כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים שלחן הטהור פארגאנגענעם פורים קטן אינאיינעם מיט די 700 תלמידים פון די 7 ישיבות קטנות במוסדותינו הק' בוומסב"ג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעהבאריכט
דערהויבענער שבת קודש 'ושכנתי בתוכם' אריבער בעיר האבות סיגוט בראשות חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א, פאר אלע נגידי אנ''ש וואס האבן מנדב געווען סכומים אדירים לטובת השלמת בנין בית מדרשינו הגדול והמפואר 'בנין שמואל בנימין' בקרב קהלתינו במאנטרעאל יצ"ו.
ביי די עליות שב"ק איז געשנאדערט געווארן די אסטאראנאמישע סומע פון אריבער 1.5 מיליאן דאללער פאר די להשלים קאמפיין צו פארענדיגן דעם פרעכטיגן בנין ביהמ"ד הגדול.
מוצש"ק איז פארגעקומען די גאר רייכע מלוה מלכה פאר אלע נגידים ווי עס איז פארטיילט געווארן אלס אות הוקרה הערליכע לעדערנע נועם אלימלך פאר די נדבנים החשובים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת ויקהל 'בצל הקודש'
צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן לבן הנולד לר' חיים עזרא ברוינער הי"ו. לבן הנולד לר' משה ארי' ג'ברא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק און מוהל.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען: ביי די חופה פון די מחותנים ר' רפאל דוד גברא הי"ו - ר' דניאל אברהם ניווח הי"ו, באולם כינור דוד. ביי די חופה פון די מחותנים ר' איסר יודא בערגער הי"ו - ר' גדלי' סעגעדין הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 11:30. בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו"פ ביי רבינו שליט"א הגה"צ רבי חיים פייוויל שנעבאלג שליט"א מ. גאב"ד מאנטשעסטער, ווי עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בדברי תורה וחסידות, רבינו שליט"א האט אים מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם מאציל געווען ברכת קדשו, און ארויסבאגלייט בידידות.
אויך איז אריין בקודש פנימה הנהלת מפעל חיינו דקהלתינו הק' בקר"י, אינאיינעם מיטן מגיד מישרים הרה"ג רבי משה בלויא שליט"א פון בני ברק, וועלכע האט אויפגעטרעטן אין די סעריע פון די שיעורי חיינו וואס קומט פאר אין די וואכן, און ער האט אויך איבערגעגעבן א גריס פאר רבינו שליט"א פונעם דערהויבענעם שבת לדורותם שע"י התאחדות אברכים דקהלתינו הק' בוומסב"ג, ווי ער האט זיך באטייליגט און אויפגעטרעטן.
רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש ביי די תנאים פון די מחותנים ר' יוסף משה אונגאר הי"ו (מאנסי) - ר' משה אליעזר כ"ץ הי"ו.
ארום 11:30 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יארצייט פון חותנו האדמו"ר בעל ישועת משה מוויזניץ ז"ל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג פרשת כי תשא 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' בנציון זאלדאן הי"ו, ווי דער רבי שליט"א איז געווען סנדק.
בעת די דרשות ביי די געהויבענע סעודתא דדוד מלכא משיחא, אין די שפעטע שעות מוצש"ק.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
שבת התאחדות 'לדורותם' שע"י התאחדות אברכים דקהלתינו בוומסב"ג. סעודת שבת פראכטפול צוגעגרייט אין זאל פונעם קראון פלאזא האטעל פאר קרוב צו 700 ראשי בית אב. אן עקסטערע זאל איז געווען צוגעשטעלט פאר די בחורי חמד וועלכע זענען געקומען מיט די עלטערן.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב"ק פרשת כי תשא 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
פרייטאג צונאכטס ארום 6:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' אברהם הערץ הערשקאוויטש הי''ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:40. נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר ת"ת בעיר צפת עטה"ק, דער עולם אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי''ו, מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יעקב האלענדער הי"ו (וומסב"ג).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מאמר חכז"ל "ידע הקב"ה שעתיד המן לשקול שקלים על ישראל לפיכך הקדים שקליהם לשקליו" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו מען דרשנט 'את'.
קה אכסוף: הרה''ח ר' יעקב לייב סופר הי"ו (וומסב"ג), ברכהמ"ז: הרה"ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק בעל חידושי הרי"ם זי"ע, וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג כ"ג אדר. קה רבון עלם: הרה''ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי"ו.
דערנאך האט מען געזונגען 'אור פניך' לכבוד פרשת כי תשא, בשעת רבינו שליט"א האט מאריך געווען בבכיות.
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ח מענדל עקשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 11:30.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:15. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' אשר יעקב עקשטיין הי"ו, 'וכרות' האט רבינו שליט"א געזאגט פסוק בפסוק, און צוגעגאנגן צו שחרית כנהוג.
הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' ישראל מנחם אפפעל הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' יודל בערקאוויטש הי''ו (וומסב"ג).
עליות. כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו, לוי: הרה"ח ר' שמחה גליקמאן הי"ו (אנטווערפען), שלישי: החתן ב"ר אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו - באווארפען, רביעי: החתן ב"ר חיים יחזקאל הערשקאוויטש הי"ו, חמישי: החתן ב"ר יואל איידליס הי"ו, שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי ר' יושע שטיין הי''ו. שביעי: החתן ב"ר משה ארי' גוטמאן הי"ו, אחרון: הרה"ח ר' דוד אהרן לאנדא הי"ו, מפטיר: הרה"ח ר' העניך קרויס הי"ו, הגבה הרה"ח ר' שלמה מענדלאוויטש הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' יקותיאל אלי' אייגנער הי"ו.
מוסף: הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א מרבני קהלתינו מאנסי, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' משה שמואל איידליס הי''ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' משה בר"י קויפמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק און מוהל.
מען האט געענדיגט 12:35.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:10. מנחה: הר"ר יעקב יוסף פילאפף הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מנחם שמואל פרענקל הי"ו, כהן: הרה''ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו (וומסב"ג), לוי: הרה''ח ר' מאיר אפרים גראהמאן הי''ו, שלישי: נכד רבינו הרב ליפא טייטלבוים שליט"א (ירושלים) הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' צבי יהודה ווייס הי"ו (אנטווערפען).
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן מדרש ''נתקשה משה במחצית השקל'' און געטייטשט אז אין גלות ווערט אפילו תשובה מיראה גערעכנט ווי תשובה מאהבה און די זדונות ווערן זכיות, מיט אביסל התבוננות הנפש פון א איד באימה וביראה איז עס א שלימות'דיגע תשובה און הקב"ה איז מרים קרן ישראל.
ידיד נפש: הרה''ח ר' שמואל נחמי' הירש הי"ו (וומסב"ג), קל מסתתר: הרה''ח ר' שלום חננאל מענדלאוויטש הי''ו (ב"פ). שושנת יעקב: הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו (וומסב"ג).
דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
מעריב מוצ"ש: הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א.
נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, דערנאך האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה בזמרה מיט 'כי מלאכיו יצוה לך' לרגל די בעפארשטייענדע מסע הקודש קיין מאנטשעסטער, דעם קומענדיגן דינסטאג. מען האט געענדיגט 8:35.