בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

קהילות הקודש

← ווייזט אלעס

מאנטאגכ"ז אדר א' תשפ"ב2/28/2022

בילדער · 6
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים באזוך פארגאנגענעם דאנערשטאג אין שטיב פון כ''ק אדמו''ר מהורדענקא שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים באזוך פארגאנגענעם דאנערשטאג אין שטיב פון הגאון רבי גבריאל קרויס שליט''א דומ''ץ דקהל מחזיקי הדת מאנטשעסטער יצ''ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
מאנטאג פר' פקודי 4:42 נאכמיטאג ברוך הבא בשם ה' אין די יעצטיגע מינוטען האט בשעטו''מ געלאנדעט די פליגער פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אינעם JFK עירפארט.

ביים אנקומען וועט רבינו שליט"א דאווענען מנחה אין עירפארט און דערנאך אהיימפארן לביתו נאוה קודש בקר"י.

בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א באדאנקט זיך פארן בעל אכסניא הרה"ג ר' לייבל טויבער שליט"א ומשפחתו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים באזוכען די בית השחיטה דק"ק מחזיקי הדת אין מאנטשעסטער יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
מאנטאג פר' פקודי 2:20 נאכמיטאג אין די יעצטיגע מינוטען הייבט זיך בשעטו''מ די פליגער פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, אויפן וועג אהיים קיין ניו יארק נאכן מסע הקודש קיין מאנטשעסטער.

די פליגער איז ערווארטעט צו לאנדען אינעם JFK עירפארט ארום 5:00 נאכמיטאג.

כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
נייעס
מאנטאג פקודי, יעצט פארמיטאג אין מאנטשעסטער אויפן וועג צום עירפארט האט כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א באזוכט בהיכל כוללינו, און דערנאך אנגעקומען צום בנין הת''ת ווי די קינדער האבן באגלייט בשירה וזמרה, און פון דארט צום בנין הבית רחל, ווי דער רבי האט געזאגט דברי ברכה פאר די תלמידות ומחנכות. יעצט וועט רבינו שליט''א אפשטאטן א באזוך אינעם בית השחיטה דק''ק מחזיקי הדת, און פון דארט צום עירפארט פון ווי דער רבי וועט אפרייזן קיין ניו יארק בשעטו"צ.

יציאת צדיק מן המקום עושה רושם

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגכ"ו אדר א' תשפ"ב2/27/2022

באריכט
להורות את דבר ה' זו הלכה

ביי א ענגע אסיפה יעצט זונטאג נאכט בבית אכסניית כ"ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א אין מאנטשעסטער אינאיינעם מיט הגה"צ אב"ד קהלתינו שליט"א, איז באשלאסן געווארן מייסד צו זיין א בית הוראה בקרב קהלתינו הק' לשרת את הציבור וואס וועט אהערגעשטעלט ווערן בקרב הימים, און רבינו שליט"א האט ממנה געווען 5 מורי הוראה וועלכע זאלן עומד זיין לשרת בקודש ולהורות את דבר ה' אינעם נייעם בית הוראה דקהלתינו הק' תחת פיקוח הגה"צ אבד"ק שליט"א.

די חשובע תלמידי חכמים מובהקים ויראי ה', ממובחרי קהלתינו הק', ה"ה הרה"ג ר' שלום לאנדא שליט"א, הרה"ג ר' יהושע לעברעכט שליט"א, הרה"ג ר' עקיבא שטערן שליט"א, הרה"ג ר' יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א, הרה"ג ר' משה מרדכי שיינפעלד שליט"א.

ביי די אסיפה האט אויפגעטרעטן מיט קורצע טרעפליכע ווערטער הגה"צ אבד"ק שליט"א בגודל נחיצות הענין, און דערנאך האט רבינו שליט"א געזאגט דברות קודש והדרכה און מאציל געווען מברכות קדשו, און צום שלוס געוואונטשן א ברכת מזל טוב פאר יעדן פון די מורי צדק עקסטער לכבוד דעם נייעם התמנות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
באריכט מסע הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א קיין מאנטשעסטער, חלק ד'.

מוצש''ק נאך הבדלה איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פאר אנ''ש תושבי אייראפע ביז ארום 10:30.

אים 10:35 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' חיים יוסף גרינפעלד הי''ו, צום ערשט איז פארגעקומען א מסיבת לחיים דורך תלמידי ישיבתינו הקדושה 'תורה ויראה' לאנדאן. מען האט געזונגען עטליכע ניגונים, און זיי האבן איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן טויזענטער שעות רצופות. דער רבי האט משמיע געווען קורצע דברי ברכה און פארטיילט מטבעות קודש פאר אלע בחורים וואס האבן געלערנט די שעות רצופות.
אויך זענען שפעטער אריין בקודש פנימה צענדליגער בחורים תלמידי ישיבת עץ חיים ווילרייק ותלמידי ישיבה קטנה במוסדותינו הק' באנטווערפן וועלכע האבן איבערגעגעבן פאר רבינו שליט''א 2353 שעות רצופות און רבינו שליט''א האט פארטיילט מטבעות קודש פאר אלע בחורים.

דערנאך איז ווייטער געווען זמני כניסה ווי עס זענען אריבער שלום נעמען פולע פרישע צענדליגער געסט פון לאנדאן וועלכע זענען ארויסגעקומען צום גרויסארטיגן כינוס אנ''ש תושבי אייראפע.

דערנאך איז פארגעקומען די חתימת שטרות פון די נדבנים החשובים וואס האבן געגעבן גרויסע סכומים און געקויפט די זכותים אדירים בבניני מוסדותינו הק' בנין ישיבה קטנה החדש און אינעם בנין הבית רחל.
משפחת לעוו הנכבדה, הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי''ו, הרבני הנגיד ר' חיים לעווי הי''ו, הרה''ג ר' לייבל טויבער שליט''א, הרבני הנגיד ר' חיים טאגער הי''ו. רבינו שליט''א האט גע'חתמ'ט די שטרות מיט אלע נדבנים באזונדער און ווארים מאציל געווען מברכות קדשו.

אבן מאסו הבונים היתה לראש פינה, זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו

ארום 12:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין די גיגאנטישע בית יעקב זאלן במקהלות אלפי אנ''ש, ווי עס איז פארגעקומען דער גרויסארטיגער כינוס כללי פאר כלל אנ''ש תושבי אייראפע, והנחת אבן הפינה פאר בניני מוסדותינו הק' במאנטשעסטער בנין הישיבה קטנוה החדש, הרחבת והוספות בנין הבית רחל.

ביים אנקומען האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד אויפן פלאץ 'בורא עולם בקנין השלם זה הבנין'. במשך דעם געהויבענעם מעמד האבן מהנה געווען בפרקי שירה וזמרה ר' יואל קליין הי"ו ראש המשוררים בחצרות קדשינו בארה''ק און באגלייטונג פונעם נעימות קווייער אינאיינעם מיט א ילד הפלא. דערנאך האט הרב יצחק כהנא הי''ו פארגעזונגען לענגערע דברי חרוזים לכבוד המאורע.

נאך לענגערע ניגוני התעוררות האט רבינו שליט''א געלייגט די צוויי שטיינער פאר די צוויי בנינים במוסדותינו הק' אין שטאט בשעת ווען דער ציבור זינגט ניגוני תפילה להשי"ת און דערביי ווערט פארגאסן טייכן טרערן בתפילה לאל חי על צאצאינו ועל דורותינו.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דעם משא הקודש, דבר ה' וחובת השעה דברי חיזוק והדרכה פאר כלל אנ''ש תושבי אייראפע, ובתו''ד ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה במוסדותינו הק' אין מאנטשעסטער און איבער די חשיבות פון די קהילה ומוסדות, ודברי שבח פון די חשובע נדבנים בוני הבנין, און מסיים געווען בברכות קדשו.

דערנאך האט רבינו שליט''א ממשיך געווען מיט פייערדיגע ריקודים פאר עטליכע מינוט. מען האט געענדיגט ארום 1:55

אשרי עין ראתה בשמחת קהלינו, אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10
געהויבענעם סעודת רעוא דרעווין און הבדלה נעכטן מוצש''ק במחיצת הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א במעמד אלפי אנ''ש תושבי אייראפע אינעם גיגאנטישער בית יעקב זאלן אין מאנטשעסטער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים טיפזיניגע שיעור פלפול בסוגיא דחדש יעצט מיטאג אין ביהמ"ד החדש אין מאנטשעסטער יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייזט עלטערע נייעס