וועד לעניני טעכנעלאגיע שע''י קהלתינו הק' בבית שמש יצ''ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת כי תשא - פורים קטן, 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית אין די ישיבה לצעירים אין וומסב"ג. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לכבוד היום, ווי מ'האט געזינגען ווארימע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר אלע ראשי ישיבה ומרביצי תורה און פאר אלע בחורים, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען א לענגערע פארצווייגטן דרוש לכבוד פורים קטן, משולב מיט די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה. נאכן זינגן נאך עטליכע ניגוני שמחה האט דער רבי פארלאזט די ישיבה און איז אהיים געפארן לביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
נאכמיטאג ארום 5:00 האט רבינו שליט"א טעלעפאניש ממנה געווען א וועד לעניני טעכנעלאגיע בקרב קהלתינו הק' אין בית שמש, ביי א אסיפה וואס איז פארגעקומען אין שטוב פון הרבני החסיד ר' צבי עקיבה ברייטשטיין הי"ו יו"ר הנהלת הקהלה והמוסדות אין בית שמש.
אום 5:20 האט דער רבי געדאווענט תפילת מנחה בביתו נאוה קודש, דערנאך זענען אריין בקודש פנימה די מנהלים פון די ת"ת אין וומסב"ג אלס שלוחים פון די תשב''ר צו נעמען מטבעות קודש פאר די קינדער וועלכע האבן פאראיאר אריינגעברענגט שיינע סכומים פאר די מוסדות הק' ביום הפורים.
ארום 6:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון קאנטינעטאל צום עריכת שלחן הטהור לכבוד פורים קטן אינאיינעם מיט די - קרוב צו זיבן הונדערט - תלמידים פון די 7 ישיבות קטנות פון מוסדותינו הק' פון וומסב"ג.
דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה לכבוד היום, און מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יעדן יו"ט, במשך דעם טיש האט מען געזונגען ניגוני התרוממות ודביקות, און דער רבי האט משמיע געווען דריי מאל דברות קודש, לכבוד היום, ודברי הדרכה והכנה לקראת ימי הפורים. נאך די לעצטע דב"ק האט מען געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט לכבוד היום. מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א - ור"מ בישיבת מבצר התורה. נאכן בענטשן בערך אום 7:45 איז דער רבי צוריק אהיים געגאנגן לביתו נאוה קודש, און מ'האט תיכף אהנגעפאנגן די וועכנטליכע זמני כניסה, ביז אים 11:30 אויפדערנאכט.
צווישן אנדערע איז אויך אריין בקו"פ הרה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א אב"ד קרית וויזניץ בני ברק, לרגל די חתונה פון א זון וואס קומט פאר בשעטומ"צ די קומענדיגע וואך, ולרגל די שידוך שליסן פון א טאכטער בשעטומ"צ, ווי עס איז אויך מיטגעקומען דער נייער חתן און דער מחותן הרה"צ ר' יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ מנעפלימעץ שליט"א.
נאך א שיינעם שמועס איבערן שייכות פון מרן הייטב לב זצ"ל מיט'ן תורת חיים מקאסוב זצ"ל האט רבינו שליט"א ווארים געוואנטשן פאר ביידע חתנים און די מחותנים.
ארום צען אזייגער האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
Tuesday14 Adar I 57822/15/2022
Photos · 5
הגה''צ אב''ד ור''מ קהלתינו מאנסי שליט''א אין באגלייטונג פונעם מנהל המוסדות הרה''ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי''ו ביים באזוכען אויפן שטח הבני' ביי די אנגייענדע מאסיווע בוי ארבייט פאר די בנינים אדירים פאר די בית רחל ביים שטח המוסדות אויף טשערי לעין.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
לעשות אותם ימי משתה ושמחה - ליל פורים קטן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 9:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור לרגל פורים קטן בתופים ובמחולות במעמד אלופי אלפי ישראל בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל.
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ לכבוד היום פאר עטליכע מינוט, און תיכף נאכ'ן זיך וואשן צו די סעודה האט רבינו שליט"א מכבד געווען הגה''צ ר' שלמה זאבעל שליט''א מו''ץ ביהמ''ד בית דוב דקהלתינו הק' צו מאכן דעם סיום ששה סדרי משנה וואס ווערט געלערנט דורך די שיעורי אהבת קדומים בבית מדרשינו הגדול בקר''י, און הרה''ג ר' דוד פערל שליט''א מגי''ש בקהלתינו הק' מיט אמירת קדיש.
במשך די סעודה האט מען מאריך געווען בשירות ותשבחות ברנה ובצהלה נגוני התעוררות ונגוני שמחה וריקוד, און נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען במשך די סעודה פינעף מאל דברות קודש. ביים ערשטע מאל האט דער רבי דערמאנט אז יעצט ווערט א יאר פונעם חגיגת הכנסת ספר תורה וואס איז אריין געגעבן געווארן דורך רבינו שליט"א פאריאר שושן פורים. און ארומגערעדט מיט שטארקע התרגשות איבער די זכיה אז יעצט איז פארענדיגט געווארן די מצוה בשלימות און דאס איז א געוואלדיגע שמחה וויבאלד דעם שב"ק פרשת תצוה איז פארענדיגט געווארן די קריאה אין די ספר תורה במשך דעם יאר, וואס מיט דעם איז פארענדיגט געווארן די השלמה פון די מצוה און איז משפיע השפעות טובות. דערנאך האט דער רבי דערמאנט די קבלת טובות פון די שעות רצופות דורך די טויזענטער בחורים אלס מנחת ביכורים פאר רבינו שליט"א, און געבעהטן פון די בחורים 'קימו וקבלו' זיך נאכאמאל מקבל זיין צו לערנען די שעות רצופות פון ר''ח ביז פורים הבעל''ט, און מסיים געווען מיט ווארימע ברכות הקודש בברכות התורה. דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט פייערדיגע ריקודים בשמחת התורה.
ביי די צווייטע דב''ק האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברי דרוש לכבוד היום, ביי די דריטע דב''ק האט רבינו שליט''א ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע השפעות וואס קומט אראפ בימי הפורים, און ארומגערעדט דברי הדרכה בפרט פאר די בחורים, מען דארף נזהר זיין נישט נשפע צו ווערן פון די מהות פון אמעריקע 'וואס אמעריקע איז דער מקור התאוות' וואס דאס איז געווען דער ציהל פון אחשורוש 'לעשות כרצון איש ואיש', דער רבי האט דערמאנט דעם רמ''א אז מען זאל מאכן א סעודה פורים קטן און ענדיגט צו וטוב לב משתה תמיד, 'תמיד' איז בגימטריא 'חותם' מען דארף האבן א חותם מען דארף נזהר זיין צו האבן א חותם אויפן מויל סיי בנוגע עסן און בעיקר בנוגע ניגונים פון נישט אן ערליכן מקור.
שפעטער האט רבינו שליט''א משמיע געווען די פערטע דב''ק און ארומגערעדט איבער די מצוה פון מתנת לאביונים וואס אפילו עס גייט נאר אן פורים גדול איז מען אבער נישט עובר אויף בעל תוסיף אויב מען געט צדקה פורים קטן.., און געזאגט אז איך האב א פערזענדליכע צוועק פאר א איד א נצרך און דערביי מכבד געווען אלע אידן וואס הייסן 'יוסף' זאלן ארויפגיין אויפן טיש און צוזאמנעמען געלט פאר די מצוה, און זיך דערנאך באדאנקט פאר אלע וואס האבן צוזאמגענומען די געלט.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען די פופטע דב''ק און ארומגערעדט אז דער נס פורים איז געקומען בזכות מצוות מזוזה, און דערמאנט איבער וואס מען האט מעורר געווען וועגן כשר'ע מזוזות און געזאגט א בשורה טובה אז מען האט מממה געווען א ת''ח ויר''ש מרבני קהלתינו הק' בבני ברק וועלכע זאל שטיין על המשמר און צוזאמנעמען פון ערליכע סופרים פון ארה''ק וועם ער קען, און עס אפשיקן קיין אמעריקא צו פארקויפן בתכלית הכשרות. דערנאך האבן אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות הרה''ח ר' הערשל פרידמאן הי''ו און הרה''ח ר' אלי' שוויצער הי''ו און נאכ'ן בענטשן האט רבינו שליט''א געזאגט שבע ברכות פאר עטליכע מחתני אנ''ש. מען האט געענדיגט ארום 11:45.
נאכן טיש איז רבינו שליט''א ארויסגעפארן קיין בארא פארק, מפאר זיין בראש שמחת החתונה בחצרות קדשינו, הכלה נכדת רביה''ק בעל ברך משה זי''ע, בת הרה''ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט''א מו''ץ בקהלתינו ב''פ בן הגה''צ אב"ד קהלתינו ב''פ שליט''א.
ארום 1:10 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין עטרת גאלדא זאל, דער רבי האט זיך קודם באגריסט מיט הגה"צ ב"פ רב שליט"א און זיך נאכגעפרעגט על שלום בריאותו, און דערנאך האט דער רבי טועם געווען לכבוד די שמחה און געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן חתן, די מחותנים אין די זיידעס. מוה"ר משה יושע ווייס הי''ו האט אויסגערופן רבינו שליט''א צו די מצוה טאנץ, וואס דער רבי האט געטאנצן לפני הכלה כנהוג, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן און די מחותנים און די געהויבענע זיידעס.
נאך די מצוה טאנץ האט דער רבי געוואונטשן פאר די כלה כנהוג, און בערך אים 1:50 איז רבינו שליט"א אריינגעפארן קיין וומסב"ג לביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת כי תשא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אברהם שפילמאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא 'סניף דברי יואל'. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור, קאפיטל ט' פסוק א'.
נאכמיטאג אים 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש. און שפעטער פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים: ר' חיים יחזקאל הערשקאוויטש הי''ו - ר' מנחם שמואל פרענקל הי''ו, באולם כינור דוד. ר' יואל איידליס הי''ו - שלמה מענדלאוויטש הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס. ר' יצחק שמואל שניצער הי''ו (וומסב''ג) - ר' אהרן אבראמאוויטש הי''ו, באולם קרן ויואל משה.
ארום 8:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים שמחת החתונה פון נכד רביה''ק בעל ברך משה זי"ע נעכטן אין זאל פון עטרת גאלדא אין בארא פארק.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
עריכת שלחן הטהור לרגל פורים קטן בתופים ובמחולות במעמד אלפי ישראל בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
היינט דינסטאג פורים קטן וועט כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א דאווענען תפילת שחרית בהיכל ישיבה לצעירים וומסב''ג, און נאכן דאווענען וועט פארקומען א מסיבת לחיים לכבוד היום.
נאכמיטאג וועט רבינו שליט''א מעריך זיין שלחנו הטהור אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבות קטנות וומסב''ג אין די זאלן פון קאנטינענטל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
NoticePhotos · 4
יערליכע כינוס אנ''ש תושבי מאנסי ומעמד 'רצונינו' להחזקת בית מדרשינו הגדול, פארגאנגענעם מוצש''ק בביהמ''ד הגדול.