נאכמיטאג אים 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים: הרה''ג ר' יודא ביקל שליט''א - ר' וואלף שעהר הי"ו, באולם כינור דוד. ר' יואל ברמ''י גאלדבערגער הי''ו - ר' יחזקאל שרגא הירש הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 12:00. ארום 10:45 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת כי תשא - שושן פורים קטן, 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד'. און נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור, קאפיטל ט' פסוק א', און ארומגערעדט דברי הדרכה, בעניני שמחת החיים.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל שושן פורים קטן, מען האט געזינגען עטליכע ניגוני דביקות ושמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר די ראשי הישיבה און אלע בחורים.
נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אים 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים: ר' יעקב יחזקי' טויב הי"ו (מאנסי) - ר' חיים לייב מארקאוויטש הי"ו, באולם כינור דוד. ר' יושע קאהן הי''ו - ר' יואל ברי''ל מאשקאוויטש הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה פון 8:00 ביז 1:00. ארום 11:15 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
קימו וקבלו!!! לקראת ימי הפורים הבעל"ט: לימוד שעות רצופות דורך אלפי תלמידי ישיבתינו הקדושות בכל אתר ואתר, כבקשת כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
דערהויבענער שבת קודש 'ושכנתי בתוכם' בעיר האבות סיגוט בראשות חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א, פאר אלע נגידי אנ''ש וואס האבן מנדב געווען סכומים אדירים לטובת השלמת בנין בית מדרשינו הגדול והמפואר בקרב קהלתינו במאנטרעאל יצ"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
בשורה טובה לאנשי שלומינו! 'איחוד קאנטרי' אין מאנטיסעלאו אפגעקויפט דערנעבנדיגע 'פיינטרי' קאנטרי מיט אירע 40 באנגעלאויס צו קענען אקאמאדירן די ברייטע נאכפראגע פון אנ"ש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
שבת התאחדות 'לדורותם' שע"י התאחדות אברכים דקהלתינו בוומסב"ג יצ"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פייל
גליון "קול התאחדותינו" פרשת כי תשא שנת תשפ"ב לפ"ק. (מהדורת ארה"ב)
יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו