמאן שליט''א רב דקהל שעניא וומסב''ג, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' אהרן הערש מיטטלמאן הי''ו (ב''פ).

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק ''בזאת יבא אהרן אל הקודש'' און געטייטשט אז דורך כח פון שמירת שבת קודש ווערט אוועקגענומען דער מסך המבדיל וואס ווערט דורך די עבירות און מען קען צוקומען צו אהבת ה'.

ידיד נפש: הרה''ח ר' יעקב הערש ווערטהיימער הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' מענדל ווערטהיימער הי''ו. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצ"ש: הרה''ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט''א. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 10:50.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרייטאג פרשת אחרי 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד לר' ליפא ניימאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר בנציון ליכטענשטיין הי''ו.
ב"ר נפתלי יוסף ווייס הי''ו.
ב"ר יעקב שלום שטיינבערג הי''ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א געזאגט קורצע דברי מוסר ותוכחה אויף מידות ישרות בין אדם לחבירו, און האט פארדאמט א התנהגות פון מידות מגונות.
דער רבי האט געזאגט: 'איזהו מכובד המכבד את הבריות, ווער סאיז מכבד א צווייטן דער איז מכובד און ווער סאיז מבזה א צווייטן איז אליינס בזוי, ס'קומען עטליכע אינגע בחור'לעך פון די פרעמד און פראבירן מבזה זיין א צווייטן וואס קומט דא אין שטאט אויף זייער אייגענעם נערישן דעת און שכל, טארן היימישע בחורים נישט ווער מיטגעשלעפט, און מ'דארף זיך פירן ערוואקסן און בהדרגה מיט מדות טובות'.

דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת אחרי 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד לר' זלמן לייב שווארטץ הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

נאכ'ן ברית איז אריין בקודש פנימה בחדרו הפרטי הרה"ח ר' שלמה אליעזר גליקמאן הי''ו ווי ער האט געוויזן פאר רבינו שליט"א א סידור השל"ה וואס האט די חתימה און האט באלאנגט פאר הרה''ק החוות דעת זיע"א פון וועם דער רבי איז א אייניקל, דער רבי האט באטראכט די חתימה און מעיין געווען אינעם סידור בהתרגשות רב און געזאגט אינעם סידור דעם לשם יחוד פארן תפילין לייגן, בהתעוררות רב.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בביהמ"ד הגדול. פאר'ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר שלמה אליעזר גליקמאן הי''ו.
ב"ר פנחס פראנקל הי''ו.
ב"ר משה באסול הי''ו.
ב"ר יואל ברש"נ הירש הי''ו.
ב"ר ישעי' יצחק רובין הי''ו.
ב"ר מענדל גרשון אינדיג הי''ו.
ב"ר יואל ברז"ל אינדיג הי''ו.
ב"ר אברהם דוב דייטש הי''ו.
ב"ר חיים ברוך יואל דיימאנד הי''ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד. דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער צעהלימ'ע רב זצ"ל וואס איז געווען די יארצייט, און איבער פארשידענע שטעט אין די אלטע היים וואס מען האט גערופן אנדערש ווי עס האט עכט געהייסן צוליב וואס די שטאט איז געריפן געווארן אויף די נאמען פון א ע"ז.

אין די נאכמיטאג שעה'ן האט רבינו שליט''א טעלעפאניש מנחם אבל געווען הגה"צ ר' עזריאל מאיר קאהן שליט"א אב"ד סענדזשארדזש ע"פ בתו ע"ה אשת הר"ר ברוך יקותיאל שליט"א. און משפחת המנוח הרה"ח ר' משה יחזקאל שרגא גאלדענבערג ע"ה. און הרה"ח ר' יעקב פסח האפפער הי''ו ומשפחתו ע"פ אשתו /אמם ע"ה.

פארנאכטס האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ג ר' נפתלי הערש קאהן שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' ע"פ אחותו ע"ה. און משפחת ראטה ע"פ אחיהם ע"ה. און משפחת נאווי ע''ה ע"פ אמם ע"ה.

נאכמיטאג איז ע"פ פקודת הקודש פון רבי'ן שליט"א פארגעקומען דרשות אין אלע 9 סניפי הישיבה קטנות שע"י מוסדותינו הק' אין קרית יואל, בחומר ענין קדושת ביה"ח מקום מנוחת קדשם פון רבותינו הק' זיע"א, און געפאדערט בעתיד פון אלע תלמידי הישיבה זיך זיך צו פירן א איידעלע הנהגה בין אדם לחברו און זיך נישט לאזן אריינשלעפן אין קיין געמיינע התנהגות פון די עטליכע יחידים וועלכע קומען און זוכן פראוואקאציעס, נאר זיך פירן ווי ס'פאסט'זיך פאר תלמידי ישיבתינו הק'.

פארנאכטס ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז 12:45 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש, פון די מחותנים ר' אליעזר זוסיא רייז הי''ו - ר' בערל ראזענבערג הי''ו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 בביתו נאוה קודש און צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך אחרי כ''ו ניסן יומדהל''ק של רביה''ק בעל ברך משה זיע''א, 'בצל הקודש' פון בנו הגדול מ''מ וממשיך דרכו בקודש כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בביהמ"ד הגדול אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבות. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הרה''ג הרב אהרן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד עצי חיים סיגוט מאנסי בנו של הגה"צ אב"ד קהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
ב"ר אברהם מאיר ווערצבערגער הי''ו (מאנטריאל).
ב''ר יואל גרינפעלד הי''ו.

רבינו שליט''א האט געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה בהשתפכות הנפש און געזאגט די קדישים לרגל די יומדהל''ק, צו תהילים איז צוגעגאנגען נכד רבינו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים בן חדב''ן הגה''צ ר' ברוך שליט''א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לפני עלי' לציון הק', רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רבי מסיים געווען מסכת הוריות וועלכע איז געלערנט געווארן בפקודת הקודש דורך די תלמידי המתיבתא פון ר''ח ניסן, דער רבי האט געמאכט די סיום און געזאגט די הדרן און קדיש. דערנאך האט דער רבי פארטיילט שריים פאר די בר מצוה בחורים און פאר די אייניקלעך פונעם בעל הילולא, און מען האט ממשיך געווען בנגוני התעוררות.

נאכן מסיבת לחיים ארום 12:00 איז רבינו שליט"א ארויף פוקד זיין דעם ציון הק', ביים אנקומען אין ביה"ח האט דער רבי געמאכט די ברכת 'מחיה המתים'. רבינו שליט"א איז אריינגעקומען אין אוהל און געצינדן 5 ליכט מיט א נשמה ליכט, דער רבי האט געזאגט די תפילה פון "שלום עליך" פון מרן הישמח משה זיע"א בהתעוררות רב. דערנאך האט רבינו שליט"א פארגעזאגט בהשתפכות הנפש פרקי תהלים פון צ' ביז ק"ז און דעם יהו"ר און דערנאך געזאגט קדיש. דאן האט רבינו שליט"א געליינט די קוויטלעך ביים ציון המציונת בשעת דער ציבור האט געזינגען ניגוני התעוררות וואס מען פלעגט זינגען בבית מדרשו פון רביה''ק בעל ההילולא זיע''א, דערנאך האט זיך דער רבי שליט"א משתטח געווען אויף ציון הק' פאר א לענגערע צייט כנהוג און געפועלט אלעס גוטס לנו ולכל ישראל.

פארנאכטס אום 8:10 האט רבינו שליט"א געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא קדישא.
נאך מנחה איז רבינו שליט"א אריינגעקומען בביהמ"ד הגדול צום ערשה''ט וסעודת הילולא, דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה, און דערנאך געמאכט דעם סיום מסכת הוריות וסדר נזיקין וועלכע איז געלערענט געווארן בחבורת תורתך שעשועי, און ארומגערעדט בשבח החבורה וועלכע הייבט שוין אן סדר קדשים, און דערביי געווינטשן אז בזכות זה זאל מען שוין זוכה זיין צו מאכן א סיום אויף סדר 'נזיקין' בגשמיות. דערנאך האט דער רבי געמאכט דעם סיום אויף ששה סדרי משנה און א סיום הש"ס וועלכע איז געלערנט געווארן דורך אנ''ש צו די יומדהל''ק און געזאגט קדיש.
נאך די פיש האט דער רבי געווינטשן לחיים פארן גאנצן ציבור 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל'. במשך דעם גאנצן טיש האט מען געזינגען ניגוני דביקות וגעגועין וואס מען פלעגט זינגען בבית מדרשו פון רביה''ק בעל ההילולא זיע''א. מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' ברוך ווייס שליט"א.

דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש במשנתו פונעם בעל הילולא און ארומגערעדט איבער גדלותו וצדקתו, זיין כח הקדושה בג' עמודי עולם זיין גרויסקייט אין תורה און די עבודת הקודש פון אויפשטעלן בתי מדרשים און ישיבות און די גאנצע וועלט לרומם קרן התורה, זיין כח העבודה די ווארימע תפילות וואס האט מלהיב געוועהן לבבות ישראל לאביהם שבשמים, זיין כח בגמ''ח ער איז געווען א אב רחמן ללבות נשברות און פארטיילט ריזיגע צדקות ביודעים ובלא יודעים. מה כאן עומד ומשמש אף שם עומד ומשמש בפרט פאר אנ''ש ובמיוחד פאר תושבי קר''י וואס איז געווען חקוקה על לבו בחיבה יתירה, והיה כאשר הרים משה את ידו די מלחמת חרמה וואס ער האט געפירט למען כבוד ה' ובפרט קעגן טומאת הציונות, און דערמאנט כולל עצי חיים בבני ברק וואס ער האט אויפגעשטעלט ע"ש אביו מרן העצי חיים זיע"א און ס'איז געווען קרוב ללבו הטהור, משה אמת ותורתו אמת זיין מדות האמת און וואס ער האט לוחם געווען קעגן שקר, ובמקום גדולתו שם אתה מוצא ענוותנותו.

דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט בשבח און מחזק געווען די חבורות דקהלתינו הק' און דערמאנט חבורת תורתך שעשועי וועלכע איז יעצט מסיים סדר נזיקין והתחלת קדשים, און מעורר געווען אויף תפילה, צדקה וחסד, און ארויסגעברענגט די גרויסע פעולות לטובה וואס אנ''ש האבן זיך ארויסגעשטעלט בראש צו טוהן להצלת יהדות אוקריינא דאס איז א כבוד ותפארת פאר אונזער קהילה וואס איז מיוסד אויף חסד. די מוסדות התורה אין אלע מקומות וואקסן אין די ישיבות געבן ארויס שיינע פירות לשם ולתפארת, און מעורר געווען אויף צניעות בײ די עזרת נשים, ביי האר, די שייטלען און די לבוש, און איבער די טעכנאלאגישע כלים.

דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער שרעקליכע מכשולות וועלכע זענען פארגעקומען יו"ט פסח ווי אידן זענען נכשל געווארן בלא יודעים מיט חמץ בפסח רח"ל, און ארויסגעברענגט אז דאס קומט צוליב די התרשלות ביי מענטשן איינצוקויפן פסח אלעס וואס מען זעהט וואס אמאל איז דאס נישט געווען, אזוי אויך דארף מען נזהר זיין ווען מען פארט אוועק נישט פארן איבעראל און נישט עסן איבעראל. און מעורר געווען איבער קדושת חוה''מ 'חוה''מ איז נישט קיין וואכן טאג', נישט יעדע געשעפט מעג זיין אפען און נישט אלעס מעג מען קויפן אום חוה"מ. דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער דעם גזירת החינוך מען קען נישט וויסן עד היכן הדברים יגיעו, און אויפגעפאדערט אז יעדער זאל אינטערשרייבן די פעטיציעס פאר די רעגירונג אנטקעגן די גיידליינס, מען דארף זיין גרייט לדורן לתפילה ולמלחמה און ארויסגעברענגט אז מען טאר חלילה נישט מאכן קיין שום פשרות אויף די חינוך פון אונזערע קינדער. און מסיים געווען בברכות קדשו פארן גאנצן ציבור בכחו של אותו צדיק רביה"ק בעל ההילולא זיע"א.

מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ אב''ד קהלתינו ב''פ 15 שליט''א.

נאך די סעודת הילולא האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב און איז צוגעגאנגען צו ספירה צום עמוד.

זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת אחרי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בביהמ"ד רב טוב דקהלתינו הק' לרגל די שמחת ברית מילה פון בן הנולד לנכדו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט''א רב הביהמ''ד.

פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב''ר נחום שמשון שווארטץ הי''ו.
ב"ר נתנאל קויפמאן הי''ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הרה''ק הדברי חיים מצאנז זיע''א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה, סנדקאות: הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ שליט''א, מוהל: דער אבי הבן הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א, סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א

דערנאך האט רבינו שליט''א געזאגט די ברכות ויקרא שמו בישראל 'שלום אליעזר' נאכן זיידן הרה"ק ר' שלום אליעזר מ'ראצפערט זיע''א.

דערנאך איז דער רבי אריבער בביהמ"ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' מרדכי בארזעסקי הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דערנאך איז דער רבי צוריקגעקומען צו די סעודת ברית בביהמ"ד רב טוב. עס האט אויפגעטרעטן בדברי תורה דער בעל שמחה הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א. יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב מנחם שלמה אשכנזי שליט''א, מכתם לדוד לרגל די יומדהל''ק פונעם דברי חיים זיע''א: נכדו הרב משולם זושא ראזענבוים שליט''א.

דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש לכבוד די שמחה און אויך ארומגערעדט בשבח הביהמ''ד און געוואונטשן פאר'ן בעל שמחה, פאר די זיידעס און פארן גאנצן ציבור. און ממשיך געווען מיט סיפורי קודש פון הרה''ק הדברי חיים זיע"א.

ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען: נכדו הרב יואל אשכנזי שליט''א און די הרחמן'ס די בני משפחה. מען האט געענדיגט ארום 1:30.

פארנאכטס ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. און מעריב ארום 9:15, פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד און געזאגט די קדישים, לרגל די הילולא קדישא פון מר אביו רביה''ק זיע''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג אחרי 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב''ר יושע חיים גאלדבערגער הי''ו.
ב''ר יואל זאבעל הי''ו.
ב''ר משה יואל קויפמאן הי''ו.
ב''ר דוד עהרנטאל הי''ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד.

נאכ'ן דאווענען האט רבינו שליט''א געמאכט ברכת אילנות אין הויף פון הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי''ו לרפ"ש אויף די פילמאר גאס, און דערנאך אפגעראכטן א מסיבת לחיים אין זיין שטוב און מאציל געווען מברכות קדשו.

דערנאך איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

פארנאכטס ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 11:50, דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב, פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד און געזאגט די קדישים, לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הרה''ק הדברי חיים מצאנז זיע''א.

ארום 12:15 איז דער רבי אנגעקומען צו די שמחת הוואכנאכט אין שטוב פון נכדו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב בן חדב''ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט''א חתן הגה"צ רב דקהלתינו ב"פ שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די נסיעות פון רבינו שליט"א אינאיינעם מיט רביה"ק בעל ברך משה זי"ע צו די מקומות הקדושים אין אייראפע ובפרט אין צאנז. דער רבי האט געטרונקען לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן בעל שמחה די זיידעס און פארן גאנצן ציבור, און ביים ארויסגיין אנגעווינטשן פאר די יולדות און די גאנצע משפחה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days