המשך באריכט שב"ק חוה"מ סוכות אושפיזא דאהרן כהנא קדישא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
נאכן דאווענען האט זיך רבינו שליטא משתתף געווען ביים שמחת 'הקידושא רבא' פון נכדת רביה"ק בעל ברך משה זי"ע בת הנולד להרב חיים מייזליש בן הגה"צ אבד"ק קהלתינו מאנטריאל שליט"א חתן הרה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א אב"ד צאנז קר"י, וואס איז פארגעקומען אינעם סוכה שע"י ביהמ"ד צאנז קרית יואל.
ויקרא שמה בישראל פעסיל לאה נאך הרבנית הצדיקת ע"ה מחברתה הטהורה פון רביה"ק הברך משה זי"ע.
רבינו שליט"א האט געמאכט קידוש, מען האט געזינגן ניגוני שמחה, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בסיפורי צדיקים, און דער רבי האט געווינטשן די זיידעס און די בעל שמחה און דעם גאנצן ציבור.
רעוא דרעוין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 7:25. מנחה: הרה"ח ר' ישראל שפיטצער, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ראובן גלאנץ הי"ו, כהן: הרה"ח ר' אלימלך הכהן דייטש הי"ו, לוי: הרה"ח ר' יקותיאל הערש ווייס הי"ו (מאנטריאל), שלישי: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו (וומסב"ג), הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הר"ר פנחס הערש רייך שליט"א.
נאך מנחה איז רבינו שליט"א אריין אינעם סוכה הגדולה צו של"ש.
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק "בהעלותך את הנרות - להגיד שבחו של אהרן שלא שינה" און געטייטשט אז אהרן הכהן האט משפיע געווען גשמיות און רוחניות פאר יעדעם לפי בחינתו, פאר די בני עליה קודם רוחניות און פאר די פשוטי עם קודם גשמיות. די סוכה איז אויך משפיע גשמיות און רוחניות און קודם איז עס משפיע השפעות טובות בגשמיות.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו (וומסב"ג). קל מסתתר: הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי''ו (וומסב"ג). דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.
מעריב מוצ"ש האט מען געדאווענט אינעם סוכה פארן עמוד האט געדאווענט הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו.
דעם שב"ק קומט פאהר די שמחת הקידושא רבא פון א איר אייניקל ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, בת הנלדה אצל נכדו הרב דוד טייטלבוים שליט"א, בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א וחתן הגה''צ אב''ד תפארת אליעזר שליט''א, אין ביהמ"ד תפארת אליעזר אין בארא פארק.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךט' תשרי תשפ"ב9/15/2021
נייעס
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
ברכת מזל טוב להוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לרגל הולדת נכדתו למז"ט בת הנולד לנכדו הרב דוד ט"ב שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א חתן הגה"צ אב"ד תפארת אליעזר שליט"א.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגכ"ט אלול תשפ"א9/6/2021
באריכט
זונטאג וילך ז' סליחות בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל. בעל תפלה איז געווען הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א ראש ישיבה שיעור ד'.
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבנין התלמוד תורה 'בנין הירש גאלדבערגער לאנדא' אינאיינעם מיט תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט"א. פארן דאווענען איז פארגעקומען דער מעמד הנחת תפילין פאר נכד רבינו שליט"א חתן הבר מצוה הב' חנני יו''ט טייטלבוים בן הגה"צ ר' יואל שליט"א רב דביהמ"ד בית ברוך.
דערנאך האט רבינו שליט"א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים ב"ר יעקב מארקאוויטש הי"ו. ב"ר יואל ליכטנשטיין הי"ו. ב"ר מאיר יודא אייזנבאך הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די מסיבת לחיים ווי די קינדער האבן פארגעזונגען ווארימע חרוזים לכבוד המאורע. דער רבי שליט''א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר נכדו הבחור הבר מצוה און פאר בנו הגה"צ ר' יואל שליט"א, און פאר די בר מצוה בחורים און די תשב"ר. דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש.
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
ארום 7:30 איז רבינו שליט"א אנגעקומען באולם כינור דוד אין קרית יואל צום שמחת הבר מצוה פונעם אייניקל חתן הבר מצוה חנני' יום טוב טייטלבוים בן הגה"צ ר' יואל שליט"א רב דביהמ"ד בית ברוך.
רבינו שליט"א האט זיך געוואשן צום סעודת הבר מצוה. נאך די פיש ואמירת לחיים האט דער בר מצוה בחור געזאגט דעם פשעטל.
עס האבן אויפגעטרעטן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, און דער זיידע הגה"צ אב"ד בערטש שליט"א.
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש. מיט בענטשן האט דער רבי מכבד געווען נכדו דעם בר מצוה בחור.
מען האט געענדיגט ארום 8:40.
נאך די בר מצוה האט רבינו שליט"א מנחם אבל געווען הרה"ח ר' יעקב אקער הי"ו ובניו, און הרה"ג ר' עמרם כהן שליט"א וועלכע זיצן שבעה נאך די פטירה פון אשתו /אמם /אחותו.
בשורות טובות
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגכ"ח אלול תשפ"א9/5/2021
באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
היינט קומט פאהר די מעמד "הנחת תפילין" פאר נכד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, הבחור הבר מצוה חנני יום טוב טייטלבוים בן הגה"צ ר' יואל שליט"א רב דביהמ''ד בית ברוך.
רבינו שליט"א וועט דאווענען תפילת שחרית בבנין התלמוד תורה אויף די ראצפערט גאס אינאיינעם מיט תלמידי כתה ו' ז' ח' סניף הר''ר נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט''א. פארן דאווענען וועט רבינו שליט''א תפילין לייגן פארן חתן הבר מצוה און נאכן דאווענען אפרעכטן די מסיבת לחיים און משמיע זיין דב"ק.
אויפדערנאכט קומט פאר די "שמחת הבר מצוה" באולם כינור דוד אין קרית יואל בראשות דער זיידע כ''ק מרן רבינו שליט"א.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫
דאנערשטאגי"א אלול תשפ"א8/19/2021
באריכט
מיטוואך כי תצא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
אין די פארמיטאג שעות איז רבינו שליט''א געווען אויף א באזוך אינעם בית האופה המהודרת דקהלתינו הק' קרית יואל, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט אויף די פילצאליגע איינריכטונגען און הידורים וועלכע זענען איינגעשטעלט געווארן לקראת דעם בעפארשטייענדן מצות סעזאן.
ארום 1:40 מיטאג איז רבינו שליט"א אריבער געקומען בהיכל המתיבתא "סניף ויואל משה" פארלערנען די דריטעסוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'עד אחד נאמן באיסורין' און בעפארברייטונג צום דרשת "שבת שובה".
ארום 7:00 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די מעמד "סיום כתיבת ספר תורה" וואס איז געשריבן געווארן דורך מתפללי בית מדרשינו 'בית דוב' בקר"י, רבינו שליט"א האט אריינגעשריבן די אויתיות און דערנאך געפראוועט א מסיבת לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים, ר' אלי' שפיטצער הי''ו - ר' שלום יצחק וויינבערגער הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ארום 12:15 איז געווען אויף א באזוך בקודש פנימה ביי רבינו שליטא הגה"צ ר' אהרן בראנסדארפער שליט"א דומ"ץ בק"ק תולדות אהרן ירושלים ויו"ר מערכת הכשרות בבית השחיטה שע"י העדה החרדית. עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער די חומרות והידורים אין די בית השחיטות המהודרת דקהלתינו הק', און אין די בית השחיטה המהודרת שע"י ביד"צ העדה החרדית, אויך האט מען ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין קרית יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגב' אלול תשפ"א8/10/2021
בילד
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
שמחת הבר מצוה פון נכד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א הבחור בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א אינעם בנין החדש "חדר האוכל - היכל אברהם'' אין קרית ברך משה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגא' אלול תשפ"א8/9/2021
באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
ארום 8:00 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אין "קרית ברך משה" אין וואודבורין צום שמחת הבר מצוה פונעם אייניקל חתן הבר מצוה בן הגה"צ אב"ד סיגוט ורב הקרי' שליט"א. ביים אנקומען האט דער רבי געדאוונט מנחה בביהמ"ד בנין יהודה אינעם קריה.
נאך מנחה איז רבינו שליט"א אריבער צום שמחת הבר מצוה וואס איז פארגעקומען אינעם בנין החדש "חדר האוכל - היכל אברהם" אינעם קריה, נדבת הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו.
רבינו שליט"א האט זיך געוואשן צום סעודת הבר מצוה. נאך די פיש ואמירת לחיים האט דער בר מצוה בחור געזאגט דעם פשעטל אינעם סוגיא פון כפאו ואכל מצה, צי מען איז יוצא די מצות אכילת מצה.
עס האבן אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד סיגוט ורב הקרי' שליט"א, און דער זיידע הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א.
מיט 'ברכו נפשי' האט רבינו שליט"א מכבד געווען הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו.
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש, מיט בענטשן האט דער רבי מכבד געווען נכדו דעם בר מצוה בחור.
זונטאג שופטים בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יואל פישל פריעד הי"ו ווי דער רבי שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות און מוהלת.
דערנאך האט רבינו שליט"א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר משה אליעזר ראזענפעלד הי"ו.
דערנאך האט זיך רבינו שליט"א ארויסגעלאזט אויפן יערליכע באזוך אין די קעמפס שע"י מוסדותינו הק' וומסב"ג - בארא פארק.
ארום 10:20 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום אינגל קעמפ "מחנה רב טוב" אין מאנטיסעלא.
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט תלמידי כתות ו' ז' ח'. פארן דאווענען איז פארגעקומען דער מעמד הנחת תפילין פאר נכד רבינו שליט"א חתן הבר מצוה הב' יקותיאל יהודה בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א
דערנאך האט רבינו שליט"א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים ב"ר אסף וואלבערג הי"ו. בן הרב אשר חיים ווייזער הי"ו. ב"ר יושע דוד וואלדמאן הי"ו. ב"ר שמואל שלמה טעללער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:50 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אינעם חדר האוכל און זיך אומגעקיקט מיט א קורת רוח אויף די תשב"ר ביים בענטשן ברהמ"ז.
דערנאך איז רבינו שליט"א אריבערגעגאנגען אין די בתי מדרשים פון די תשב"ר ווי דער רבי האט זיך אומגעקיקט מיט א געוואלדיגן קורת רוח אויף די לימודים, און אריבער צווישן די טישן און פארהערט די לימודים.
צום ערשט איז דער רבי אריבער ביי די עלטערע כתות פון סניף הר"ר יואל שטערן שליט"א, סניף הר"ר יואל מאיר פריעדמאן שליט"א, סניף הר"ר זרח שפירא שליט"א, סניף הר"ר משה אלי' גרין שליט"א. און דערנאך ביי די חדרים פון כתות א' ב' ג'.
עקסטערע האט רבינו שליט"א פארהערט מיט קורת רוח א לענגערע צייט זיין איר-אייניקל, הילד הח' בן הרה"ג ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א חתן הגה"צ אבד''ק ור''מ דקהלתינו וומסב"ג שליט"א.
נאכן באזוך אין די בתי מדרשים זענען זיך אלע תשב"ר צוזאמגעקומען אינעם חדר האוכל צום מעמד קבלת פנים פאר רבינו שליט"א די קינדער האבן פארגעזונגען ווארימע חרוזים לכבוד המאורע דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די תשב"ר און דערנאך משמיע געווען דברות קודש בדברי מוסר והתחזקות לקראת ימי אלול און פארענדיגט בברכת קדשו. דערנאך האט מען פארטיילט שיריים פאר אלע קינדער.
ארום 4:00 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום באזוך אינעם בחורים קעמפ "מחנה רב טוב" אין סוואן לעיק.
ביים אנגעקומען איז דער רבי תיכף צוגעפארן צום בתי מדרשים ווי די בחורים לערנען, דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א שטארקן קורת רוח, דער רבי איז ארום צווישן די טישן און פארהערט די בחורים די לימודים, צום ערשט אין ביהמ"ד פון תלמידי כתה ט' דמוסדותינו הק' בארא פארק בהנהלת הרה"ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט"א און דערנאך אין ביהמ"ד פון תלמידי כתה ט' דמוסדותינו הק' וומסב"ג בהנהלת הרה"ג ר' יודא בער טעללער שליט"א.
דערנאך ארום 4:35 איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט די בחורים אין ביהמ"ד. מען האט געזינגען חרוזים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די תשב'ר און דערנאך משמיע געווען דברות קודש בדברי מוסר והתחזקות לקראת ימי אלול און פארענדיגט בברכת קדשו. דערנאך האט מען פארטיילט שיריים פאר די בחורים.
ארום 5:30 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אין מחנה בית רחל צום ערשט האט דער רבי משמיע געווען גאר שטארקע דברי מוסר והדרכה בפרט בעניני צניעות פאר אלע תלמידות.
דערנאך ארום 6:00 האט דער רבי אריבערשפאצירט צום קאנטרי און באגלייטונג פון די ראשי הקריה, ווי עס איז פארגעקומען די מעמד "קביעות מזוזה - וחנוכת הבית" פארן נייעם ביהמ"ד בית אברהם יוסף ושרה, שע"י מחנה בית רחל. ביים אנקומען אין ביהמ"ד האט רבינו שליט"א פארטיילט ספר הק' לב אהרן פאר די לומדי הכולל אין מחנה בית רחל, דערנאך האט דער רבי געפראוועט די מסיבת לחיים און משמיע געווען דברות קודש. און דערנאך האט הרבני החסיד ר' מאיר הירש הי"ו מנהל המוסדות קובע מזוזה געווען.
פון דארט איז דער רבי אריבער בבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגל' מנחם אב תשפ"א8/8/2021
באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
היינט קומט פאהר די מעמד "הנחת תפילין" פאר נכד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, הבחור הבר מצוה יקותיאל יהודה בן הגה"צ ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א אב"ד סיגוט, אין מחנה רב טוב - נתן צבי אין מאנטיסעלא.
רבינו שליט"א וועט אנקומען אויף די יערליכע באזוך אין קעמפ און דאווענען תפילת שחרית 'ר"ח אלול' און צוגיין צו הלל. פארן דאווענען וועט רבינו שליט''א תפילין לייגן פארן חתן הבר מצוה און נאכן דאווענען אפרעכטן די מסיבת לחיים און משמיע זיין דב"ק.
אויפדערנאכט קומט פאר די "שמחת הבר מצוה" אין קרית ברך משה - וואודבורן אינעם נייעם בנין 'חדר האוכל' בראשות די זיידע כ''ק מרן רבינו שליט"א.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫
פרייטאגכ"א מנחם אב תשפ"א7/30/2021
באריכט
דאנערשטאג עקב בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק ג'. דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער געגאנגען שלום נעמען פון רבינו שליט''א.
נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים: ר' ירחמיאל זאב פריעד הי''ו - ר' אלעזר ניסן פרידריך הי''ו, באולם כינור דוד. ר' דוד אונגאר הי''ו - ר' יעקב פנחס פריעדמאן הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
בקודש פנימה האט מען אריבערגעברענגט פאר רבינו שליט"א א ספר תהלים געשריבן אויף "קלף" לזכות חולי ישראל, דער רבי האט אריין געשריבן אן אות און אנגעוואונטשן ברכות קדשו.
אינעם נייעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען די גאר רייכע מסיבה שמחת אנ"ש לטובת קופת רבינו קופת אבני חסד וועלעכע העלפט ארויס אנ"ש בעת שמחתם, נאך מנחה איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אריבער אינעם זאל ווי דער רבי האט באשיינט די מסיבה.
אזוי אויך במשך די מסיבה האבן פולצאליגע אנ"ש וועלעכע האבן זיך משתתף געווען מיט גרעסערע סכומים געהאט די זכיה אריינצוגיין בקודש פנימה איבערגעבן פרעזענליך די נדבה פאר רבינו שליט"א און מקבל זיין ברכות קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגי"ד מנחם אב תשפ"א7/23/2021
באריכט
פרשת ואתחנן בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א במקום הנופש בעטלעהעם, ניו העמפשיר
זעהט די עקסטערע באריכט פון זונטאג יום צום תשעה באב ביי די פריערדיגע באריכטן.
=מאנטאג=
ארום 8:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו מחזיקי הדת קהל יראים בעטלעהעם.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, דעם רבינ'ס עליה איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' ראובן גלאנץ הי"ו, נאכן עולה זיין האט זיך דער רבי באדאנקט.
נאכן דאווענען זענען די פולע געסט פון שבת אריבער זיך געזעגענען.
זעהט עקסטער די באריכט פון דינסטאג - באזיך פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אינעם בית השחיטה המהודרת דקהלתינו הק' פאר די גסות אין אין פאסטוויל אייאווע.
דינסטאג אויפן וועג אהיים נאך מעריב האט דער רבי ארומגערעדט איבערן באזיך אינעם בית השחיטה המהודרת, און איבער אביו רביה"ק זי"ע זייענדיג אין לאגער ביים ביטערן מלחמה.
=מיטוואך=
ארום 8:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו מחזיקי הדת קהל יראים בעטלעהעם.
נאכמיטאג איז אנגעקומען בביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א א קבוצה בחורים המצטיינים תלמידי ישיבה קטנה "סניף רב טוב" פון מוסדותינו הק' בקרית יואל אינאיינעם מיטן מנהל הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א, ווי רבינו שליט"א האט פארהערט די בחורים פאר א לענגערע צייט פון קרוב צו א שעה גאנץ "יורה דעה ח"א", דערנאך האט דער רבי ארויסגעברענגט זיין געוואלדיגן קורת רוח און געוואונטשן ברכות קדשו פאר די בחורים.
ביינאכט נאך מעריב זענען אדורך שלום נעמען א קבוצה בחורים תלמידי ישיבת בעלזא לעיקוואד אינאיינעם מיט די מרביצי תורה וועלעכע וויילן אין דעי טעג אין ניו העמפשיר.
=דאנערשטאג=
ארום 8:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו מחזיקי הדת קהל יראים בעטלעהעם.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, דעם רבינ'ס עליה איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' ראובן גלאנץ הי"ו, נאכן עולה זיין האט זיך דער רבי באדאנקט.
אויפן וועג אהיים האט מען ארומגערעדט צווישן אנדערע איבער זינגען ביי לכה דודו, און איבער מנהגים לגבי לכה דודו בבית סיגוט בעלזא וויזניץ סקווירא.
אין די פארמיטאג שעות ארום 11:15 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אויף א באזיך אינעם "הארטסייד באנגעלוי קאלאני" אין בעטלעהעם ניו העמפשיר, וואס איז לעצטענס אפגעקויפט געווארן דורך אידישע אייגענטומער, צום ערשט איז רבינו שליט"א אריין אינעם הויז פונעם בעה"ב הרה"ח ר' מנחם אשר בערקאוויטש ווי דער רבי האט זיך אומגעקיקט א לענגערע צייט, דערנאך איז רבינו שליט"א ארומגעגאנגן ארום דעם גאנצן געגענט און באגלייטונג פון די בעלי בתים און זיך אומגעקיקט אין עטליכע דירות, מהאט ארומגערעדט איבער די הרחבת הגבולים און די פלענער פאר ווייטער. אויך איז רבינו שליט"א אריין אין שטוב פון הגה"צ דומ"ץ מעליץ שליט"א וועלעכע וויילט דארט אויף אפרוה, ווי ער האט געגעבן א קוויטל פארן רבין און דער רבי האט אים געוואונטשן ברכות קדשו.
דערנאך איז רבינו שליט"א אריבערגעגאנגען צום ארטיגן מקוה, דער רבי האט זיך אומגעקיקט אויף די כשרות און הידורים פונעם מקוה.
דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער צום ארטיגן ביהמ"ד ווי דער רבי האט זיך אומגעקיקט און דערנאך געפראוועט א מסיבת לחיים, ווי רבינו שליט"א האט געוואונטשן ברכות קדשו פארן בעה"ב הרה"ח ר' מנחם אשר בערקאוויטש, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער צדיקים ביים פארן אויף מנוחת הנפש, בפרט אין די דריי וואכן אוועקצוגיין פון אינדערהיים, דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען קורצע ברכות הקודש.
וקוי ה' יחליפו כח יעלו אבר כנשרים דערנאך ארום 12:00 איז רבינו שליט''א געגאנגען שפאצירן כרגיל בנאות דשא, ווי ס'איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בדברי תורה וחסידות, מנהגי קודש וסיפורי צדיקים, ובדברים העומדים על הפרק, א שפאציר וואס איז "כמים קרים על נפש עייפה" וואס וועט בלייבן איינגעקריצט אין זכרון ביי די באטייליגטע. ציווישן אנדערע האט מען ארומגערעדט א לענגערע צייט איבערן באזיך פון רבינו שליט"א פארגאנגענעם דינסטאג אינעם בית השחיטה המהודרת דקהלתינו הק' פאר די גסות אין פאסטוויל אייאווע, ווי מען האט אויסגעשמועסט די גאנצע אופני ומהלכי השחיטה וניקור אמאל און היינט, און איבער די חומרות וואס איז איינגעפירט געווארן אינעם מהודר'דיגע בית השחיטה, ובפרט האט מען ארומגערעדט איבער "שחיטה מנוחת" די חומרות דערפין און אזוי אויך די מעלות פון עס ביים שחטן. אויך האט מען ארומגערעדט עובדות וסיפורים פון הרה"ק די מגלה עמוקות זי"ע וואס די יארצייט איז געווען דאנערשטאג, און איבער שטעטלעך און די מאפע אין אייראפע בעפארן קריג. צום סוף פונעם שפאציר איז אנגעקומען הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם אב"ד צאנז ק"י -ומנהל בישיבתינו מתיבתא הקדושה סניף קדושת יואל ווי מען האט ארומגערעדט איבער מנהגים בבית צאנז - סיגוט.
נאכן שפאציר איז רבינו שליט"א אנגעקומען אויף א באזיך אינעם "פי עם אר באנגעלוי קאלאני" אין בעטלעהעם ניו העמפשיר, ווי דער רבי האט זיך אומגעקיקט אויף די ניי צוגעבויטע חלק פונעם געגנט, רבינו שליט"א איז ארומגעגאנגן ארום דעם נייעם חלק געגענט און באגלייטונג פון די בעלי בתים און זיך אומגעקיקט אין עטליכע דירות, אויפן וועג האט מען ארומגערעדט איבער די ווייטערדיגע פלענער צו פארברייטערן דעם געגענט, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אין איינע פון די הייזער, דער רבי האט געוואונטשן ברכות קדשו פארן בעה"ב ר' יצחק רודריך און פארן מענעדשער הב' ליפא מאשקאוויטש, און געגעבן שריים פאר די אייגענטומער. צווישן אנדערע האט מען ארומגערעדט איבער די פלענער צו איבערמאכן און פארשענערן די "שערמאן האטעל" ווי די תלמידי הישיבות האלטן זיך אויף איבער שבת.
נאכמיטאג איז אנגעקומען בביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א א קבוצה בחורים תלמידי ישיבת בעלזא לעיקוואד אינאיינעם מיט די מרביצי תורה וועלעכע וויילן אין דעי טעג אין ניו העמפשיר, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און איבערגעגעבן א לענגערע שמועס בדברי חיזוק בפרט בלימוד התורה און דערנאך געוואונטשן ברכות קדשו.
=פרייטאג עש"ק=
ארום 8:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו מחזיקי הדת קהל יראים בעטלעהעם, פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים ב"ר יעקב יצחק אבערלענדער, וב"ר דוד ווערטהיימער.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, רבינו שליט"א האט געוואונטשן ברכות קדשו פאר די בר מצוה בחורים, און פארציילט סיפורים פון הרה"ק רבי הערשעלע ליסקער זי"ע וואס די יארציילט געפאלט היינט פרייטאג.
דערנאך זענען אריבער געגאנגען צענדליגער געסט שלום נעמען, זקנים ונערים, וועלכע זענען זיך געקומען מסתופף זיין במחיצת הקודש און מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת אין ניו העמפשיר.
אויפן וועג אהיים האבן עסקני בעלזא איבער געגעבן א גרוס פארן רבין איבער די הילף וואס זיי האבן גענאסן פאר זייער חבורה "אהבת התורה" דורך די עסקני התאחדות אבריכים דקהלתינו הק' להגדיל תורה ויאדיר.
נאכמיטאג נאך די מקוה זענען אריין בקודש פנימה ביי רבינו שליט"א בחדרו הפרטי תלמידי ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" -סניף קדושת יואל וואס האבן זיך אינטערגענימען קבלות טובות קעגן פגעי טעכנילאגיע ביים מעמד קדוש "ואטהר" -און באגלייטונג פונעם מנהל הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם אב"ד צאנז ק"י, דער רבי האט איבערגעקיקט די קבלות און פארטיילט א ספר "יושר דברי אמת" פאר די בחורים.
דערנאך האבן עטליכע תלמידי הישיבה איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט, דער רבי האט איבערגעקוקט די תירוצים און געשעפט א געוואלדיגן קורת רוח