מוצש"ק 12:10 אין מאנטשעסטער אין די יעצטיגע מינוטען קומט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אריין צום כינוס כללי פאר אנ"ש תושבי אייראפע ומעמד הנחת אבן הפנה לבניני מוסדותינו הק' במאנטשעסטער, במעמד אלפי אנ"ש אין די גיגאנטישער בית יעקב זאלן אין שטאט.
גדול יהיה כבוד המעמד הזה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגכ"ד אדר א' תשפ"ב2/25/2022
בילדער · 2
יעצט ערש''ק נאכמיטאג איז געווען אויף א ביקור בקודש פנימה בבית האכסניא הגה''צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט''א נשיא ישיבת תורת חסד לאנדאן.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
באריכט מסע הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א קיין מאנטשעסטער, ענגלאנד - חלק ג'
דאנערשטאג נאכמיטאג איז רבינו שליט''א אנגעקומען אויף א באזוך אין שטוב פון הגאון רבי גבריאל קרויס שליט''א דומ"ץ דקהל מחזיקי הדת מאנטשעסטער יצ'ו, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער פארשידענע שאלות בעניני ברכות, דער דיין שליט''א האט געגעבן פארן רבי'ן א מתנה זיין ספר וואס ער האט ארויסגעגעבן און רבינו שליט''א האט צוריקגעגעבן א מתנה ספרו לב אהרן, דערנאך האט דער דיין מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים, דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו, און דער דיין האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א ביז צו די גאס טראץ זיינע שוואכע כוחות.
פון דארט איז רבינו שליט''א אנגעקומען אויף א ביקור ידידות אין שטוב פון כ''ק אדמו''ר מהורדענקא שליט''א, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע תורה'דיגע שמועס און נאך פארשידענע אינטערסאנטע זכרונות מימי קדם, הורדענקא רבי האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
פון דארט איז רבינו שליט''א אנגעקומען אויף א באזוך אין שטוב פון הגאון רבי אהרן גרינפעלד שליט''א דומ''ץ בעלזא, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע שאלות אין די שטאט און ספעציעל איבער די שחיטה פון קהל מחזיקי הדת איבער אלע הידורים און חומרות, אויך האט זיך באטייליגט הרה''ג ר' מנחם סימאן שליט''א ראש השוחטים מחזיקי הדת וחבר הנהלת ישיבתינו הק' במאנטשעסטער, ער האט געוויזן פארן רבי'ן זיינע חלפים בודק צו זיין, וואס דער רבי האט זייער מפליא געווען, דערנאך האט ער געלאדענט דעם רבי'ן צו קומען אויף א באזוך אין די בית השחיטה אויף קומענדיגן מאנטאג. דער דיין האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
נאכדעם איז דער רבי אריבערגעפארן ביים שטח פונעם בנין הישיבה החדש דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן גרויסן שטח און ווארים געווינטשן פאר די הנהלת הישיבה.
פון דארט איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום בנין הבית רחל החדש והמפואר, צום ערשט האט דער רבי געדאווענט מנחה און איינע פון די קלאסן. דערנאך איז דער רבי ארומגעגאנגן אויף אלע שטאקן אין אלע קלאסן און אפיסעס און באוואונדערט די בוי ארבייט, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מען האט געזונגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארים געוואונטשן ברכות קדשו פאר די הנהלה און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רבי געגעבן א מתנה א פראכטפולע וויין פלאש פאר די צוויי ראשי הבית רחל הרב יואל הורוויץ שליט''א רוח החיים דקהלתינו הק' במאנטשעסטער, און הרב ליפא טאגער הי''ו, און דער רבי האט באטראכט די פלענער פון די פרישע צוויי שטאק וואס וועט צוגעבויט ווערן צום יעצטיגן בנין.
דערנאך איז רבינו שליט''א אהיים לביתו נאוה קודש בבית האכסניא ווי עס איז פארגעקומען די התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה''ח ר' שלום ברוך ראטבארד הי''ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע צוויי אותיות און געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר אים און זיין גאנצע משפחה.
שפעטער אויפדערנאכט פון ארום 7:30 איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פאר אנ''ש תושבי אייראפע וואס האט זיך פארצויגן ביז אין די פריע פארטאגס שעהן אים 3:15, ארום 11:45 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב און דאן ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאגכ"ג אדר א' תשפ"ב2/24/2022
מודעהבילדער · 10
רבינו שליט''א ביים באזוכען די בניני התלמיד תורה פון אלע יארגענג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 9
מסיבת לחיים נאך שחרית בהיכל הישיבה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
רבינו שליט''א ביי תפילת שחרית אינאיינעם מיט די קרוב צו הונדערט בחורי חמד בהיכל ישיבה קטנה במוסדותינו הק'.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
רבינו שליט''א ביים זיך אומקוקן אויף די לימודים און פארהערן די בחורים ביים אנקומען אין ישיבה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
רבינו שליט''א גייענדיג צו תפילת שחרית היינט בהיכל ישיבה קטנה.