בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

מיטוואךט' כסלו תשפ"א11/25/2020

באריכט
גייסטרייכע ראש חודש סעודה פאר גבאי מפעל קביעת עתים
דינט אַלס קוואַל פון חיזוק פאר די גבאים אָנצוגיין מיט די עבודת הקודש
דעם פאַרלאָפענעם ראש חודש כסלו העעל"ט איז פאָרגעקומען אַ רייכע מסיבת ראש חודש פאר די חשובע גבאים פון מפעל קביעות עתים דקהלתינו הק' קרית יואל, וואו עס זענען זיך צוזאַמגעקומען די "חברותות גבאים" פון אַלע בתי מדרשים דקהלתינו הק' וועלכע געבן זיך איבער בלב ונפש אסאך מער פון וויפיל עס איז מעגליך זיי צו באצאלן צו דערהייבן די כוח התורה וכוח הרוחני דא אין שטאט מיטן צוזאַמשטעלן שיעורי תורה און פּאַסיגע חברותות אין אַקביעות עתלע מקצועות התורה לכל דורש ומבקש.

במשך די אסיפה האָבן זיך די גבאים מיטגעטיילט עצות און געדאַנקן פון זייער ערפאַרונג ווי אַזוי נאָך מער צו הייבן און פאַרשטערקערן די כח התורה אין אונזער שטאט, און איז געווען אַ שטאַרקע קוואַל פון חיזוק פאר די חשובע גבאים אָנצוגיין מיט זייער עבודת הקודש ביתר שאת וביתר עוז.

אַריינקומענדיג סיי ווען אימער אין סיי וועלכע פון די בתי מדרשים דקהלתינו הק', איז אַלץ א מחזה הוד מיטצוהאַלטן ווי די בתי מדרשים ווירבלען מיט לומדים חשובים, קובעי עתים לתורה, וועלכע זענען עוסק אין פאַרשידענע מקצועות התורה, וואָס איז אַלעס צו פאַרדאַנקן די מאַסיווע פעולות פון די "קביעות עתים גבאים" וועלכע זענען אַריינגעטון ראשם ורובם צו פאַרזיכערן בעזהשי"ת להגדיל תורה ולהאדירה.
צו דערציילן איבער די פעולות פון און מפעל קביעות עתים לתורה, איז דאַכט זיך גענצליך איבעריג, נאָכדעם וואָס יעדער זעט דאָס אַליינס, און ווער עס קומט נאָר אַריין אין די בתי מדרשים פון קהלתינו הק' איבער די לענג און ברייט פון די שטאָט, זעט דאָס גלייך מיט די אייגענע אויגן, ופירותינו מעידין עלינו.
די פעולות פון התאחדות אברכים ווערט אָנגעפירט דורך דעם אַלעמען-באַקאַנטן מנהל הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו, וואס איז ממונה מטעם הקהלה אַהערצושטעלן די שיעורים ברבים אין ביהמ"ד הגדול מדי יום ביומו, ובפרט אין זמנים מיוחדים במשך דעם יאָר, אין די צייט ווען דער מפעל "קביעות עתים לתורה" איז קאָנצענטרירט צו פאַרזיכערן אַז יעדער איינציגער תושב אין די שטאָט האָט א שייכות צו די הייליגע תורה, און איז פאַרזיכערט מיט איינס אָדער עטליכע שיעורי תורה במשך דעם טאָג.
דער מפעל ווערט ענערגיש אָנגעפירט דורך דעם אַלעמען-באַקאַנטן איש המעש ומזכה את הרבים הר"ר יואל ברי"א וויינבערגער שליט"א, וועלכער איז דער רוח החיים און בריח התיכון פון דעם געוואַלדיגן כח התורה וואָס גייט טעגליך אַרויס פון אונזער שטאט קרית יואל. ר' יואל שליט"א, דער ממונה מטעם הקהלה רוהט נישט בייטאָג און שלאָפט נישט ביינאַכט. ווילאַנג עס איז נאָך פאַרהאַן אפילו נאָר איין איד אין קרית יואל אָדער אין די גלילות וואָס איז נאָכנישט אָנגעשלאָסן אין א טעגליכן שיעור, האָט ר' יואל פּשוט נישט קיין מנוחה דערפון, וואָס דאָס איז דער סוד פון די געוואַלדיגע הצלחה פון דעם מפעל, פּשוט דאָס וואָס הר"ר יואל שליט"א נעמט דעם גאַנצן מפעל אַזוי פּערזענליך אַלס אַן אייגענער פּראָיעקט.
צוזאַמען מיט הר"ר יואל שליט"א שטייען מיט א שטאַב מיט עסקנים, וואָס זענען אַלע איינגעשטעלט ביי די קהלה, און יעדער איינער פון זיי איז אויף גענומען געווארען מטעם הקהלה אויף אַן אַנדערן פון די קהל'ישע בתי מדרשים, אַרויסצוהעלפן דאָרט לאָקאַל פאר די מתפּללים, צונויפצופארן חברים, און פאַרזיכערן אַלע פעולות למען הרמת כח התורה.
הר"ר אברהם יוסף אקערמאן שליט"א – גבאי ביהמ"ד אבני צדק,
הר"ר דוד צבי גראס שליט"א – גבאי ביהמ"ד ישמח משה,
הר"ר עמרם בר"ד כהן הי"ו - גבאי ביהמ"ד ישמח משה,
הר"ר מרדכי ברי"ל קאהן הי"ו - גבאי ביהמ"ד בית מרדכי,
הר"ר מנחם זאב טייטלבוים הי"ו - גבאי ביהמ"ד בית מרדכי,
הר"ר אברהם לייב לאנדא הי"ו - גבאי ביהמ"ד ברך משה,
הר"ר שלום וואלדמאן הי"ו – גבאי ביהמ"ד אוהל פיגא,
הר"ר אברהם עביר שווארץ הי"ו - גבאי ביהמ"ד בית ברוך,
הר"ר יואל שלום לאוב הי"ו – גבאי ביהמ"ד דבלומינגראוו,
הר"ר יצחק פנחס עסטרייכער הי"ו – גבאי ביהמ"ד דבלומינגראוו,
הר"ר בנימין יוסף סופר הי"ו – אפיס דקביעות עתים,
הר"ר נפתלי זינגער הי"ו - גבאי רב טוב ובית שמואל בנימין,

און הר"ר יואל אַליינס? אויסער וואָס ער איז אָפציעל דער ממונה פון דעם מפעל אין ביהמ"ד הגדול, איז אין לו מנוחה... און לויפט טעגליך אַרום אין די בתי מדרשים איבער די שטאָט, דאָ זיך צו טרעפן מיט די גבאי המפעל, דאָ צו געבן א שמייכל פאר א פרישן אינגערמאַן, און דאָ סתם אַזוי צו צייגן אַז ווען עס קומט צו סיי וועלכע תורה'דיגע איינגעלעגענהייט שטייט מען אַלץ גרייט, און אַזוי טוט מען ב"ה אויף גדולות ונצורות. דאָס איז אויסער די פעולות פון הר"ר יואל, צו באַגלייטן געטריי די באַרימטע חבורות "יסודי התורה" און "תורתך שעשועי"
און נאָך וואָס איז אַלץ פאַרבינדן מיט פאַרשידענע פעולות להגדיל תורה ולהאדירה.
דאָס איז אויסער די אַנדערע איינגעשטעלטע פון דעם מפעל, ווי הר"ר משה אלימלך ווידער שליט"א, וועמענס אויפגאַבע איז, צוצושטעלן חברים ספּעציעל פאר די וואָס זוכן עקסטערע שיעורים אויף יעדן פרייטאָג-ערש"ק, שבת קודש, מוצאי שבת און אַזוי אַנדערע זמנים מיוחדים. ווי אויך הר"ר חיים מנחם פעלדמאַן שליט"א, וועלכער איז עומד הכן פאר אַלע פעולות פון דעם מפעל.
די הנהלת הקהלה וועלכע טראָגן דעם עול צו צאָלן די געהעלטער פאר אַלע ממונים, צאָלן קביעות'דיגע געהעלטער פאר די מרביצי תורה שליט"א אין די בתי מדרשים, אָפיס און אדמיניסטריווע קאסטן, וואָס קאָסט אָפּ פאר די קהלה אַריבער הונדערט-טויזנט דאָלאַר א יאָר!.
די פעולות פון דעם מפעל שטעלט זיך נישט בלויז ביים צושטעלן חברותא'ס וכדומה. די עסקני המפעל אין שפּיץ פון דעם רוח החיים הר"ר יואל שליט"א, טרעפן כסדר פרישע פעולות ווי אַזוי מרים צו זיין דעם קרן התורה אין די שטאָט. און בלויז מיטן זיך ווענדן צו איינעם פון די גבאי המפעל, ווערט מען סערווירט מיט חברים אָדער סיי וועלכע אַנדערע סערוויסעס, צו פאַרלייכטערן דעם קביעת עתים לתורה פאר יעדן איינעם.
הנהלת הקהלה רופט אויס מיט שטאלץ און דאנקבארקייט צו אלע חברי הקהלה מיטן באצאלן אייער התחייבות האט איר א חלק אין די אלע פעולות, און איר גייט אריין אינעם ברוך אשר יקום את דברי התורה הזאת, ווען איר קומט אריין אין איינע פון די בתי מדרשים און איר זעהט א פולע קעפיגע בית המדרש מיט לומדים שפירט אייך גוט און עסט אויף די נחת איר קענט זאגן מיט שטאלץ חבר אני איך דאנק דעם אייבירשטען איך האב א חלק אין די פעולות נשגבות להגדיל תורה להאדירה.
באריכט
שבת צופרי איז די רבי געגאנגען אין מקוה פון ישיבת באבוב, אויך האבן זיך די באבוב'ע בחורים באטייליגט ביים מיטאג טיש.

8:40 איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית, ברכות: הרה"ג ר' הערשל מייזליש בן כ"ק גאב"ד מאנטריאל שליט"א, פסוקי דזמרה: הרה"ג אברהם שלום פר"מ מראשי הכולל בק"י, שחרית איז די רבי צוגעגאנגען
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' יואל גלאנץ חתן מורינו הגה"צ הרב שליט"א
פסוקי שמע ישראל: הגה"צ רב דקהלתינו 18 עוו. שליט"א
כהן: הרה"ג אברהם איזריעל ראה"כ במאנסי
לוי: הרה"ג יעקב יוסף וואזנער מראשי הכולל במאנטריאל
שלישי: מורינו הגה"צ אבד"ק שליט"א
רביעי: הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א -חדב"ן
חמישי: הרה"ג יוסף הערש סופר מדייני קהלתינו ק"י
שישי: די רבי, נאכן עולה זיין האט די רבי געמאכט א מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת אצל הרה"ג יקותיאל מנשה ווצ"ב -מראשי החבורה בק"י ר' משה אליעזר ראזענפעלד -ק"י ר' יחיאל רובין -ק"י
שביעי: הגה"צ רב דביהמ"ד קול אליהו שליט"א -חדב"ן
אחרון: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א
מפטיר: ר' מרדכי ראזענפעלד -וומ"ס
הגבה: ר' דוד אהרן ווייס פון לאנדאן -ווי ער האט גומל געבענטשט און מוצא געווען אלע געסט
גלילה: ר' מנחם הירש -וומ"ס
מוסף: הגה"צ ר' חיים הערש שליט"א אב"ד סיגוט
פתיחה אנעים זמירות: הרה"ג ר' שלום ט"ב דיין בביהמ"ד ויואל משה
מען האט געענדיגט 12:25

צו קידוש זענען געלאדענט געווארן אלע 'ראשי הכוללים' נאך קידוש האט די רבי ארומגערעדט במשא ומתן של הלכה, און דערנאך אויפגעטרעטן מיט לענגערע דב"ק דברי הדרכה ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט די אבריכים, און די שטארקע אחריות וואס ליגט אויף די ראשי הכוללים.

נאכדעם איז די רבי אריין צום טיש, עס האט אויפגעטרעטן מורינו הגה"צ אבד"ק ור"מ שליט"א, נאך חי ה' האט די רבי געזאגט תורה,
ברוך ה' יום: הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן
ברוך א-ל עליון: הרה"ג יוסף פר"מ
נאכדעם האט די רבי געזאגט תורה, "נאך די פלייש האט זיך די רבי אויפגעשטעלט טאנצן מיט די ציבור הגדול פאר א לענגערע צייט 'בשמחת השבת ובשמחת התורה'
"נאכדעם האט מען געהאט די זכיה צו הערן הדרכה ודב"ק בדרך שאלה ותשבוה געפרעגט געווארן דורך הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל ראה"כ בוומ"ס"
בענטשן: הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א
מען האט געענדיגט 3:55

5:15 איז די רבי אריינגעקומען צו מנחה, הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' אורי שלעזינגער -לאנדאן, עס האבן עולה געווען די בעלי שמחה, כהן: ר' יחיאל רובין
לוי: ר' יקותיאל מנשה ווצ"ב
שלישי: ר' אליעזר ראזענפעלד
די רבי איז געגאנגען הגבה
גלילה: הרה"ג אהרן גאלד.
נאכן לחיים ביי של"ש האט מען געזינגן נגוני התעוררות, אודה האט די רבי מכבד געווען הגה"צ ר' הירצקא צוויבל ראה"כ בוומ"ס, שיר המעלות: הרה"ג וואלף אהרן טעלער מנהל הכולל בק"י
פאר די תורה האט מען געזינגן נאך נגוני התעוררות, די רבי האט אויפגעטרעטן מיט שטארקע דב"ק דברי התעוררות
ידיד נפש: הרה"ג ר' יחזקאל ווייס
א-ל מסתתר: הרה"ג ר' בערל גורעלניק
די רבי האט געבענטשט אויפן כוס
מעריב: הרה"ג ר' יואל הערש קאהן מדייני קהלתינו וומ"ס, די רבי האט געמאכט הבדלה און געווינטשן א גוטע וואך.
10:40 איז די רבי אריין צום מלוה מלכה -זעט די לענגערע דב"ק אויפן עקסטערע באריכט פון מוצ"ש- מען האט געענדיגט 12:00
יום שבתון אין לשכוח !!!
מוצ"ש האט די רבי באשיינט די מעמד חנוכת הבית וקביעות מזוזה ביים שטוב פון נכדו הרב מנחם שלמה אשכנזי בן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א -אין מאנטיסעלא
דערנאך האט די רבי באזיכט די נייע חרדישע ישוב.
באריכט
שב"ק תולדות "היסטארישע שבת עמלי תורה" בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א איאיינעם מיט די אריבער 1000 עלטערע לומדי הכולל.

יום קדוש הוא מבואו ועד צאתו א שבת מיט די ת"ח לומדי תורה שניתנה בשבת, צבו לחדא בהאי ועדא פארברענגט צוזאמען אויף א געהויבענעם פארנעם, ומלכם בראשם כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א תלמיד חכם בבחינת שבת, ווי מען האט זוכה געווען מקבל זיין מאור תורתו והדרכתו וואס וועט באגלייטן אויף לאנגע יארן.
'עס איז נתרומם געווארן די כבוד התורה ולומדיה, און מחזק געווען די קשר פון קוב"ה, אורייתא, וישראל, חד און וועט ברענגן השפעות בכלל ובפרט'.

פרייטאג ארום 12:00 איז די רבי ארויסגעפארן פון ביתו נאוה קודש, שפעטער איז די רבי צוגעפארן צום מחנה בית רחל לטבילה במקוה לכבוד שבת, ביים זמן הדלקה"נ האט די רבי אנגעצינדן די נרות שבת און מוצא געווען כל הקהל הקודש,
5:00 איז די רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה, נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' אהרן וויינבערג הכנה לשב"ק
קבלת שבת: הרב יואל אשכנזי בן הגה"צ ר' העניך, מען האט געענדיגט 7:15 און מ'איז אריבער זאגן גוט שבת.
8:40 איז די רבי אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור און אנגעהויבן שלום עליכם, מיט אשת חיל האט די רבי מכבד געווען בנו בכורו מורינו הגה"צ די רב שליט"א, הגבהות הכוס: די רב,
"הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד ווי די בני תורה זיצן איאיינעם און הערן געהויבענע בחינות פון רבם ומאורם, און זינגן זמירות שב"ק מיט דביקות והתרממות"
נאכן לחיים נאך די פיש האט די רבי געזאגט תורה בדברי שבח אויף די בני תורה, נאך די זיפ און נאך אלע מאכלים האט די רבי נאכאמאל געזאגט תורה,
כל מקדש: הרה"ג ר' דוד ליבערמאן
מנוחה ושמחה: הרה"ג חיים אלעזר הירשפעלד מראשי הכולל במאנטריאל.
די תורה איז געווען אויפן פסוק ויתן לך אלוקים 'בדרך דרוש ופלפול' אין די סוגיות פון מצוה הבעה בעבירה, גזל עכו"ם, מין במינו.
י-ה אכסוף: הרה"ג חיים משה לעוו מראשי הכולל בבארא פארק, בענטשן: בנו בכורו מורינו הגה"צ די רב שליט"א,
עובדות וסיפורים האט די רבי דערציילט בעניני לימוד התורה,
י-ה רבון עלם: הרה"ג דוד אהרן ווייס מראשי הכולל בלאנדאן, מען האט אריינגעברענגט פירות, אז ביום השביעי: הרה"ג אליעזר ניסן שטראלי מראשי החבורות אין ב"פ, מען האט געענדיגט 12:40.

מאנטאגז' כסלו תשפ"א11/23/2020

באריכט
נעכטן ביים מלוה מלכה נאכן היסטארישן "שבת עמלי תורה" האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א -'נשיא הכוללים' ארויסגעברענגט ביי דברות קודש נאך לענגערע דברי תורה בדרוש ופלפול ודברי הדרכה פאר די בני תורה -די געפילען נאכן געהויבענעם היסטארישן שבת ווי די רבי האט זיך אויסגעדריקט בלש"ק "..ולסיום דברי וויל איך זאגן מיינע פרעזענליכע געפילען פון דעם שב"ק "סאיז מיר געווען א עונג שבת" און א גרויסע שמחה צו זיין דא ביי דעם שב"ק מיט קרוב צו טויזענט אינגעלייט אבריכים בני תורה ..ס'געווען א געהויבענע שבת ..ס'געווען פשוט א עונג רוחני סאיז נראה וניכר אויף ענק די השפעות התורה 'יראת ה' על פניכם כמותכם ירבו בישראל'.."

דערנאך האט די רבי ארויסגעברענגט די שבח פון די הנהלת הכוללים און געווינטשן ברכות קדשו און געבעטן די הנהלת הגשמי "צו געבן אן הוספה פאר די לומדי תורה",
"כמיין אז יעדער איינער דא וועט מסכים זיין צו דעי בקשה".
און ארויגעברענגט אז עס איז דא אסאך תלמידי חכמים אין די כוללים יעדער און זייער מקצוע און געבעטן אז "..די הנהלת הכולל זאל זעהן אז דעי אינגעלייט וואס זענען 'ראוי לאותו איצטלא' זאלן האבן שימוש ביי רבנים ומורי הוראה 'און מען זאל זען זיי זאלן קענען צוקומען לדון ולהורות' .."סאיז דא שיינע תלמידי חכמים וואס מען קען זיך אויף זיי פארלאזן להלכה.."

דערביי האט די רבי אויפגעפאדערט די הנהלת הכולל צו עפענען א "ספעציעלע קרן פאר די בני תורה"
"..נאך א בקשה צו די הנהלת הכולל מזאל מייסד זיין א "קרן מיוחד" וואס זאל זיין א הילף פאר די אבריכים ווען איינער מאכט א שמחה, סווערט געבוירן א אינגל, סווערט געבוירן א מיידל, ב"ה ס'איז א שמחה גדול בישראל, "די הנהלת הכולל זאל געבן א ספעציעלע הילף און א צייט וואס איז דא א שמחה אין שטוב א ספעציעלע נתינה לכבוד די שמחה" 'און כפארשטיי אז די אלע וואס זענען דא אין זאל זענען מסכים צו מיין בקשה'.."

דערנאך האט די רבי מסיים געווען מיט שטארקע ברכות הקודש פאר די בני תורה.

זונטאגו' כסלו תשפ"א11/22/2020

באריכט
"טועמי' ארויסגערינען פונעם דינער-הויפטקוואטיר"
קורצע גריסן פון די הכנות צום גרויסן דינער "בנפשי" -מוצ"ש וישלח פאר מוסדותינו הק' קרית יואל מיט אירע אריבער 10,000 קינדער בליעה"ר.

#1
"א טאטאלער חידוש איז ערווארטעט היי יאר", ווען דער גרויסער דינער וועט לויט'ן פלאן פארקומען אין א גענצליך "נייער רחבות'דיגער פלאץ ווי קיינאמאל בעפאר", נאך צענדליגער יארן שוין וואס דער דינער ווערט אפגעהאלטן ברוב פאר והדר אין די -אמאליגע- גרויסע 'פאראדייס' זאלן, אבער דער ציבור בליעה"ר האט עס שוין לאנג אויסגעוואקסן.

צווישן די אנדערע חידושים איז אויך ערווארטעט היי יאר, אז עס וועט אויסגעטיילט ווערן "א נייער אייגנארטיגער און גאר רייכער ספר", אלס דינור מתנה פאר אלע משתתפים.

דאנערשטאגג' כסלו תשפ"א11/19/2020

באריכט
אנ"ש איבער די גארער וועלט פאלגן נאך מיט התרגשות די גאר היסטארישע "שבת עמלי תורה" פאר לומדי כוללינו בראשות מלכינו ומדריכינו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א,
שטייענדיג 60 יאר פון ווינטער תשכ"ג ווען מייסד קהלתינו הק' מרן רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע האט מייסד געווען דעם ערשטן כולל 'כולל תורה ויראה' מיט אירע 5 לומדים, שטיימיר היינט 60 יאר שפעטער ווען די מעכטיגע נעץ פון "כוללי קהלתינו הק' ציילט זיך מיט טויזענטער לומדים כן ירבו", וועלן זיך די אריבער 1,000 עלטערע חברי הכולל פון איבער גרעיטער ניו יארק און קאנאדע, זיך צוזאם קומען אינאיינעם און אפגעבן א שבח והודאה פארן אייבערשטן ששם חלקינו מיושבי ביהמ"ד און זיך מחזק זיין צו שטייגן בתורה ויראה און ווייטער זיין פון די "עמלי תורה"
די שבת פארשפרעכט צו זיין א "שבת מעין עולם הבא" 'געהויבענע תפילות', 'הייליגע טישן', 'ווארימע דרשות', בדברי חיזוק והדרכה דורכן נשיא הכוללים כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, און נאך מערערע מגידים.
עקסטער שיינט ארויס די מעמדים וואס וועלן פארקומען ער"ש ווען די חברי הכולל וועלן זיך צוזאמקומען לויט די עלטער אינאיינעם מיט די ראשי הכוללים און הערן פולע תשובת אויף די שאלות וואס איז אריינגעגעבן געווארן און די לעצטערס וואכן

"ווי אויך די 'כינוס יושבי האוהל' פאר די עלטער ת"ח וועלעכע זיצן שוין אין כולל אסאך יארן ווי עס וועט געהערט ווערן א שטארקע שמועס פון זקן ויושב בישיבה הגאון רבי אלי בער וואכטפויגל ר"י זכרון משה, און א דרשה פון הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א -חדב"ן וראה"כ בקרית יואל, און א דרשה פון הגה"צ יעקב יוסף וואזנער שליט"א ראה"כ במאנטריאל.
במשך פון די שבת וועט אויך געהערט ווערן דרשות פון הרבנים הגוה"צ מגידים מפורסמים און שפיץ פון מורינו כ"ק הגה"צ אבד"ק ור"מ שליט"א, און פון הגה"צ נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ בוומ"ס ורב דביהמ"ד ברך משה, הרה"ג בערל גורעלניק שליט"א, הרה"ג פנחס כף שליט"א רב דביהמ"ד אוהל צבי, הרה"ג יחזקאל ווייס שליט"א ר"י אור תורה, הרה"ג המשפיע ר' אהרן וויינבערג שליט"א, הרה"ג המשפיע ר' דוד הירשפעלד שליט"א פון ירושלים.

אזוי אויך וועט במשכ'ן שבת זיין צוגעשטעלט א הערליכן "היכל התורה" צו קענען עוסק זיין בתורה בהרחבת הדעת, אויך איז אויפגעשטעלט געווארן אן "אוצר כינוס סופרים" ווי עס איז אריינגעשטעלט געווארן צענדליגע ספרים אויף די נושא פון לימוד התורה, אזוי אויך חיבורים וקונטריסים וואס די לומדי הכולל האבן געשריבן במשך די יארן, וספרי רבותינו הק'.
'באו ונצא לקראת שבת מלכתא'
נדובי בעם וואס ווילן האבן א חלק און דעם דערהויבענעם שבת און אפקויפן איינע פון די מעמדים זאל זיך פארבינדן צו די מסדרי השבת אויף 845-500-0257
די סדר השבת וועט נאכפאלגן,
"לקראת שבת לכו ונלכה"

מאנטאגכ"ט מרחשון תשפ"א11/16/2020

באריכט
שבת של שמחה 'שבת שבע ברכות בחצרות קדשינו' פון החתן בנו הצעיר ממורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א בנו בכורו פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בצל הקודש בקרב קהלתינו הק' בוויליאמסבורג.

די סעודה שבת שבע ברכות איז פארגעקומען אינעם קראסנע זאל און שפיץ פון מורינו הגה"צ דער רב שליט"א.

ארום 10:00 איז די רבי אריינגעקומען צום טיש בהיכל הביהמ''ד הגדול, דער רבי האט מכבד געווען אשת חיל די אייניקיל הב' ישראל דושינסקיא, די זמירות האט דער רבי מכבד געווען די קינדער פונעם אבי הכלה, כל מקדש הרב ישראל הורוויץ שליט''א, מנוחה ושמחה הרב שמעלקא הורוויץ שליט''א, י-ה אכסוף הרב שלום הורוויץ שליט''א, אויך האט דער רבי האט מכבד געווען הגה"צ ר' חיים מאיר ערענסטער שלי"טא אב"ד וויזניץ מאנטשעסטער צו זינגען רחם בחסדיך.

בענטשען: די מחותן הגה"צ ראש ישיבת בית מאיר שליט"א, ברכות ראשונות: אבי הכלה הגה"צ אב"ד לינסק שליט"א, ברכה אחריתא: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

דער רבי שליט''א האט דערציילט א לענגערע צייט סיפורי קודש אויף הרה"ק ר' ר' הערש מרימנוב זי"ע וואס די יארצייט געפאלט ל' חשון, דער רבי האט געזאגט "אז דאס יאר איז נישטא קיין ל' חשון אבער פון ר' ר' הערש קען מען פארציילען אפילו אן א יארצייט".

קה ריבון עלם: הרב נפתלי צבי הורוויץ פון בני ברק.

נאך די פירות האט הרב מרדכי דוד עסטרייכער -בדחנא דמלכא אויסגערופען דעם רבי'ן צו מצוה טאנץ די רבי האט אפגעראכטן די עבודת הקודש און געטאנצן די מצוה טאנץ מיט רשפי אש קודש לפני הכלה און מיטן חתן, דערנאך האט געטאנצן די זיידע הגה"צ ר"י בית מאיר שליט"א דערנאך האט מורינו הגה"צ אבד"ק שליט"א -אבי החתן אפגעראכטן די פייערידיגע דערהויבענע מצוה טאנץ, דערנאך האט געטאנצן די אבי הכלה הגה"צ אבד"ק לינסק שליט"א.

דער רבי האט מכבד געווען מיט אז ביום השביעי הרב אלימלך הורוויץ, און געטאנצן און א רינג אינמיטן ביהמ"ד מען האט געענדיגט 12:50.

מוצ"ש איז פארגעקומען די עלעגאנטע רייכע שבע ברכות צוגעשטעלט דורך "יוצאי תלמידי הרב שליט"א פון אנטווערפן" לכבודו פונעם רב שליט"א פארגעקומען אין א רייכן זאל אין ניו דזערשסי, אויך האט זיך אנגעזעהן הגה''צ ר' יואל טייטלבוים שליט''א רב דביהמ''ד בית ברוך בן רבינו שליט''א מתלמידי הרב שליט''א באנטווערפען, דער רב שליט''א האט אויפגעטרעטן מיט דברי תורה ודברי הדרכה, עס האבן אויפגעטרעטן צווישן אנדערע הרה"צ ר' חיים הערש ט"ב שליט"א אב"ד מהרש"א ראצפערט איבער די קשר פונעם רב צו די תלמידים, דערנאך איז פארגעקומען א פאנעל צווישן די תלמידים.

"אין אנו מספיקים להודות ולהלל" אויף דעי יום טוב'דיגע טעג וואס מיר האבן זוכה געווען, די גאנצע ימי השמחה בחצרות קדשינו וואס וועט לאנג געדענקט ווערן און באגלייטן פאר ווער עס האט זוכה געווען מיטצוהאלטן, "ודיו אילו ימי" איז נישט מעגליך ארויסצוברענגן די הייליגע געפילן די התרגשות פון די רבבות משתתפים, ויהו"ר שמשמחה זו ישפע שפע רב לנו ולכל ישראל.

"שישו ושמחו בשמחת רבינו ובנו בכורו הגה"צ הרב שליט"א, אור זרוע לצדיק ולישרי לב שמחה"

פרייטאגכ"ו מרחשון תשפ"א11/13/2020

באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

שטייענדיג אפאר טאג נאכן דערהויבענעם חתונה הגדולה וואס די געפילען איז נישט מעגליך ארויסצוברענגן, גרייטן זיך רבבות חסידי סאטמאר מיטצולעבן דעם שבת של שמחה 'שבת שבע ברכות בחצרות קדשינו' החתן בנו הצעיר ממורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א בנו בכורו פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בצל קדשו פונעם רבין שליט''א בקרב קהלתינו הק' וומסב''ג
.


סדר וזמנים פון שב"ק "שבת שבע ברכות" בחצרות קדשינו בקרב קהלתינו הק' וומסב''ג "בבית מדרשינו הגדול" מיט די השתתפות פון די זיידעס און שפיץ פון די געהויבענע זיידע כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

מנחה וקבלת שבת 5:10
עריכת שלחן הטהור 9:30 -ריקודי קודש "מצוה טאנץ" תיקף אחר ברהמ"ז
שחרית 9:15
קידושא רבא אחר התפילה לרגל שמחת הולדת נכדת כ"ק רבינו שליט"א
מנחה וס"ג 5:10

שישו ושמחו בשמחת רבינו שליט"א ובנו בכורו הגה"צ הרב שליט"א
באריכט
פארגאנגענעם דאנערשטאג פ' לך האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קובע מזוזה געווען ביים בנין פונעם נייעם מקוה וואס איז געבויעט געווארן דורך הרבני הנגיד ר' אברהם יודא מאנדעל בגלילות קרית יואל
ווי די רבי האט זיך אומגעקוקט אויפ'ן כשרות המקוה, און געפראוועט א מסיבת לחיים און געווינטשען ברכת קדשו פאר'ן חשובן נדיב הי"ו

מאנטאג וירא האט די רבי זיך משתתף געווען ביים שבע ברכות פון די מחותנים הרה"צ יודא אלישע הורוויץ שליט"א רב דביהמ"ד אור החיים בן כ"ק גאב"ד דקהלתינו מאנטשעסטער שליט"א, און הרה"צ יוסף מרדכי וואגשאהל שליט"א ראה"כ ורב דביהמ"ד כולל ערב שבת חתן הגאון האדיר דומ"ץ ק"י שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אין ישיבה קטנה סניף אבני צדק בהנהלת הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א -ווי די אבי החתן דינט אלץ מגי"ש
עס איז פארפירט געווארן א הערליכע שמועס בדברי תורה מיט הגה"צ הדומ"ץ שליט"א און הגה"צ ממאנטשעסטער שליט"א און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיטן חתן און די זיידעס הגה"צ הדומ"ץ שליט"א און הגה"צ ממאנטשעסטער שליט"א.

דינסטאג וירא האט זיך די רבי באטייליגט ביים מסיבת שבע ברכות ביי נכד הרה"ח ר' הערשל שפיץ -בעל אכסניא פון רבין אין פאלם ספרינגס, עס איז פארפירט געווארן א שיינער שמועס, און די רבי האט אנגעוואונטשן פאר'ן חתן, מחותנים, און פאר'ן זיידן ר' הערשל הי"ו

דעם מוצ"ש וירא האט זיך די רבי באטייליגט ביים חנוכת הבית אינעם הויז פון הרה"ח ר' יודא ווייס מחשובי אנ"ש, ווי ר' יודא האט זיך אונטערגענומען א סכום נכבד פאר'ן נייעם מאיעסטעטישן דרום פליגל אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל, דער רבי האט אונטערגעשריבן דעם שטר הסכם און געגעבן ברכת קדשו פאר'ן נדבן.

מיטוואךכ"ד מרחשון תשפ"א11/11/2020

באריכט
כ"ק מרן רבינו הגאון הקדוש שליט"א האט היינט ביים צענטראלן שמחת השבע בחצרות קדשינו בביהמ"ד הגדול וומ"ס אויפגעטרעטן מיט לענגערע דברות קודש ארויברעגענדיג די שבח פון די קהילה "סאיז מיר אן עונג ווען כ'קים אריין צו די קהילה דא אין וומ"ס א קהילה נאה וחסידה" און שטארק ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב די קהילה אין שטאט,

דערנאך האט די רבי דערמאנט פילע אויפטיענגען וואס האבן זיך אנגעהויבן אין ביהמ"ד אויף הופפער סטריט "דא אויף דעם פלאץ נאך פאר סגעווען א בנין סאיז נאך געווען א אוהל האט מען מייסד געווען חבורת "יסודי התורה" -סגעווען דעמאלטס וואס האבן געלאכט פונעם גאנצן רעיון היינט לאכט שוין קיינער נישט "אלע קהילות האבן עס נאכגעמאכט" ווער סאזגט עס אפען און ווער סשעמט זיך צוזאגן" ב"ה אדרבא יעדער זאל נאכמאכן, אסאך גוטע זאכן האט מען נאכגעמאכט, "מער ווי צען יאר האב איך געזאגט דא אויף דעם מקום, אז די ווייץ איז זייער שוואך "מהאט מיר פארשריגן אז כבין משנה די מסורה" מהאט געשניטן היי יאר ווייץ נישט פון לאנג איילענד "נישט ווייל סוואקסט מער נישט קיין ווייץ נאר זיי שעמען זיך מודה זיין על האמת אז מען האט געגעבן פאר אידן שוואכע ווייץ יארן לאנג" און רוב מצות פון בעקעריי פלוני ופלוני קומט שוין פון קאליפארניע וואס איז שכנות מיט אריזאנע "און כהאב געשוויגן די גאנצע צייט ווייל כהאב געוויסט די אמת וועט ארויפשווימען "ווי לאנג קעמען בלאפן" כ'דאנק די הייליגע באשעפער כהאב א חלק דערין, אסאך גוטע זאכן קודם פארשרייט מען און נאכדעם טיט מען נאך.

און אויסגעפריט מיט שטארקע ברכות הקודש פאר בנו בכורו חביבו ויקירו הגה"צ האבד"ק שליט"א לרגל השמחה און פאר די מחותנים, זיידעס, חתן און פארן גאנצן ציבור.
באריכט
ביים צענטראלן שבע ברכות בחצרות קדשינו היינט בביהמ"ד הגדול וומ"ס האט די אבי החתן מורינו הגה"צ אבד"ק ור"מ שליט"א אויפגעטרעטן מיט לענגערע הארץ-רייסענדע דב"ק ווי די רב האט דערמאנט מיט א קול געשטיקט פון טרערן די שווערע טעג וואס איז אריבער אויף כלל ישראל ובפרט אויפן מאמע הרבנית הצדיקת תליט"א וואס איז געווען און גאר א קריטישן צושטאנד און בחסדי ה' האט די רביצין געקענט מיטהאלטן די שמחה, און אפגעגעבן א שבח והודאה פארן רבש"ע אז מען האט אינטערגעפירט די יונגעסטע קינד בחייוו פון די עלטערן א זאך וואס נישט די טאטע און נישט די זיידעס ארויף ביז ר' אלעזר ניסן האבן נישט זוכה געווען.

א מחזה הוד האט זיך אפגעשפילט ווען די רב האט ארויסגעברענגט א שבח והודאה אז היינט האט די רב זוכה געווען אז עס איז פארענדיגט געווארן דעם ספר הק' "ייטב לב" וואס די זיידע רביה"ק זי"ע בעל ברך משה האט געבעטן די רב צו איבערדריקן און בהוראת הגה"ג מגדולי פוסקי דורינו דומ"ץ ק"י שליט"א האט די רב אויסגעשריגן דעם ברכת "שהחינו" בשם המלכות "שהחינו וקימנו והגיענו לזמן הזה" אז מען האט ערפילט דעם זיידענ'ס רצון, ווי רביהק זיע האט געגעבן פארן רב די ערשטע 5 טויזענט דאללער און געשריבן א מכתב חיזוק, און דערביי האט די רב איבערגעגעבן מנחת ביכורים פארן טאטן רבינו שליט"א דעם ערשטן ספר פונעם דריק ווי די רבי האט דאס באטראכט פאר א לענגערע צייט.
באריכט
הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א -ראה"כ ביי די דרשה היינט ביים צענטראלן שבע ברכות בחצרות קדשינו בביהמ"ד הגדול וומ"ס האט די ראה"כ ארויסגעברענגט די געפילן פון די אלפי אנ"ש וואס האבן געהאט די זכיה מיטצולעבן די היסטארישע חתונה הגדולה ארויסברעגענדיג יעדע מעמד באזינדער צוגלייכענדיג צו איינע פון די ימים טובים "ובפרט די דערהויבענע מצוה טאנץ צו די הייליגע הקפות" זאגענדיג "די רבי זאל זיין געזינט האט עורך געווען דא די הקפות ביי די מצוה טאנץ אידן האבן זיך געשפירט ווי די הקפות" "..סאיז הקפות חודש חשון אונז וויל מיר הקפות חודש תשרי פון רבין" אונז וויל מיר ווען סאיז מעוטף בטליתו "מראהו כמלאך אלוקים" אונז דארף מיר דורך גיין דא די נסיונות די איינציגע זאך וואס האלט צוריק אז מען זאל עס קענען דורך שוויצן איז אז מען זעט דעם מלאך אלוקים מעוטף מזעט אנהאלטן די ספר תורה מיט בכיות נוראות מעורר זיין על קדושתן של ישראל דאס שטעלט אונז אוועק און דאס געט אונז חיזוק אגאנץ יאר"

דינסטאגכ"ג מרחשון תשפ"א11/10/2020

באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

היינט קומט פאר די צענטראלע שבע ברכות בחצרות קדשינו פון החתן בנו הצעיר ממורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ וומסב''ג שליט"א בנו בכורו פון כ"ק מרן רבינו עט"ר הגאון הקדוש שליט"א ציגעשטעלט דורך "קהל יטב לב דסאטמאר וומסב''ג" לכבודו פונעם רבין און פון בנו בכורו דער רב שליט"א קומט פאר במעמד רבבות אלפי ישראל בביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג
ווי גאר א רייכע מעמד איז צוגעגרייט!

קול צהלה ורנה שפתינו אז תרננה
דער רבי זאל לעבן א מזל טוב!
דער רב זאל לעבן א מזל טוב!
אלע חסידים א מזל טוב!

שישו ושמחו בשמחת רבינו שליט"א ובנו בכורו הרב שליט"א!!

סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל!!
באריכט
כ''ק האדמורי"ם ורבני"ם הגאוה"צ שליט"א וואס האבן זיך באטייליגט ביים חתונה הגדולה בחצרות קדשינו פון החתן בנו הצעיר ממורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ וומסב''ג שליט"א בנו בכורו פון כ"ק מרן רבינו הגאון הקדוש שליט"א נעכטן בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג.

די זיידעס ובראשם די געהויבענע זיידע כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, הגה"צ אב"ד קהלתינו הק' ב"פ שליט"א, הגה"צ ראש ישיבת בית מאיר שליט"א ואב"ד זרע קודש, די מחותנים אבי החתן מורינו הגה"צ האבד"ק שליט"א אבי הכלה הגה"צ אבד"ק לינסק שליט"א.

כ"ק הגה"צ אב"ד קהלתינו 15 שליט"א
כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א
כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-מאנסי שליט"א
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-וומ"ס שליט"א
כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א
כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א
כ"ק אדמו"ר מקארלסבורג שליט"א
כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א
כ"ק אדמו"ר מבית חיים יושע שליט"א
כ"ק אדמו"ר מקיוויאשד שליט"א
כ"ק אדמו"ר מאונגוואר שליט"א
הגה"צ אב"ד וואלאווע שליט"א
הגה"צ אב"ד וויזניץ מאנטשעסטער שליט"א
הגה"צ אבדק''ק פריימאן שליט"א
הגה"צ אב"ד לימינוב שליט"א
הגה"צ אב"ד ציעשנוב ק"י שליט"א
הגה"צ ר' חיים שלום האלבערשטאם בשליחות אביו כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א
הגה"צ ר' חיים מאיר האגער בשליחות אביו האדמו"ר מוויזניץ שליט"א
הגה"צ ר' חיים מאיר האגער בשליחות אביו האדמו"ר מוויזניץ-מרכז שליט"א
בני וחתני רבינו שליט"א, בני האדמו"ר מסקווירא, און נאך, און פילע רבבות אלפי אנ"ש חסידי סאטאמר.

היינט ביים צענטראלן שבע ברכות האבן זיך צווישן אנדערע באטייליגט:
הגאון האדיר מגדולי פוסקי דורינו דומ"ץ ק"י שליט"א
האדמו"ר מדעש ק"י שליט"א
האדמו"ר מדינוב מאנסי שליט"א
הרה"צ ר' אהרן מענדל טערווערסקי שליט"א בן האדמו"ר מסקווירא
הגה"צ אב"ד ציעשנוב ק"י שליט"א
און נאך פילע רבבות אנ"ש חסידי סאטאמר.
באריכט
היינט ביים צענטראלן שבע ברכות בחצרות קדשינו האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אויפגעטרעטן מיט פייערדיגע דברות קודש דברים קילורין לעינים בחובת השעה ארויסברעגענדיג מיט א לויב און דאנק צום רבש"ע, בגשמיות: אז מען איז געזינט כלנו חיים היום און מען האט זיך ארויסגעדרייט פונעם ביטערע מגיפה
און ברוחניות "אז נאך 3 שווערע וואכן וואס די רעגורונג האט האט זיך פארלייגט אויף כלל ישראל און ארויפגעלייגט דריק אויף די הנהלת המוסדות צו פארשליסן די מוסדות האט מען בחסדי ה' געהאלטן אפען די מוסדות" א דאנק די "צוזאמארבעט פון אלע מוסדות" און דאס האט געשיקט די ריכטיגע מעסעדזש פאר די רעגורונג אז כלל ישראל איז א "עם קשה עורף" און וועט זיך נישט בייגן אויף קיין שום אופן און האט דערגרייכט ביז די הויכע פענסטערס אז "מיר גייען נישט משנה זיין קיין זיז כל שהוא" און וועט אויפטיען בס"ד אויך און עתיד איבערן גזירת החינוך
דאן האט די רבי שארף ארויסגעטראטן קעגן דעי וועלעכע ווילען אריינברעגן פארשידענע נייע ביכער ביי די למידי חול "אונז גיימיר נישט משנה זיין, דעי וואס איז גוט געווען פאר 20 יאר צוריק דעי ביכלעך וועל מיר לערנען ווייטער" דערביי האט די רבי דערמאנט די הוראות הקודש פונעם פעטער די מייסד הקהילה רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע "אז ביי די למידי חול זאל מען לערנען נאר אזעלעכע זאכן וואס איז נישט צו געשמאק און נישט ציענדיג" "און אויף דעם וועלן מיר אכטונג געבן"
און אויסגעפירט בברכות קדשו אז מען זאל קענען מחנך זיין די קינדער על דרך שקבלנו מאבותינו מדור דור און מיט שטארקע ברכות הקודש פאר בנו בכורו חביבו ויקירו מורינו הגה"צ האבד"ק שליט"א לרגל השמחה און פאר די מחותנים, זיידעס, חתן און פארן גאנצן ציבור.

מאנטאגכ"ב מרחשון תשפ"א11/9/2020

באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

היינט קומט פאר די צענטראלע שבע ברכות בחצרות קדשינו פון החתן בנו הצעיר ממורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ וומסב''ג שליט"א בנו בכורו פון כ"ק מרן רבינו עט"ר הגאון הקדוש שליט"א ציגעשטעלט דורך "קהל יטב לב דסאטמאר" לכבודו פונעם רבין און פון בנו בכורו דער רב שליט"א, קומט פאר במעמד רבבות אלפי ישראל בביהמ"ד הגדול אין קרית יואל.

סדר המעמד הגדול:
נטילת ידים 7:30
הופעת החתן והמחותנים און שפיץ פונעם רב שליט"א: 8:00
הופעת כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בשירה ובזמרה בתופים ובמחולת: 8:35
בעלי השיר יצאו בשיר לרגל השמחה הגדולה: 9:00
דברות קודש 9:30
אח"כ ברכות המזון.

קול צהלה ורנה שפתינו אז תרננה
דער רבי זאל לעבן א מזל טוב!
דער רב זאל לעבן א מזל טוב!
אלע חסידים א מזל טוב!

שישו ושמחו בשמחת רבינו שליט"א ובנו בכורו הרב שליט"א!!

סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל!!
באריכט
"דבר אין בפי ובלשוני אין מלה"

דאס זענען די ווערטער וואס קומען ארויס פון די געפילען וואס איז נישט מעגליך ארויסצוברענגן פון די אלופי אלפי חסידי סאטמאר וואס האבן געהאט די זכיה מיטצולעבן די היסטארישע חתונה הגדולה פון החתן בנו הצעיר ממורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ וומסב''ג שליט"א בנו בכורו פון כ"ק מרן רבינו הגאון הקדוש שליט"א, ובפרט די הייליגע מצוה טענץ וואס איז אפגערכטן געווארן מיט גאר דערהויבענקייט און התרוממות הנפש דורך עטרת ראשינו כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, ובו יריץ צדיק ונשגב למעלה מהשגתינו, וואס האט אויפגעהויבן די רבבות אלפי אנ"ש זיך אנשעפענדיג מיט השפעות קדושות בגשמיות וברחניות. און האט נאכגעפאלט מיט אן אש קודש מיטן געהויבענעם מצוה טאנץ פונעם אבי החתן מורינו הגה"צ די רב שליט"א פאר לענגערע מינוטין ווי די רב שטייט און טאנצט רקידי קודש מיט דאנק אין זמר צום רבש"ע "עד הנה עזרנו רחמיך" און בעט זיך "ולא עזבנו חסדיך" "אנא ה' הושיעא נא" "אנא ה' הצליחה נא".

ומה נהדר היה המראה, ווען כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א האט זיך ארויסגעלאזט און א פייערדיגע ריקוד אינאיינעם מיט בנו בכורו חביבו ויקירו הגה''צ דער רב שליט"א, 'ואשרי העם שככה לו' ווען די גאנצער עולם רבבות אנ"ש הייבן זיך אינדערליפטן לשמוח בשמחת רבינו ובשמחת בנו בכורו הרב שליט"א

"אשרי עין ראתה בשמחת קהלינו", די דערהויבענע חתונה וועט לאנג געדענקט ווערן און באגלייטן די רבבות משתתפים און איז נישט מעגליך אראפצולייגן פאר ווער עס איז נישט דארט געווען יהו"ר שמשחה זו ישפע שפע רב לנו ולכל ישראל, צדיק כתמר יפרח כארז בלבנון ישגה עוד יניבון בשיבה.

זונטאגכ"א מרחשון תשפ"א11/8/2020

באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

היינט קומט פאר די גרויסארטיגע שמחת בית צדיקים שמחת החתונה הגדולה בחצרות קדשינו פון החתן הרב יואל ט"ב שליט"א בנו הצעיר פון מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ וויליאמסבורג שליט"א בנו בכורו פון כ"ק מרן רבינו עט"ר הגאון הקדוש שליט"א חתן הגה"צ אב"ד דקהלתינו הק' ב"פ שליט"א מיט די כלה בת הגה"צ אבד"ק לינסק שליט"א בן הגה"צ ראש ישיבת בית מאיר שליט"א ואב"ד זרע קודש חתן כ"ק אדמו"ר מזדיטשוב-שיקאגא שליט"א קומט פאר במעמד רבבות אלפי ישראל אין בית מדרשינו הגדול ווי די שווערע רבבות חסידים וועלן זיך מיטפרייען מיט א התרגשות דקדושה והתרוממות הנפש בשמחת בית צדיקים

זמני יום החיפה בצל הקודש פונעם געהויבענעם זיידע כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א:
מנחה בביתו נאוה קודש בוומ"ס ארום 4:00,
נאך מנחה וועלן אלפי אנ"ש האבן די זכיה צו אריינכאפן א ברכה פונעם גרויסן זיידן רבינו הגה"ק שליט"א ביום החיפה ווי מען וועט קענען דורך גיין בלויז אין שורות,

זמני שמחת החתונה הגדולה:
קבלת פנים ארום 5:00 בביהמ"ד הגדול ווי מען וועט זינגען נגיני התעוררות און די רבי וועט אויפטרעטן מיט דב"ק דברי התעוררות און פוילען ישיעות ורפואות אין דעם גרויסן זמן,
חופה 6:00,
די סעודת החתונה וועט געפראוועט ווערן בהשתתפות די מחותנים זיידעס אין שפיץ פון מורינו הגה"צ די רב שליט"א אין היכל ביהמ"ד הגדול צו קענען אקאמאדירן די אלפי אנ"ש,
הופעת כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 9:30
ווי עס וועט זיין א גלעגענהייט צו אריבערגיין ווינטשען מז"ט פארן רבי'ן,
ברכות המזון 11:00,
נאכן בענטשן וועט פארקומען די געהויבענע הייליגע לעכטיגע מצוה טאנץ דורכן רבין וואס די אויגן פון שווערע רבבות אידן קיקן ארויס צו דעי הייליגע מינוטין צו קענען מיטהאלטן די עבודת הקודש פונעם רבין
נאכדעם וועלן טאנצן די זיידעס, מחותנים, ווי די אבי החתן מורינו הגה"צ די רב שליט"א וועט אפרעכטן די דערהויבענע מצוה טאנץ,

קול צהלה ורנה שפתינו אז תרננה
די רבי זאל לעבן א מזל טוב!
די רב זאל לעבן א מזל טוב!
אלע חסידים א מזל טוב!
שישו ושמחו בשמחת רבינו שליט"א ובנו בכורו הרב שליט"א
סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל

פרייטאגי"ט מרחשון תשפ"א11/6/2020

באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

סדר וזמנים פון שב"ק "שבת עלי לתורה" בחצרות קדשינו פון החתן בנו הצעיר פון מורינו כ"ק הגה"צ אבד"ק ור"מ שליט"א בקרב קהלתינו הק' וומ"ס "בבית מדרשינו הגדול" מיט די השתתפות פון די זיידע כ"ק הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א און די זיידעס מצד הכלה

באגלייטן החתן 5:10 -מבנין חי"ל הילמאן
מנחה ער"ש 5:15
סעודות ליל שב"ק 7:00 -מיוחד לבני המשפחה, "ולזקני פני העדה חברי חבורות אהבת קדומים", און פאר די הונדערטער בחורי אנ"ש תלמידי ישיבתינו צעירים בוומ"ס -תלמידי הרב שליט"א, ותלמידי ישיבה קטנה,
התוועדות לאלפי אנ"ש 9:15
באגלייטן החתן ביום שב"ק 9:00 -מבית הגה"צ האב"ד שליט"א
זמן שחרית 9:15
קידושא רבא אחר התפלה בהיכל תהילות יוסף
מנחה וס"ג 5:15

שישו ושמחו בשמחת רבינו שליט"א ובנו בכורו הגה"צ הרב שליט"א

דאנערשטאגי"ח מרחשון תשפ"א11/5/2020

באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

מיט א התרגשות דקדושה און א התרוממות הנפש גרייטן זיך רבבות אלופי אלפי ישראל תלמידי וחסידי סאטמאר צו די געהויבענע ימי השמחה בחצרות קדשינו שמחת החתונה פון החתן הרב יואל ט"ב שליט"א בנו הצעיר פון מורינו כ"ק הגה"צ אבד"ק ור"מ שליט"א בנו בכורו פון כ"ק מרן רבינו עט"ר הגאון הקדוש שליט"א וחתן כ"ק הגה"צ גאב"ד דקהלתינו הק' ב"פ שליט"א מיט די כלה בת הגה"צ ר' מאיר יצחק הורוויץ שליט"א אב''ד לינסק בן הגה"צ ראש ישיבת בית מאיר שליט"א ואב''ד זרע קודש חתן האדמו"ר מזדיטשוב-שיקאגא שליט"א וועלעכע קומט פאר דעם זינטאג חיי שרה במעמד רבבות אלפי ישראל
סדר השבת עלי לתורה, וזמני החתונה, שבע ברכות, ושבת שבע ברכות וועט נאכפאלגן.

די רבי זאל לעבן א מזל טוב!
די רב זאל לעבן א מזל טוב!
אלע חסידים א מזל טוב!
שישו ושמחו בשמחת רבינו שליט"א ובנו בכורו הרב שליט"א

מיטוואךי"ז מרחשון תשפ"א11/4/2020

באריכט
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט געדאווענט נעכטן שחרית בישבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ויואל משה פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בחור ב"ר יצחק דאסקאל -וומ"ס
נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל א פסוק א' אשרי האיש אשר לא הלך בעצת רשעים.

היינט האט די רבי געדאווענט אין סניף עצי חיים שיעור ג' פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר הבחור ב"ר יואל יחזקאל משולם טעללער -ק"י
נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל א' פסוק ב' והיה כעץ שתול על פלגי מים.

דינסטאגט"ז מרחשון תשפ"א11/3/2020

באריכט
היינט דינסטאג איז דער "קריטישע טאג" פארן יהדות החרידת און ניו יארק ווען אלע עסקנים בעטן זיך ארויסצוגיין שטימען און די מאסן ובפרט פארן "פרעזידענט טראמפ" יר"ה אלס הכרת הטוב פאר זיינע פילע לייסטונגען לטובת פדיום שבוים און צו קענען אויפטיען אויך אין עתיד
עשה למען אסירי ישראל!! כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא!!
בפרט איז דער טאג קריטיש פאר תושבי קרית יואל ווען די "קרית יואל בלאק וואוט" מיז שטייגן מיט די ציפערן "תושבי קרית יואל וועלן היינט ארויסווייזן די אחריות פון יעדע יחיד פארן ציבור און ארויסווייזן א כח ווי קיינמאל בעפאר בס"ד" מיטן ארויסברענגען די קרית יואל בלאק וואוט און ארויסגיין ווי פריער שטימען פאר די אנ"ש אינדארסירטע קאנדידאטן
נעמט עס נישט פאר לייכט זייט נישט קיין צועק לשעבר
עשה למענך אם לא למעננו
ווייז פריערדיגע טעג